וויקעפעדיע טאגבוך

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יוסעלע_גולם
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע_גולם »

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איר זענט אזוי גערעגט אויף די וויקי!

איך שרייב אביסל ליצנות פון דעם קרעטשמע, מעק מען עס אפ, אהא, איר קענט נישט פארנעמען אן אנדערער מיינוג, איך וועל מיך זיכן אן אנדערער פלאץ צו שרייבן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך מוז זאגן אז איך האלט אויך ווי נאטורליך, ווי בענעדיקט16 (איך אליין) האט אמאל געשריבן אין חדשות אנ"ש בעת די הייסע אנגעצויגענע צייטן: די בעסטע מחאה איז איגנאראציע (א באקאנטע וועלטס ווערטל, איך האב עס דאן ארויסגעברענגט מיט א באמבאסטישע אשכול [אין מיינע אויגן] "מיר איגנארירן" וואס האט געהאט א שטארקע אפקלאנג [אין מיינע אויערן]).
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יוי יוסעלע, פארוואס טוהסטו דאס צו אונז, בלייב דא, פליז.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך הער;

חכמים הזהרו בדבריכם.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שכוח פאר די קאמפלימענט, כעל פראבירן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איךהער;
דו ווייסט די אנדערע ניקס פון יוסעלע-גולם?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

כ'פאדריי אביסל,

יאסעלע פליז גיי,

עניוועי צוריק צום ענין,

נאטורליך, דו האסט א פונקט, אבער די אנדערע אויך.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

שוועמל האט געשריבן: איךהער;
דו ווייסט די אנדערע ניקס פון יוסעלע-גולם?


נישט עכט, אבער געווענדליך .... בלייבט ....
אלבערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלבערט »

איך וויל זיך אנטשולדיגן פארן אפשטעלן דעם סעריע באשרייבונגען איבער דעם סכנה פון דעם אידישן וויקעפעדיע, איך האב זייער אסאך געטון דערין די לעצטע פאר טאג. איך האב באקומען א היפשע פאר ווענדיגן פון אלע זייטן, און כולם פה אחד ענו ואמרו אז דער מנובל איז נאר אזוי לאנג שטארק ווילאנג ער איז דער איינציגסטער אויפן מארקעט, איינמאל עס זענען דא אנדערע אויך, און איבערהויפט מער אינטערסאנטערע וועט זיך דער עולם אויטאמאטיש אהינציען. ווער עס האט מיטגעהאלטן אביסל די היסטאריע פון דעם ניק, אנגעהויבן ביי זיין בלאג, נאכדעם ווייטער ביי זיין פארום אויף הייד פארק וויקי נייעס, דערנאך זיין פארום עצור כאן חושבים ווייסט אז ער איז געלאפן פון איין ענין צום צווייטן דעזעהנדיג זיך אן ליינער, ביז דער וויקעפעדיע האט אים געברענגט די פולע עטענציע.

נאך א זאך באדארף מען קלאר מאכן, אויפן וועקי איז די גרינגסטע זאך צו טוישן ניקס, ער קען שרייבן מיט פינף אדער מער ניקס א טאג, זיין פולטיים ארבעט אויפן וועקי געבט אים די פולסטן געדולד צו שפילן כאפצעם מיט יעדער וואס רעד אפילו אריין א ווארט דארט. ער איז א מומחה אין זיך שפילן מיט יענעמס נערווען. די ליסטע פון היינטיגע אקטיווע שרייבער אויפן וועקי, זענען ווי פאלגענד:

-יודל, אבישי, שור שנגח, אלס ווייסער, און נאך צענדליגער און הונדערטער ניקס.
- שמאלץ, א מנהל וואס הרגט זיך אגאנצן טאג מיט יודל, א חסידישער, אבער ער איז דארט בלויז "צו האלטן די געזעצן פון וועקי אין די ראמען", און בנוגע מנובלות נעמט ער זיך אן פאר די שיטה פון יודל.
- רוני, א פרייער געוועזענער פרומער וואס וואוינט אין תל אביב, ער פראבירט אויך צו זיין סעקולער, אבער איז שוין מער בויגזאם צו הערן וואס אנדערע זאגן. ער איז אמאל געווען מנהל און יודל האט אים ארויסגעשליידערט דורך די הויכע פענסטער.
- געוואלד, א היימישע געשמאקע שרייבער, וואס גרוילט זיך פון די מנובלות, אבער ער גלייכט דער סיסטעם פון וויקיפעדיע.

