רבי אבי עזרא זעליג ובנו רבי חיים מאיר יחיאל השרף ממאגלניצא
רבי אבי עזרא זעליג ממאגלניצא זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי רביה"ק המגיד מקאזניץ זי"ע, שם זו' היתה הרבנית לאה פערל ע"ה
זייער זון איז געווען הרה"ק רבי חיים מאיר יחיאל זצ"ל הנודע בשם "השרף ממאגלניצא".
איך האב די וואך באקומען א ידיעה פון אן עסקן אינעם באקאנטן מוסד "אבותינו" אז די וואך זענען די עסקנים אראפגעפארן קיין מאגלניצא צו מברר זיין און טרעפן די פונטליכע גבולי הביה"ח ויסודות האוהל אין מאגלניצא.
היינט האב איך באקומען די וועכנטליכע בולעטין פון "אבותינו" און איך זעה דארט וואו זיי מעלדן די בשורה טובה איבער די היסטארישע אנטדעקונג אז מיט צוויי טעג צוריק מיטוואך האבן זייערע שלוחים געפינען די אריגינעלע יסודות האוהל און א חלק פון די מצבה פון הרבנית לאה פערל ע"ה בת רביה"ק מקאזניץ זי"ע, ווי אויך א שטיקל מצבה וואס איז מעגליך צו זיין פונעם שרף ממאגלניצא זצ"ל.
זעהט דא