וואס גייט פאר ? ווען איך לייג אריין מיין ניק 'צייטליך' אין 'אידישער וועלט' שרייבט ער אז ס'איז נישטא אזא ניק, בו ביום ווען איך האב היינט אליין איינגעסיינט מיט די ניק צוויי מאל, נישט פארשטענדליך.
איינס, אייער טענה האט נישט קיין שום גרונד, ווייל די מציאות איז אז 90% אידיש רעדנדיגע זענען און די קלאס וואס איר זאגט האבן קיינמאל גראדואירט א שטודיע, די אידיש רעדנדיגע וואס זענען יא שטודירט זענען די פרייע אידישיסטן, יעצט לשיטתך, ווילט איר מיר זאגן אז די גאנצע אידיש ספיקינג קאמיוניטי אנגעוויזן אויף די מיעוט אידישיסטן צו מאכן אן ענציקלאפידיע?
צוויי, יו שוד בי סורפרייזד, עס זענען דא גענוג און נאך היימישע וואס אן זייער שטודירן, פארשטייען זייער גוט אן עסק און קענען זיך נאך גאנץ פיין פארמעסטן מיט די געשולטע אידישיסטן.
דריי, רוב אידיש רעדנדיגע וואס זענען טאקע שטארק אינטערסירט און א נושא וואס ברויך אביסל ידיעה און סייענס אדער שטודירן, וועט ענדערש ליינען די ארטיקל אין די ענגלידע וויקיפעדיע, אפי' זאל זיין דער זעלבער ארטיקל אין אידיש, איך זאג אייך צו אז דער חאניאק וואס קען קוים זיך אויסקראצן איין ענגלישן זאץ, וועט קיינמאל נישט זיין אונטערסירט אין סייענס, עלי ואל צאורי.
פיר, דער אויפטוה פון א אידישע ענציקלאפדיע איז אסאך מער אינטערסאנט די ידיעות פון דעם היימישע איד ווי דער אידישיסט, איבערהויפט איבער אידישע ענינים, וואס מען קען נישט טרעפן אינעם ענגלישן וויקיפעדיע. וואס דער אידישיסט אפפערט וועל איך ענדערש גיין צום ענגלישן ענציקלאפידיע.
פינף, מיר לאזן הארצן גערן די אידישיסטן זאלן אריבערקומען ביישטייערן צו אונזער וויקיפעדיע, אזוילאנג ווי ער האלט זיך צו די פרומע ערליכע פרינציפן, די אינדעדטיטעט פון די שרייבערס זענען דאך קאנפידענשל.
נחבי בן ופסי האט געשריבן:
געוואלד - איך זעה (לויט אייער ניק) אז איר לייגט פערזענדלעך אריין כוחות אין דע אויפבוי פונעם נייעם וויקי, איך האף אז איך טשעפע אייך נישט פערסענעל אדרבה קח את ברכתי עלה והצלח ומי יתן והי' איר זאלט מצליח זיין, אבער לגבי אייערע תי' פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס איר זאגסט, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
קודם מוז איך אייך זאגן רבי נחבי, אז איך האב עקסטער הנאה פון אייער מהלך אין א וויכוח, ערשטענס, געט איר יענעם א קאמפלימענט, און שנית רעדט איר נאר ווי איינער זאגט: הער אויס נאך א מיינונג. ומי יתן והי', אז אין אלע וויכוחים ביי כלל ישראל זאל אזוי זיין.
לאמיר מאכן אן הקדמה, מיר זענען אידן בני אברהם יצחק ויעקב, מיר זענען צוגעבינדן צו א תורה, די תורה הקדושה איז אונזער וועג-ווייזער אין אלע אומשטענדן, און ביי אלע אנגעלעגנהייטן. ווען אידישע קינדער עפענען א מוסד, קענען זיי נישט עפענען א ביכל פון א גוי, און קוקען וויאזוי מ'פירט זיך אויף מיט קינדער. ווייל אידישע קינדער זענען נישט קיין גוי'אישע קינדער, הקב"ה האט אונז אפגעטיילט פון די גוים, נישט נאר ווייל ער איז א גוי און איך בין א איד, נאר ווייל איך בין א איד, בין איך אן אנערע סארט זאך, אן אנדערע סארט באשעפעניש, וואס באפרידיגט א גוי, באפרידיגט מיך נישט. דאס וואס איז מרצה א גוי בשעת כעסו, איז נישט מרצה קיין איד בשעת כעסו. די קולטור פון א גוי איז נישט די קולטור פון א איד. אלזא, קען מען נישט לערנען פונ'ם גוי גארנישט, נישט קיין מהלך אין חינוך, נישט קיין מהלך אין לימודים, און נישט קיין מהלך אין מענטשליכקייט, אלעס אלעס, דארף מען לערנען פון די תורה, אדער נעמען הדרכה פון א תורה איד, וואס ווייסט וויאזוי ארויסצונעמען פון די תורה את המעשה אשר נעשה.
