נייע לאגאס און ריברענדס
כאטש נישט אייביג זענען די קליענטן - פאר וועמען מען טוישט די לאגא - אזוי ענטאזיאסטיש אויף די טויש, און איז א איינגעשטעלט מצד די קאמפאניס דאך איז דאס זייער א אפטע ערשיינונג.
אין אן אנדערן אשכול האט שוין צים פינטעל געברענגט איבער די נייע לאגא פון שאטערסטאק .
אויך דא האט שוין מה פתאום געברענגט איבער די טויש פון די Gap לאגא.
עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו האבן א אשכול רעזעווירט בלויז פאר מאדעפיצירטע לאגאס.
_____
די געלט טראנספער קאמפאני מאני-גרעם האט פארגאנגענע וואך געטוישט זייער לאגא צו עפעס מער קלאסיש און סימפעל.
(די לאגא איז שוין איבער א חודש אלט, אבער איז ארויסגעשטעלט געווארן פארגאנגענע וואך)
אט זעט.