די אלע דריי הרגנן זיך מיט יודל'ן טאג און נאכט, און און נישט איינמאל האט מיר דאס מיטהאלטן געברענגט צו א היליכיגן LOL מיט אלע מפרשים.

דאס וואס מען טענה'ט אז עס איז דא גענוג שמוץ וכו', איז דאך אזוי אומגערעכט... גענוג איז דא פון אלעם, די אידישע מהלך איז אז מען דארף ווי ווייטער שטיין פון שמוץ, אויב מען קען עפעס טוהן 'מוז' מען טון. דער פאקט איז אז דער וויקעפעדיע קומט די ערשטע ארויף אין גוגל ביי סורטשעס, און דער שמוציגער מנובלישע וויקעפעדיע וועט אין איין טאג זיין דער האום פעידזש פון יעדעם וואס וויל נישט, אבער קען זיך נישט איינהאלטן צו ליינען די שטותים והבלים אשר עין לא ראתה.

רעזאלוציע

דער נייער וויקעפעדיע מיטן נאמען "אידישע וועלט"

http://ivelt.com/wiki

עס האלט נאך ממש אין די ערשטע שטאפלן, און וויבאלד עס איז פאר אומזינסט פארמאגט עס אדווערטייזמענטס וכדומה.

עס איז געמאכט געווארן סטריקלי פאר אינטערסאנטע נארמאלע באשרייבונגען! קיין איין קורצע און נארישע באשרייבונג וועט נישט דורכגעלאזט ווערן, און אפגערעדט פון מנובלות און זאכן שלא עפ"י תורה.

עס איז יעצט אין יעדעמס הענט דאס אויפצובויען, עס פארמאגט נאכנישט קיין מנהלים, צוליב דעם וואס טעכניש קען מען נישט אראפנעמען די רעכטן פון א מנהל נאכן עס ארויפלייגן אויף אים -דערווייל, און עס איז דעריבער זייער איינגעשטעלט צו געבן א כח ההנהלה נאר ווייל מען קלערט אז מען וועט אויפבויען וויקעפעדיע. די מנהלים וועלן אויסגעקליבן ווערן ברוב דעות.

אויך איז וויכטיג צו באטאנען, אז די גאנצע סטרוקטור איז בעצם געמאכט געווארן על דעת פון דער אידישע וועקי, כאטש היפש זאכן זענען געטוישט געווארן צו נארמאל אידיש. דעריבער זענען די הצעות אפען עס טוישן אויפן היימישן חסידישן אידיש.

דער ניק yiddishworld איז דערווייל מיינס, טעכניש בין איך דער איינציגסטער מיטן כח אויף די אינערליכע חלקים פונעם סייט, אבער חוץ דעם פארמאג איך נישט קיין שום אנדערע כח מער ווי פון סיי וועמען, און איך "גיי" דאס אי"ה אוועקגעבן איינמאל די זאך ראטנט.

ווער עס דארף א פראפעסיאנעל און אויסגעהאלטן וויקעפעדיע זאל זיך דארט טרעפן דאס פלאץ.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אלבערט, ביסט ריזיג, נישטא די ווערטער, באמת, נישט נאר גערעדט, נאר געטוען צו דער זאך,

איין קליינע הערה'לע, די נייעס אין די זייט איז זייער שמאל, און ס'איז שווער צו ליינען, אויב מ'קען עס פאררעכטען, שכויעך,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח אלבערט, כ'האב זיך איצט איינגעשריבן דארט מיט'ן נאמען סאכדעס. BTW דער נאמען סאכדעס אין די אלטע וויקי, האט מיט מיר גארנישט.

מ'וואלט געדארפט געבן א שטיקל הדרכה וויאזוי עס ארבעט דער גאנצער וויקי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

יישר כח אלבעט.

איך בין שוין דארט
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

רבותי, איך פעקל מיך אריבער צום נייעם וויקי, איך וויל בעטן אלע חברי הקרעטשמע זאלן קומען מחזק זיין די ידים כושלות, די סייט איז נאך זייער נישט מסודר, און מיר ווארטן אויף אייער הילף.

עס וואלט געווען געראטן אז דער נייער סייט זאל זיין א שוועסטער פריאעקט צום קרעטשמע, ווי נישט ווי, איז דער קרעטשמע א בלאג, און נישט אויסגעשטעלט פאר קיין ענציקלאפעדיע, ווי מ'קען מסדר זיין ענינים דבר דבר אל אופניו כשלחן ערוך ומוכן לאכול. דעריבער וועט דער קרעטשמע זיין דער בלאג און דער אידישע וועלט די ענציקלאפידיע.

