שלוח הקן - און ארום

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע:דארט ווי דער באשעפער הייסט

שלוח הקן - און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

אזוי ווי זייער אסאך מענטשן האבן א געפיל פאר די מצוה וואס האט אזוי סאך סגולות וואס סשטייט אויף די מצוה און בפרט אז ס'איז מקרב די גאולה שלימה וואלט געווען צי הערן פינעם עולם און דעם ענין ווי א שטייגער עצות ווי מ'קען טרעפן און געוויסע הלכות וואס ס'איז וויכטיג צי וויסען בעפאר מ'טיט די מצוה
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

בימי בחרותי האב איך געקענט דעם ספר קן ציפור (פון הר"ר דן שווארץ שליט"א פון א"י) כמעט אויפן לשון... איך האב דאן כמה פעמים זוכה געווען מקיים צו זיין מצוות שילוח הקן.
פרוביר צו פרעגן ספעציפישע פראגעס.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

די יאר האט זיך געגאסן די מצוות אין די גאסן צוליב די לאנגע ווארימע וועטער'ס.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

עס איז דא איינער כהנא אין וויליאמסבורג וואס איז אדורכגעטוען אין דעם נושא און פאר אפאר דאלער קען מען עס ביי אים ערלעדיגן
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

יוראפ האט געשריבן: עס איז דא איינער כהנא אין וויליאמסבורג וואס איז אדורכגעטוען אין דעם נושא און פאר אפאר דאלער קען מען עס ביי אים ערלעדיגן

אויב מען קען גיין צום איד.....................
שמערי בערי איז אוועליעבלי
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

יוראפ האט געשריבן: עס איז דא איינער כהנא אין וויליאמסבורג וואס איז אדורכגעטוען אין דעם נושא און פאר אפאר דאלער קען מען עס ביי אים ערלעדיגן


איך האב עס שוין געטוהן ביי אים צוויי מאל און מיין רעבעצין אויך צוויי מאל.
ער נעמט אבער גרויס געלט דערפאר...
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

א קורצע איבערבליק אויף די פייגלעך אויף וואס מען קען מאכן דאהי שילוח הקן:

יונה - טויבן: די בלויע טויבעלעך וואס מען זעהט מערסטנס אין וויליאמסבורג, זיי לייגן צוויי אייער אויף אמאל, און ביינאכט זיצט אלעמאל די מאמע און ס'איז לכתחלה מאכן שילוח הקן ביינאכט.
(נעסטן געפונען זיך בעיקר אין הויכע פלעצער, אין שפאלטענעס אדער אין הייזער מאלדינגס וכדו', אונטער אווער פעססעס איז דא זייער אסאך דערפון)

תורים: אביסל קלענער אבער די זעלבע שעיפ ווי טויבן, קאליר איז א ליכטיג אראנדש-פינק רוב מאל מיט קליינע פינטלעך. לייגן צוויי אייער אויף אמאל און ביינאכט זיצט די מאמע.
(נעסטן געפונען זיך כנ"ל)

ציפור דרור: די קליינע פייגעלעך וועלכע פליען איבעראל (אין אפסטעיט זעהט מען דאס די מערסטע), לייגן 5-6 אייעלעך אויף אמאל, קאליר פון די אייער קען זיין ווייס, גרין, אדער בלוי. דער טאטע האט א קליינע שווארצע פלעק אויפן האלז (אזוי ווי א בארד), און די מאמע איז ווייס אויפן זעלבן ארט. אויב איז עס ביינאכט קען מען זיך פארלאזן אז עס איז די מאמע (ספעציעל אויב די אייער זענען ווארעם, מיינט דאס אז די מאמע איז געזיצן דערויף).
ׁ(געפונען זיך איבעראל וואו עס איז דא א לעכל (צומאל בלויז אזוי גרויס ווי א ניקל...), אדער אויף נאדל ביימער וכדומה).

