פה ב'דארף יצ"ו -
גובערנאטור האט געשריבן:א גערויש אין הימל, ס'טוט זיך א טומל, מלאכים מיט קנאה,
זיי קענען נישט פארשטיין, ווי פלייש און ביין, האבן דערגרייכט אזא בחינה...
משמאילים: אפשר קענסטו מיר מסביר זיין וואס איז דע צונאמי דא? פארוואס שאקלען זיך אלע עולמות שוין אפאר טעג אן אויפהער?
מיימינים: אפשר צוליב די גרויסע כינוס כלל ישראל וואס גייט פארקומען.
משמאילים: עה, קענישט זיין, ס'דאך נאכנישט געווען, און שוין טרייסלט אלעס אזוי שטארק?
מיימינים: אה דו האסט נישט געהערט? ס'טוט זיך א מהפיכה דארט אונטן, ס'דא איינער וואס האט מיט מסירת נפש געטוישט זיינע געוואוינהייט וואס ער איז שוין צוגעבינדן צו דעם אסאך יארן, און ער האט אלעס איבערגעלאזט לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו.
משמאילים: נו, מילא, ער איז דאך איין מענטש סך הכל, פארדעם "אזא" איבערקערעניש?
מיימינים: איך זעה ס'טוט זיך ביים בי"ד, לאמיר גיין.
***
משמאילים: איך זעה נאנכישט די גרויסע איבערקערעניש וואס דא טוט זיך, איין מענטש האט סך הכל געטון א פעולה טובה, נו איז וואס?
בי"ד: וואס פארשטייט א מלאך צו נסיונות פון א בשר ודם! א מענטש זאל זיך אפרייסן פון זיינע געוואוינהייטן איז א ביטער שווערע זאך, און א מלאך קען דאס נישט פארשטיין!
מיימינים: ענטשולדיגט, אבער איך בין אלעמאל מלמד זכות אויף אידישע קינדער, אבער פונדעסטוועגן פארשטיי איך אויך נאכנישט די ריזיגע איבערקערעניש.
בי"ד: לאמיר עס ריכטיג מסביר זיין, אידישע קינדער האבן זיך געדרייט אויף שלעכטע מקומות, אידן זענען נכשל געווארן טאג טעגליך אין שלעכטע זאכן, איז געקומען איינער, מיטן כוונה אויפצוטון פאר אידישקייט, און געראטעוועט הונדערטער (אדער טויזענטער) אידישע קינדער פון עבירות און מחשבות זרות.
דער איד האט אויפגעטון א וועלט! און דער עולם האט עס אנערקענט, ער האט באקומען קאמפלימענטן און חיזוק פון אלע זייטן, און הבטחות אז מזכה את הרבים אין חטא בא על ידו.
און אז א מענטש זאל אפלאזן די אלע פארגעניגנס, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט אלעס כדי לעשות נחת רוח לבורא, דאס איז גאר גאר גאר א גרויסע זאך.
משמאילים: אבער איין מינוט, לאמיר זאגן מ'רופט איינעם צו הצלה קאל, און ער זאגט ער דארף יעצט גיין לערנען, טוט ער א מצוה צו אן עבירה?
דא האט ער געראטעוועט יעדן טאג מענטשן פון עבירות און יעצט לויפט ער אוועק צו טון אנדערע מצוות? וואס איז די גדולה פון דעם?
בי"ד: אוי וואס פארשטייסטו, ער האט אפגעטוון זיינס, יעצט אז די זאך פארט שוין קען זיך עס באגיין, און יעדער וואס רעדט די ווערטער און זאגט דאס, איז נאר מוסיף שכר על שכרו, ווייל דאס מאכט אים טראכטן אז אפשר טאקע... און אז ער איז זיך מתגבר אויף די אלע מחשבות, דאס מאכט די זאך סאך סאך גרעסער!
מיימינים: מעג מען וויסן די שכר וואס ער גייט באקומען פארדעם?
בי"ד: זיין שכר? עין לא ראתה! ס'נישטא קיין ווערטער דאס פארצושטעלן! א הויכע הויכע פלאץ וואס קיין שום מלאך ושרף קען נישט אהין דערגרייכן!
קוק נאר וויאזוי ס'קוקט יעצט אויס, הערסט? הערסט? מ'רופט אויס אין אלע עולמות "הבו יקר לקרעמער דעביד נחת רוח לקודשא בריך הוא!!"
אויך זיינע זיידעס זענען שוין אלע געהעכערט געווארן זייערע פלעצער אין גן עדן צוליב דעם, און זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך אהין צו טון פאר גרויס גליק.
משמאילים: הייסט דאס אז נאר אויפן עולם העליון וועט ער באקומען שכר, אקעי נישט געפערליך...
בי"ד: חס ושלום!! ער וועט זוכה זיין צו השפעות טובות אן א גבול און אן א שיעור! הרחבת הדעת מיט כל טוב זיין גאנץ לעבן!
מיימינים: און וואס טוט זיך מיט זיינע קינדער?
בי"ד: אה דאס איז א זכות וואס וועט ביישטיין פאר אלע זיינע דורות, ער וועט זוכה זיין צו גאר גאר לעכטיגע קינדער און אייניקלעך וואס וועלן באשיינען כלל ישראל!
משמאילים: אבער איך האף אז נאר פאר אים אליין גייט אן די אלע זאכן?
בי"ד: א נעכטיגן טאג! קודם האבן דאך הונדערטע אידן געהאט – און וועלן נאך האבן – הרהורי תשובה נאר וועגן דעם.
חוץ פון דעם ווען א עושר מאכט חתונה טיילט דאך אסאך געלט און קוקט נישט פאר וועמען, ווען כביכול איז בשמחה טיילט ער השפעות טובות בלי שיעור פאר גאנץ כלל ישראל.
מיימינים: און וואס איז מיט די וואס וועלן אים נאכמאכן?
בי"ד: דער אייבערשטער האט גענוג פאר יעדן, יעדער וועט באקומען אן אויסנאם, אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי'.
משמאילים: אבער איך האף אז מיט דעם איז עס פארטיג.
בי"ד: ניין, ס'האט א שטארקע שאקל אז ס'זאל מקורב ווערן די גאולה, פונקטליכע פרטים איבערדעם איז מליבא לפומי' לא גליא, כמוס הוא עמדי חתום באוצרותי, און דאס וועט מען נישט וויסן נאר ביז יענעם מעמד אליין ווען ס'וועט זיין דעם ונפוצותינו כנס מירכתי ארץ בקרוב בימינו אמן.
איך מיין מ'קען מאכן א נייע פראז..
ווקגאצ?
(וואס וואלט קרעמער געשריבן אזא צייט?)