הילולא דצדיקיא האט געשריבן: (שאלת תם) מנין אז ער איז געווען א איידעם נאך די הסתלקות חותנו?
דער באר משה איז אודאי געווען אן איידעם בחייו פון דער שווער.
דער שרף, פשוט לויט דער יאהרען, רבי אלעזר איז נסתלק געווארען תקס"ו, דער שרף איז נאך געווען א יונגער בחור, 2 גירסאות לשנת לידתו, תקמ"ט אדער תקנ"ו.
מענין לענין, זיין זין רבי מיילך גראדזיסקער, איז אויך נאר געווארען אן איידים ביי רבי ירחמיאל מפרשיסחא בנו של היהודי הק', לאחר הסתלקות חותנו. מיט דעם אלעס זעט אויס אז כמה צדיקים מצאצאי היהודי הק' האבען געזען אין ר' מיילך א ממשיך השושלת, אין זענען געפארען צו עם