א פייגל מיט א רויטע בויך, מ'קען זעהן אסאך דערפון אין אפסטעיט, ס'איז נישט דא קיין מסורה אבער מ'קען מאכן דערויף שילוח הקן. לייגן 4-5 אייער אויף אמאל,קאליר פון די אייער: בלוי אדער גרין.
(נעסטן געפונען זיך אויף ביימער, עירקאנדישאן באקסעס, ליידיגע ערטער אין סטראקטור פון געביידעס, וכדו')
44913234.jpg


נאכדעם איז דא נאך פייגעלעך, וויצב"ש א שווארצע פייגל וואס האט א געלע שנאבל, און נאך סארטן, וואס מען קען מאכן (לפי הר"ר דן) שילוח הקן.
אוועטאר
Rabeiny
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabeiny »

שמערי בערי האט געשריבן: א קורצע איבערבליק אויף די פייגלעך אויף וואס מען קען מאכן דאהי שילוח הקן:

יונה - טויבן: די בלויע טויבעלעך וואס מען זעהט מערסטנס אין וויליאמסבורג, זיי לייגן צוויי אייער אויף אמאל, און ביינאכט זיצט אלעמאל די מאמע און ס'איז לכתחלה מאכן שילוח הקן ביינאכט.
(נעסטן געפונען זיך בעיקר אין הויכע פלעצער, אין שפאלטענעס אדער אין הייזער מאלדינגס וכדו', אונטער אווער פעססעס איז דא זייער אסאך דערפון)

תורים: אביסל קלענער אבער די זעלבע שעיפ ווי טויבן, קאליר איז א ליכטיג אראנדש-פינק רוב מאל מיט קליינע פינטלעך. לייגן צוויי אייער אויף אמאל און ביינאכט זיצט די מאמע.
(נעסטן געפונען זיך כנ"ל)

ציפור דרור: די קליינע פייגעלעך וועלכע פליען איבעראל (אין אפסטעיט זעהט מען דאס די מערסטע), לייגן 5-6 אייעלעך אויף אמאל, קאליר פון די אייער קען זיין ווייס, גרין, אדער בלוי. דער טאטע האט א קליינע שווארצע פלעק אויפן האלז (אזוי ווי א בארד), און די מאמע איז ווייס אויפן זעלבן ארט. אויב איז עס ביינאכט קען מען זיך פארלאזן אז עס איז די מאמע (ספעציעל אויב די אייער זענען ווארעם, מיינט דאס אז די מאמע איז געזיצן דערויף).
ׁ(געפונען זיך איבעראל וואו עס איז דא א לעכל (צומאל בלויז אזוי גרויס ווי א ניקל...), אדער אויף נאדל ביימער וכדומה).

א פייגל מיט א רויטע בויך, מ'קען זעהן אסאך דערפון אין אפסטעיט, ס'איז נישט דא קיין מסורה אבער מ'קען מאכן דערויף שילוח הקן. לייגן 4-5 אייער אויף אמאל,קאליר פון די אייער: בלוי אדער גרין.
(נעסטן געפונען זיך אויף ביימער, עירקאנדישאן באקסעס, ליידיגע ערטער אין סטראקטור פון געביידעס, וכדו')
44913234.jpg


נאכדעם איז דא נאך פייגעלעך, וויצב"ש א שווארצע פייגל וואס האט א געלע שנאבל, און נאך סארטן, וואס מען קען מאכן (לפי הר"ר דן) שילוח הקן.

מיט א ברכה?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36818
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווער בין איך? האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן: עס איז דא איינער כהנא אין וויליאמסבורג וואס איז אדורכגעטוען אין דעם נושא און פאר אפאר דאלער קען מען עס ביי אים ערלעדיגן


איך האב עס שוין געטוהן ביי אים צוויי מאל און מיין רעבעצין אויך צוויי מאל.
ער נעמט אבער גרויס געלט דערפאר...

א אינגערמאן א ת"ח זיצט און לערנט פלייסיג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יוראפ האט געשריבן: עס איז דא איינער כהנא אין וויליאמסבורג וואס איז אדורכגעטוען אין דעם נושא און פאר אפאר דאלער קען מען עס ביי אים ערלעדיגן

איך מיין אז פאר די געלט, פאקט ער איין די אייער זייער שיין, אין אזא לוסייט, אזוי מיטן נאמען אין דאטום, מיט א צעטל פונעם לשון הכתוב ועוד.

