קהת האט געשריבן: איך האב שוין געזעהן פיר מינע שליסעל חלה
איין: מען קלעבט ארויף די שליסעל אינטען פון די חלה אזוי ווען עס איז אפגעבאקען נעמט מען עס אראפ אזוי האסטו א שעיפ פון א שליסעל.
צוויי: מען שטעקט אריין די שליסעל און די חלה אונגאנצען אריינגעשטעקט און עס בלייבט דארט ביז מען שנייט אויף די חלה.
דריי: מען מאכט א שליסעל פון טייג און מען לייגט עס אויפן חלה.
פיר: א גאנצע חלה געמאכט אויף א שליסעל שעיפ
קען מיר איינער זאגען וואס איז די ריכטיגע וועג.
און אויב איינער ווייסט ווי איז די מקור פון די וועגען.
איך האב געהערט אז מען דרוקט אריין דעם שליסל "אויף" די חלה, און מען נעמט דאס תיכף אראפ, אבער עס בלייבט א גריבל אין פארעם פון א שליסל. (שמעתי מידידי שכן קיבל מזקינתו נכדת אפטא).