מטעמים האט געשריבן: איך הער דיין געדאנק, עס איז מן הסתם אמת אויך אבער ביי טראמפ האט עס מן הסתם נישט געהאט מיט קיין מזל, עס איז געוועהן זיין פרא אמעריקע און פרא זשאבס מעסעדזש וואס האט געברענגט די ווייסע אמעריקאנע אין די ראסט בעלט שטאטען צו גיין פאר אים.
אלעס איז געגאנגען קעגן אים און קעגן זיין סוקסעס, זיינע נארישע סטעיטמענטס ווי שיסען אין פיפט עוועניו אדער חזיר כהאן אדער קעיסיקס שנאה געמישט מיט ראמניס פויסט, א טעיפ וואס האט אים געדארפט לייגען אין א קאומע מיט אלע פאול נאמבערס וואס האט געווינען זיינע שוואכע ציפערן, געטוישט קאמפיין מענעזשערס ווי זאקען מיט די רוסישע קערנדלעך, יעדע סטארי עקסטער האט אים געקענט מאכען פארלירען.
נאר ער האט געווינען מיט א געמיש פון פונעף פונקטען:
הילערי קלינטאן - די שוואכסטע קאנדידאט אין די היסטאריע.
דאנעלד טראמפ - זיין מעסעדזש און זיין אבנארמאלע ענערזשי.
וויקי ליעקס - געמאכט הילערי שוואכער.
קאומיס אינוועסטיגעישאן - געמאכט הילערי שוואכער.
רעפובליקאנע פארטיי - די אינקאמפעטענץ צו דעליווערן אפילו א קלייניקייט אינטער אבאמא איז געוועהן זייער שרעקליכע דורעכפאל.
היוצא לנו מזה אז שולדיג איז די די ען סי פארען גיין קאפ אין וואנט און געטוהן צודרייטע אדער קרימינאלע אקטין איר צו עלעקטען פאר פרעזידענט.
כזעה יעצט די ערשטע מאל די תגובה.
יעך האלט אז ווען נישט קריסטי שחט אפ רוביא ביים דיבאטע פאר ניו העמשיר, וואלט געלונגען פאר רוביא זיין 3 2 1 מהלך, און פון נאך סאוט קארעליינע וואלט ער געווינען כמעט אלע סטעיטס.