דער סייט איז געבויט אויפן זעלבן פרינציפ ווי דער קרעטשמע, אלעס מוז געשריבן ווערן מיטן היימישן און תורה'דיגן געשמאק. אן קיין שום מחשבת אבק פיגול פון פאליטיק אדער מחלוקת. למשל, קיין שום לעבעדיגע פרומע פערזאן טאר נישט באשריבן ווערן דארט, חוץ אויב עס איז נישטא קיין שום חשש אז ס'וועט צוקומען צו מחלוקת אדער פאליטיק, (למשל רב אמנון יצחק??? אפשר???). זאל נישט חלומ'ן קיין שום חסידות ער זאל האבן די מינדעסטע פראפאגאנדע דארט.

אויב איר האט תגובות וואס איר האלט עס איז פאסיג פאר אן ענציקלאפידיע ברענגט עס אריבער אהין.

עס איז א ווין ווין סיטועשאן, סיי דער קרעטשמע און סיי די ענציקלאפידיע וועלן וואקסן ביי ליפס ענד באונדס בעזר השם. מיט דאנק.
קושקע
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 24, 2007 4:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושקע »

איך קום יעצט פון א קראס די סטריט ביים נייעם ענציקלאפידיע, עס איז זייער נישט מסודר, נישטא קיין געהעריגע בענק און טישן, אלעס איז זייער רוי, אלעס איז אנגעשטויבט און שמוציג, אפאר געציילטע ארבייטער ארבעטן דארט, זיי ברויכן הילף, אויב אפאר אידן פון קרעטשטע קענען אריבערקומען ארויסהעלפן, למצוה גדולה יחשב, פארשטייט זיך מאשקע איר זאלט דא בלייבן סערווירן די קונדען, מ'קען דאך נישט לאזן די קרעטשמע אויף הפקר...
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'ווער מער און מער אנציקט אבער וויי 'געוואלד' די 'קושקע'ס דרייען זיך מיר, כ'קען זיך ממש נישט אויס וואו הויבט מען אן דארט זיך צו רירן?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קושקע האט געשריבן: איך קום יעצט פון א קראס די סטריט ביים נייעם ענציקלאפידיע, עס איז זייער נישט מסודר, נישטא קיין געהעריגע בענק און טישן, אלעס איז זייער רוי, אלעס איז אנגעשטויבט און שמוציג, אפאר געציילטע ארבייטער ארבעטן דארט, זיי ברויכן הילף, אויב אפאר אידן פון קרעטשטע קענען אריבערקומען ארויסהעלפן, למצוה גדולה יחשב, פארשטייט זיך מאשקע איר זאלט דא בלייבן סערווירן די קונדען, מ'קען דאך נישט לאזן די קרעטשמע אויף הפקר...


אז יעדער וועט אהינגיין, וועמען וועל איך סערווירן?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ברוך שובך מר. אלבערט
קודם צום אלעם ערשט, חזק ואמץ! איך האף אז דיין פלאן וועט פארוויקליכט ווערן, און היימיש יידיש-רעדנדע וועלן אין דעם זייטל געפונען פילע פילע פעק און זעק פון ידיעות.

צו די פראגע פון "נאטורליך" וועלכע פרעגט הלמאי מען מאכט אזא טומל איבער דעם היצטיגן "יידישע וויקיפעדיע", אמער וועם ס'געפעלט נישט זאל נישט אהין גיין?
אין אויבן אויף, בהשקפה ראשונה, האט, לכאורה, נאטורליך רעכט מיט זיין טענה. ווארום, ווער בעט דיר טאקע אהין צוקריכן? איבערהויפט היינט צוטאגס נאך וואס דו ווייסט שוין קליפ און קלאר מיט וועלכע סארט פערשוינען און עלעמענטן מען האנדלט דארט... אבער אין אמת גערעדט איז דאס נישט ממש אזוי, ווייל אן "ענציקלאפעדיע" אויף דער יידישער שפראך איז א זאך וואס וואלט געקענט פאר יעדן צוניץ קומען. יעדער בלי יוצא מן הכלל וואלט געקענט דערפון נהנה זיין. עס זענען פארהאן טויזנטער נושאים וואס די ידיעות דערין זענען ווייניג און מיט א נארמאלע געמיינדע וואלט אזא ענציקלאפעדיע פראיעקט אסאך אסאך ארויסגעהאלפן; צי זאל דאס זיין אין רעליגיעזע ענינים, צי זאל דאס זיין סעקולארע ענינים, צי זאל דאס זיין פינאנציעלע ענינים, צי זאל דאס זיין סתם וועלטליכע וויסנשאפטן, ווי למשל: היסטאריע, געאגראפיע, סייענס, כעמיע, א.א.וו. גענוי אזוי ווי דער ענגלישער אדער העברעאישער וויקיפעדיע פראיעקט ווערט היינט צוטאגס באניצט ארויסצוהעלפן מיליאנען מענטשן איבער די וועלט, איבער יעדע סארט נושא וואס מען זוכט, האר גענוי דאס זעלביגע וואלט מעגליך געווען אהערצושטעלן דעם פראיעקט אינעם יידישן שפראך, די פראגע איז נאר פארוואס דאס איז נישט צושטאנד געקומען? און אויף דעם ארויף איז געקומען דער תירוץ, פון אונזער חשובן "אלבערט" יר"ה, אז די סיבה דערפאר איז גאנץ פשוט: "דער פראיעקט ליגט נישט אין גוטע הענט!"