און איצט על ראשון ראשון ועל אחרון שנית:
נחבי בן ופסי האט געשריבן:
1 איר פרעגט צי די גאנצע יודישע קאמיונעטי איז אנגעוויזן אויף די יודישיסטן?, איך וויל נישט זאגן הויך אבער ווען עס האנדלט זיך איבער קולטורישע אנגעלעגנהייטן דהיינו ארויסצוגעבן א אינצלאקפידיע אויף יודיש זענען זיי די וואס קענען דאס, והא ראי' 1. זיי האבן שוין פאבלישייזד אזא זאך און דער היימישער עולם נישט 2. נעמט א משל דעם עקזעסטירנדע (טריפענעם) וויקי און קוקט דורך די ארטיקלען, מער ווייניגער די היימישע געשרייבעכצער זענען פון די פאר היימישע שרייבערלעך און די באלערנדע ארטיקלן –וועלכע באהאנדלען נישט די טעגליכע גערעדעכצער פון אונזערע ווילי'שע מקוה'ס- זענען עפ"י רוב נישט פון היימישע שרייבערלעך מען קען דאס דערקענען לויטן סטיל פונעם געשרייבעכץ דו"ק ותשכח.
היימישע שרייבער און דענקער האבן נישט געשריבן אין די קולטור'ישע ענינים, צוליב איין סיבה. ווייל עס איז געשריבן געווארן לויט גוי'אישע מושגים, און צוגאב, וואס יעדער רעכטדענקענדיגער מענטש, האט זיך נישט געפילט אין פלאץ, צוליב די אלע אומאיידעלע באשרייבונגען וואס זענען געווען אמערסטענס אינ'ם גאנצן וויקי.
נחבי בן ופסי האט געשריבן:
3 איר פארהאפט מיר על צואריך אז דער חסידישער כאניאק איז נישט פאראינטערסירט אין סייענס וכו' און בחדא מחתא זאגט איר מיר אז די נישט כאניאקעס קוקן ענדערשט דעם ענגלישן וויקי אפי' ס'דא דערפון א יודישע באשרייבונג, איך בין טאטעלי מחולק וויילאיך קען צענדליגע היימישע יונגעלייט וואס קענען בלויז דעם היימישן אויסגעקראצטן ענגליש וויאזוי מען לערנט דאס אין די היימישע מוסדות'ער און אף על פי כן האבן זיי א שטארקע נייגער צו וויסן הונדערטער וועלטליכע ידיעות, און יא אפילו כאניאקעס אויך וואס מיינסטע די כאניאקעס וואס זיצן אויפן אינטערנעט האבן נישט קיין נייגער צו ידיעות?
דא פארשטיי איך בכלל נישט וואס דו זאגסט, און אויך פארשטיי איך נישט פונקט וואס 'געוואלד' האט דיר געשריבן. אבער בכל אופן זאגסטו א גוטע פוינט. אוודאי יעדער מענטש, האט א נייגער צו ידיעות. אלזא, יעדער נויגט צו א געוויסע סאבדזשעקט, און מ'קראצט אפיר פון איבעראל אינפארמאציע אויף די נושא, אפילו די וואס קענען שוואך ענגליש, וועלן אבער ליינען עד מקום שידם מגעת, און אויב וועט ער עס האבן וואו צו באשרייבן, וועט דאך שוין ווערן פון נאך איינעם אינ'ם זעלבן סאבדזשעקט א דעה. און אזוי וועט זיך עס בויען.
נחבי בן ופסי האט געשריבן:
4 דא זאגט איר אז די רעליגיעזע ענינים וועט בעסער באארבעט ווערן אינעם נייעם וויקי, מעגליךאבער רוב וואס זוכן א יודישע אינצלאקפידיע זוכן נישט קיין רעליגיעזע ענינים, דאס קען מען ליינען פיל בעסער און שענער אין די אלע היימישע אויסגאבן מדי שבת בשבתו מועד במועדו חג בחגו