בכלל איז כדי נאר צו מאכן מיט איינעם וואס איז א שטארקע בקי, ווייל אז מען פארזעט איין קלייניקייט, איז אנשטאט א מצוה וואס שטייט אויף דעם די גרעסטע זאכן, ווי אריכת ימים, און אז עס איז מעורר די שכינה אויף די גאולה ועוד, קען ארויס קומען א איסור פון צער בעלי חיים ח"ו, איך האב געהערט אז געוויסע ערליכע אידן - תלמידי חכמים אפי' - האבן זיך משום דעם טעם אפגעהאלטן פון מאכן אליינס, אן קיין מומחה.

ולא באתי אלא לעורר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

דער רב כהנא האט אן א שיעור אינטערסאנטע מאמרים עפיזאדן און געשיכטעס ארום דעם ענין ספיציעל מיט גדולי ישראל רבנים ואדמורי"ם וכדומה
איך האב געכאפט א היטש מיט איהם צו די קעטסקיל בערג און עס איז נאך צו דעם אויך געווען טרעפיק
די טריפ איז ווערד געווען אלע געלטער (ווייל ס'איז געווען אומזיסט) נאר א שאד איך האב איהם נישט רעקארדעד
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אלץ בחור האט איך געמאכט טאקע מיט די אנווייזונגען פון ר' דן'ס ספר, מיט אזאנע טויבעלאך פון שמערי'ס בילד.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איי האמיר געטון דערינען אלס בחור..... מ'איז געקראכן מיט לייטערס אויף פיר טישן ארויף.... געהאלטן די פייגעלעך עטליכע טעג, געגעבן ס'עסן, די הויז האט געשמעקט א מחי'... ס'קומט מיר צום לאכן פון די אלע מעשיות. ענדיוועי, טאקע מיט ר' דן'ס ספר.
פאר אלע קאמענטארן ווענד זיך צו: שמערי בערי אויף 1800 שמערי דאט קאם.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי ווער »

איך דערמאן מיך מיין שליח הקן אין יעשיבה ווער איך עמאניציאל פארוואס ? פשוט איך דערמאן מיר איך בין נישט צי לאנג צירוק אינג געווען

עס איז געווען פסח זמן אין איך בין אנגעקימן אין ישובה האב איך געוויסט איך מיז טרעפען א נעסט נישט דא וואס צי רעדן וואס הייסט מיין ברידער האט אויך געמאכט.

סא איך האב אנגעפאנגען זיכן אין אזוי נישט מיר נישט דיר בין איך געווארן באהאווענט, אין איך האב שוין געוויסט וויאזוי צי זיכן אין כאפן די אימשולדיגע פייגל ביי די מעשה אין אז מען מיינט עס ערנסט העלפט דער פין אויבן אין איך האב געטראפן א נעסט וואס האט שוין געהאט א צוויי אייער איז די ערשטע זאך האב איך זיכער געמאכט אז עס איז נישט קיין טריפה.
אין איך בין געגאנגען אין געמאכט א סימן ווי די נעסט איז אין זיך געגאנגען גרייטן צים דערהויבנע מצווה פין" שליח הקן", נישט ביי אלע אבער דע פייגל וואס איך האב געטראפן איז די מאמע נאר ביינאכט אבער איך האב דאך געוואלט האבן מער ווי צוויי אייער אין זיי לייגן עס בערך ביי חצות, האב איך ציגעווארט ביז פארטאגס אין אויפגעשטאנען אין געזאגט די לשם יוחד מיט א בחורישע ברען אין אינזין האבענדיג אז עס זאל זיין א סגילה צי טרעפען א שידוך בקררוב בין איך ציגעגאנגען צים מצווה, אין טאקע געטראפן דריי ווארעמע אייער.