דער פאקט איז אז ווען דו זוכסט, אויף סיי וועלכע שפראך, א געוויסע זאך אויפן אינטערנעט, שפרינגט דיר כסדר דאס ערשטע אנטקעגן "וויקיפעדיע". די יידישע שפראך איז מיט גארנישט צוריק געשטאנען, און אז דו זוכסט עפעס אויף יידיש שפרינגט דיר אנטקען דער נערישער, אומאונטערסאנטער "יידישער וויקיפעדיע". טא פארוואס זאלן יידיש רעדנדע נישט האבן די זעלבע פריווילעגיע ווי די אנדערע שפראכן? פארוואס מוזן זיך די יידיש רעדנדע כסדר אנשטויסן מיט זיינע נערישע שטותים במקום ווען דאס וואלט געקענט אויפגעארבעט ווערן אויף א פראפעסיאנאלן, אינטיליגענטן, ערוואקסענעם, שטייגער?

און אז איך רעדט שוין וויל איך שוין בארירן נאך א נקודה, וועלכע מען הערט זייער אפט, און דאס ווערט איבערקייט און איבער געקייט ככלב שב על קיאו. די אנפירער פון דעם היינטיגן "יידישע וויקיפעדיע" זייטל פארשטעקן זיך כסדר מיט א טענה, הלמאי מען קריטיקירט זיי? ווער עס האט טענות זאל מוחל זיין קומען און פאררעכטן, דער וויקיפעדיע איז פריי פון צענזור, ביסט נישט צופרידן קום און פאררעכט וויאזוי דאס שמעקט דיר. די טענה איז באמת אן אויפריכטיגע טענה, און ווען דער לעזונג דערפאר וואלט ווען געווען אז מיטן אהינגיין און פאררעכטן וואלט מען ווען געהאלפן געווארן, זענען זיי טויזנט און איין מאל גערעכט מיטן פארהאלטן און איבערקייען די טענה נאכאמאל און נאכאמאל. אויב איז אבער דער מציאות, לויט ווי עס שטעלט זיך ארויס, אז דער גאנצער סטראקטשער פון דעם זייטל ליגט אין שמוציגע, קינדערישע, נערישע, הענט וועלכע טוען דאס פארגרוילן און פארמיאוס'ן ביי יעדן באזוכער, דאן איז דער נאכאנאדיגער רוף אהינצוקומען נישט מער ווי פארברעך! ס'הייסט מען רופט אהין שרייבער מיטן אויסרייד אז ס'איז "פרידעם אוו ספיעטש" בעת ווען נישט נאר ס'נישט ריכטיג נאר ס'איז גאר דאס פרקערטע ממש!

בכל אופן, "אלרבעט" איז ווערט א באגריסונג, פארן טוהן צו דער זאך להלכה "ולמעשה". און איך וואלט אפי' פארגעשלאגן צו עפענען דא אן אשכול: "אן אינטערוויו מיט אלבערט איבער דעם נייעם "יידישן וויקפידיע". ווייל הרבה שאלות נשאר בקולמוסי. ועוד חזון.
קושקע
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 24, 2007 4:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושקע »

איך ווייס אויך נישט פונקטליך ווי אזוי ס'ארבעט איינער קען דא געבן א שטיקל קרעש קאורס....
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

איך שטעל זיך צו, צי די בקשה פון סאכדעס און קושקע, כ'האב זיך איינגעשריבן, אבער אן קיין שום ידועה וויאזוי דאס צוניצן,

עני העלפ ?

