imzist האט געשריבן:imzist האט געשריבן: איך רעד פון דעם היינט, פרייהיט, טאג, מארגן דזשורנאל, פארווערטס (ס'לעצטע ווייס איך אז עס עקזיסטירט אזא אוצר, לויט ווי זיי אליין שרייבן, כפרעג נאר צי סאיז דא פובליק).
ווער רעדט נאך אז מען זאל קאנען טרעפן די היימישע, ווי דער איד/ישע טאגבלאט, וכדו'.
איציק גאטעסמאן מעלדט אז דער ארכיוו וועט זיך גאר אין נאנטן אריין לייגן אין דיגיטאליזירן דעם ריזן אוצר פון אידישע צייטונגען און צייטשריפטן.
איך זע יעצט אז דער ארכיוו איז פארוויקלט אין א גרויסע שערורי' איבער זיינע פעולות. טייל אידישיסטן האלטן אז ער גייט בארג אראפ, און וועט ביי די ענדע בכלל נישט פארווירקליכן זיינע פלענער. אנדערע גייען נישט אזוי שארף, אבער אלע קרומען זיי מיט די נאז.