אין מאנרא מאנסי איז גרינגער צי טרעפען א נעסט פשוט וויייל עס איז דא אסאך מער ביימער בעיקר טרעפט מען דארט די מיטן רויטען בויך. אבער אז איר טרעפט א יונה איז עס זייער מהודר ווייל עס האט א מסורה אין חוץ דעם איז גיט צי וויסן אז א יונה קימט צירק אפילו נאכן מאכן איינמאל שליח הקן סא אכטונ געבן אין נישט ציפאטשקענען זייער נעסט אויף וואס זיי האבן זיך אזוי איבערגעגעבן, אין איר וועט האבן די זכי' צי מאכן נאכאמאל די מצווה.

אויב מען איז נישט זיכער אז מען האט א כשר'ע פייגל זאל מען ביטע שטיין ווייט ווייל עס איז בכלל נישט קיין וויץ
איך געדענק אז עס איז געווען א בחור וואס האט געטראפען א נעסט אין אן טראכטן צוויי האט ער פארשיצט די פייגל אין גענימען די אייער פילענדיג אזוי דערהויבן נאכן מקיים זיין אזא חושב'ע מצווה, פרעג איך אים אפשר מעג איך זעהן דיינע אייער?
אין ווי איר ווייסט האט כשור'ע אייער א סימן אז עס איז פין איין זייט שפיציג אין פין איין זייט רינדיג, אין ער האט ליידער געמאכט שליח הקן אויף א טריפה פייגל
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג
אוועטאר
יהושע
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2012 2:55 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהושע »

הודי לה׳ האמיר יעצט מזכה געווען דעם שווער זאל זיין געזונט מיט די מצוה פון שליח הקן אויף א תור די ערשטע מאל!!!
מ׳האמיר דן געווען צו ס׳הפקר צו נישט, ווייל ס׳איז געווען אין איינע פון די שטאטישע פארקס, ונסכמנו כנפסק בספר קן ציפור שהקן הפקר הוא משום שני סיבות:
א) שהוא מקום רבים.
ב) שהמקום נמוך, וכל עובר ושב יכול להגיע עליה בקל, ואפי׳ הי׳ רשות היחיד היה מותר לקיים המצוה.
The most active and helpful Amazon WhatsApp group
https://form.schvc.com/seller-app
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

געזעהן נעכטן אין א בריוו צו איינע פון די היימישע צייטונגען אז ר' שלום שרעבי זצ"ל שרייבט אז עפ"י סוד זאל מען נישט מאכן שילוח הקן בימי הספירה.

האב איך אביסל געזוכט אין אוצר החכמה דערוועגן, האב איך געזעהן ווי ס'איז געדרוקט אין נזר התורה א תשובה פון ר' משה האלבערשטאם זצ"ל ווי ער שרייבט אז דער מנחת יצחק זצ"ל האט מקיים געווען די מצוה ביי אים אין שטוב בימי הספירה שנת תשמ"ב, און ווען מען האט אים געוויזן וואס ר' שלום שרעבי שרייבט האט ער געענטפערט אז ס'איז נאר געזאגט געווארן אויף א אופן אז מ'וועט קענען מקיים זיין די מצוה אויך נאך די ימי הספירה, אבער אויב האלט מען אינמיטן די ימי הספירה איז דא א חשש הפסד מצוה, ווייל די מאמע זיצט אין קן נאר במשך א וואך אדער צוויי, אויף אזא אופן זאל מען זיכער יא מקיים זיין די מצוה אפילו בימי הספירה.

און אזוי אויך ברענגט ער פון ספר אמת ליעקב להמקובל ר' יעקב שאלתיאל זצ"ל אז די כוונה איז אז בימי הספירה זאל מען נישט גיין דירעקט זוכן א קן ציפור, אבער אויב ס'איז ממילא נזדמן לו, זאל מען אוודאי מקיים זיין די מצוה.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

הלכה און פראקטיק ביים דורכפירן "מצות שילוח הקן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