שכויעך זארעכ פארן קלארער מאכן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך 'וואלט' מיך איינגעשריבן, ווען איך ווייס ווען כאטש אביסל וויאזוי דאס צו נוצן.
אלבערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלבערט »

רואיג רואיג... אין די קומענדיגע טעג וועט דער נייער וויקי ארויפגיין אויפן קרעטשמער'ס סארווער, דער היימישע קרעטשמע איז געווען דער מתחיל במצוה, און זיי וועלן זיין דעם אכסניא און מסיים במצוה. דאן וועט אי"ה צוגעשטעלט ווערן א פולע "מדריך" איבער אלע גענויע פרטים.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זאלסט זיין געבענטשט מטל השמים ומשמני הארץ.
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

חברה, איך ארבעט שווער שווער מ'זאל קענען דארט אנהייבן צו פראווענען די טעג און נעכט.

ראשית כל, גייט'ס אריין אין "הילף" (עס געפינט זיך ביי די רעכטע זייט), ליינט'ס עס אדוירעך, איר וועט באקומען א שטיקל באגריף דערויף.

איך וועל בעז"ה אריינלייגן דארט שטארקע כוחות, אלטס תשובת המשקל, וואס איך פלעג דארט ליידער פון צייט צו צייט צוהעלפן בויען.

איך וואלט זייער געבעטן, די אלע וואס ווייסן אדער קענען זיך אביסל אויס מיט דעם סייט, זאלן עס מעלדן ברבים, דא און אין יענעם סייט, אזוי וועט מען קענען צוזאמען בויען, און בויען, שיינע אקטועלע זאכן, על דרכי התורה והחסידות.
לעצט פארראכטן דורך יעקב אלי בראך אום מיטוואך אפריל 25, 2007 3:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ריח_ניחוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריח_ניחוח »

איך זעה אז עפעס קאכט זיך דא.

אין מיינע פלענער זענען אלס געלעגן ווייטגרייכנדע אונטערנעמונגען אויף דער ליסטע וואס איך באגער צו פארווירקליכן, אלזא אין דער יעצטיגער צייט וואס עס פארמירט זיך האפנטליך אן אינטערעסאנטער, באלערנדער אידישע וויקעפעדיע, וואס וועט דינען די אינטערעסן פונעם חרדיש'ן ציבור הגולשים, גלוסט זיך צו עסטאבלירן מיין חלום אויכעט פון מאכן א לייכטע, פריינדליכע אינטערפעיס, אידיש-ענגליש דיקשאנערי, א שטייגער ווי דער העברעאיש-ענגליש מילון מורפיקס. דערווייל האב איך נאך אפילו נישט קיין רעכטער נאמען פאר די סייט -פארשלאגן ווערן אנגענומען- אבער דער רצון איז דא און כאטש עס איז נישט לייכט קען מען מיט די הילף פון נאך אייניגע דאס ערלעדיגן בע"ה.

עס איז געוואונטשן אויב גייען די פלענער פון דער צוקונפטיגער וויקעפעדיע אויף די ריכטיגע רעלסן, צאמצושמעלצן אדער כאטש לינקן די סייטס איינע די אנדערע, דאן וועט עס ארויפגיין ווי א ריח ניחוח.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31439
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איז אזוי, יאך האב זיך איינגעשריבן מיט'ן נאמען סאכדעס, און כאב געוואלט אנהויבן ארבעטן, זאגט ער מיר אז כ'דארף באשטעטיגן מיין זהות.

אלזא ביניך געגאנען צו מיין אימייל אדרעס, און געפונען אן אימייל פיל מיט כינעזער אותיות. אלזא האביך דארט געקליקט די לינק, און עס איז ארויפגעקומען עפעס אזוי ווי די בילד.

האביך אויפגעסיינט מיט התאחדות, און דאן אנגעגעבן אנאנדער אימעיל, אבער די זעלבע זאך האט פאסירט, בינעך געגאנען צו די אייגנשאפטן לינק, און דארט געבעטן אז מ'זאל מיר שיקן א פרישע קאוד, הך כוה, און דאס האט געפועל'ט, אבער כ'וויל דאך נוצן מיין אייגענע נאמען נישט דעם דאיענ'ס, און גארנישט עס העלפט נישט נאכמאל בעטן א קאוד. און דאס קומט ארויף ווען כ'קליק אויפ'ן לינק.
אטעטשמענטס
vaky.JPG
vaky.JPG (16.34 KiB) געזען 5359 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”