איינע פון די הייליגע מצות וואס השי"ת האט אונז באשאנקען איז די מצוה פון "שילוח הקן" וואס מיינט און קורצן ווען די טרעפסט א נעסט וואס דערויף הויערט א מוטער אויף איהרע אייער אדער קינדער (אפרוחים דאס מיינט ווען די קינדער האבן נאך פארמאכטע אויגן און האבן נאך נישט קיין האר) נעם נישט מיט די מאמע מיט די קינדער נאר שיק איהר אוועק און דערנאך קענסטו נעמען די אייער, איז פארוואס זאל איינער ווילן די מאמע, אדער די קינדער...איז עס פשוט ווייל אמאליגע צייטן פלעגט מען פאנגען פייגלעך זיי צו עסן (אזויוואו היינט טשיקנס) און ווען א מאמע ווערט געפאנגען אינאיינעם מיט איהרע אייער אדער קינדער איז עס א אומבאשרייבליכע צער און זי קען עס נישט ציקוקן אלזא האט די תורה הק' געמאכט די מצוה פון "שלח תשלח את האם" קודם טרייב אוועק די מוטער פונעם נעסט זאל זי נישט ציקוקן צי די גרויסע צער און דאן "ואת הבנים תקח לך" דאמאלטס קענסטו נעמען די קינדער, די מצוה איז פארשטענדליך איינציפעדימען א שטיק רחמנות בפרט פאר די אמאליגע אידן,
מען זעהט ביי דעם מצוה גרויסע זאכן און סאיז די איינציגסטע מצוה אויסער כיבוד אב ואם וואו די תורה פארשפרעכט "למען יטב לך והארכת ימים" עס וועט דיר זיין גוט און וועסט האבן אן אריכות ימים, ווידער ביי אלע צדיקים און אינזערע וועגווייזער פון די דורות הקודמים זעהט מען ווינדערליכע אויסדריקן און אומבאגרייפבארע ברכות וואס וועט פאלן אויף דער וועלכע פאלגט דעם מצוה און פירט איהר אויס,
ביים הייליגן אור החיים הק' איז באקאנט דער פאקט אז ער פלעגט גיין מיט זיינע תלמידים און די וועלדער און אין די פעלדער אפירציזיכן נעסטן און דאדורך קענען אויספירן דעם הייליגן מצוה,
די הייליגע בעל שם טוב האט אמאל געטייטשט "שלח תשלח את הא"ם", מען בעט השי"ת זאל שיקן אליהו ומשיח ( אם איז ראשי תיבות אליהו משיח) "ואת הבנים תקח לך" און זיינע קינדער ד.ה. אונז אידן נעם שוין אהיים וואס דערמיט אז מען פירט אויס די מצוה פון שילוח הקן דערנענטערט מען די ביאת המשיח...
וואונדערליך !...
פולע הערליכע זאכן זענען באוואוסט ווען מען פירט דורך די מצוה וואס חוץ פון די צוזאגן פון למען יטב לך והארכת ימים, זעהט מען אויך און ספרים אז סאיז מסוגל פאר קינדערלאזע פארפעלקער ( עס שטייט דאך ואת הבנים תקח לך) און דערמיט נעמט מען די זכותים צי האבן זיסע קינדערלעך בע"ה,
ריזיגע פלפולים, גאנצעטע ספרים, פילצאליגע גאונים, און צאללאזע קונטרסים באפאסן זיך מיט דעם מצוה און זי איז א שווער קאמפליצירטע סוגיא פול מיט הלכות, ענינים און שווערע צענדליגע זאכן וואס מען דארף וויסן בעפארן דורכפירן דעם מצוה אהנדעם וואס מען זאל נישט ח"ו גורם זיין א מצוה הבאה בעבירה מיטן פייניגן אומזיסט א פייגל. ציברענגענדיג צער בעלי חיים מיטן איינרעדעניש אז מען האט דורכגעפירט די מצוה....,
און עטליכע וואען פון יעצט גייען לויפן די פסוקים פון די מצוה פון וואס מיר רעדן דא און איך וועל פרובירן צו ווייטער ממשיך זיין און די נאענטע צייט מיט נאך שיינע ערקלערונגען, פראקטישע אנווייזענונגען און נאך ענינים, איך וועל אי"ה אויך שרייבן איבער וועלכע סארטן פייגלעך זענען כשר פאר שילוח הקן און וויאזוי מען קען זיי טרעפן
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

פייגל הילף (שילוח הקן)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

אויף מיין גאניק (porch) בלע״ז איז דא א געיט וואס מען קען אראפ שלעפן ביי די אייזן ווי די געיט גייט אריין האב איך אנגעהויבן צו טרעפן גראזלעך און צווייגעלעך אבער איך זע נישט אז עס זאל ווערן א נעסט עס ליגט סתם אויפגעווארפענע צווייגעלעך
איך זע אבער א קליינע שווארצע פייגל מיט א געלע מויל זיצן סתם אויף מיין פארטש.
וויל איך וויסן צו ווייסט איינער אויב די פייגל איז כשר?
און אויך ווי אזוי זייער נעסט ווערט געמאכט? צו איז עס סתם בלעטער אדער שיין צוזאם געפלאכטן?
איך האב בילדער פון די פייגל אבער איך קען נישט ארויף לייגן
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7399
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

הצלחה. געדענק אז אויב קאנסטו מאכען שילוח הקן דאן איז די מצוה גענצליך דיינער. כי יקרא קן ציפור "לפניך", און נישט פארקויפן פאר איינעם וואס איז ניטאמאל מחויב דערינען צוליב וואס נישט ער האט דאס געפונדן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ווער פארקויפט אזא זאך? ס'איז דא די סוחרים וואס גייען ארום דאס אויפזוכן לתועלת די סגולה זוכערס. אבער געווענליך ווען איינער טרעפט דאס סתם אזוי וועט ער עס נישט פארקויפן.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

פאר נייגער, וויפיל גייט די פרייז פאר א שילוח הקן, דעי טויגליכע וואס קענען אפירזוכן נעסטן?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
משהמשה
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 02, 2015 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהמשה »

עקבי הצאן האט געשריבן: פאר נייגער, וויפיל גייט די פרייז פאר א שילוח הקן, דעי טויגליכע וואס קענען אפירזוכן נעסטן?

$500
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

די מקובלים זאגן אז מען מאכט נישט קיין שילוח הקן אין די טעג פון ספירת העומר און אין די שמיטה יאר.
יעצט איז סיי ספירה טעג און סיי א שמיטה יאר.
אנדערע זענען מסביר פשט אין דעם, אז מען לויפט נישט ארום זוכן מצות שילוח הקן, אבער טאמער עס טרעפט זיך ביי איינעם די מצות שילוח הקן מאכט מען יא.
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פרשיסחא האט געשריבן: די מקובלים זאגן אז מען מאכט נישט קיין שילוח הקן אין די טעג פון ספירת העומר און אין די שמיטה יאר.
יעצט איז סיי ספירה טעג און סיי א שמיטה יאר.
אנדערע זענען מסביר פשט אין דעם, אז מען לויפט נישט ארום זוכן מצות שילוח הקן, אבער טאמער עס טרעפט זיך ביי איינעם די מצות שילוח הקן מאכט מען יא.

מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה, ויש על מי לסמוך בימי הספירה אויב טרעפט מען, וכאמור נישט ארומלויפן זוכן, אבער אז מ'טרעפט און מ'קען פארלירן די מצוה איז זיכער מ'קען מאכן
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

צו געזונט האט געשריבן: הצלחה. געדענק אז אויב קאנסטו מאכען שילוח הקן דאן איז די מצוה גענצליך דיינער. כי יקרא קן ציפור "לפניך", און נישט פארקויפן פאר איינעם וואס איז ניטאמאל מחויב דערינען צוליב וואס נישט ער האט דאס געפונדן

עס דארף זיין 'הפקר'.
אויך איז דא נאך הלכות וואס מ'דארף וויסן, אויב מאכט מען נישט ווי די הלכה, איז עס סתם צער בעלי חיים, און אז יא, איז עס גאר א חשוב'ע מצוה וואס איז מעורר רחמי שמים לגאולתן של ישראל, כמובא בזוה"ק.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”