אייוועלט איז אויס וועלט!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8078
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שמערי בערי האט געשריבן: בין איך דער איינציגסטער וואס האפט נאך אז קרעמער וועט צוריק קומען?

ניין, איך אויך... אבער תוחלת ממושכה כאב לב...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

שמערי בערי האט געשריבן: בין איך דער איינציגסטער וואס האפט נאך אז קרעמער וועט צוריק קומען?


ניין, עכ"פ איך האף אויף זיין צוריק, אבער דאך דערוואג איך מיר נישט אים צו בעטן צו צוריקציען פון א קבלה טובה.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

ס'איז באקאנט די מעשה מיט דעם בחור וואס האט איין מיטוואך אינמיטן פרישטיג באשלאסן "זיך צו נעמען צו די גמרא מיט אלע כחות", און אומר ועושה ער הייבט זיך אויף און גייט אריין אין ביהמ"ד לערנען, און אזוי אפגעלערנט א פאר שעה. מהיום ההוא והלאה איז ער טאקע געווארן אן אנדערער מענטש א מתמיד וכו'.
האט מען געפרעגט דעם ראש ישיבה צו דער בחור האט געמעגט אוועקגיין פאר'ן בענטשן?
האט ער געענטפערט: צו ער האט געמעגט קען מען דן זיין, אבער דאס איז זיכער אז ווען נישט וואס ער הייבט זיך אויף יענע מינוט וואלט פון די גאנצע התעוררות גארנישט געווארן, און ער וואלט נאך געזיצן און פלאנירט...

דאס איז געשריבן לגבי די וועלכע וואלטן געוואלט אז קרעמער זאל זיך שיין געזעגענען....
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

מידער האט געשריבן: די אנדערע זייט פונעם מטבע...

ווי שטארק קרעמער האט נאר געגליכן דעם וועלטל, איז דאס שוין די לעצטע עטליכע יאר מער געווען א חוב פאר אים מיט גענוג שוועריקייטן וואס איז מיטגעקומען מיטן אנפירן אזא קרעטשמע. עס איז אים ווייט נישט געווען אזוי גרינג ווי מאנכע מיינען אז אויסער זיין געמעקעכטס און קאמענטס האט ער זיך געקענט זיך לייגן שלאפן מיט א רואיגקייט, ווען אין פאקט איז דאס אנפירן מיט דעם וועלט מיטגעקומען מיט גענוג שוועריקייטן, באשלוסן און טענה'רייען וואס האט אים צוגענומען גענוג רואיגקייט פון זיין פריוואטן לעבן וואס איז היבש באקריוודעט געווארן פון ווען ער האט אנגענומען דעם פאסטן אנצופירן דעם דאן רואיגן (לייען: לעבעדיגן) היימישע קרעטשמע ביז צום היינטיגן ריזיגן ברייט פארצווייגטן אידישע וועלט וואס איז געבוקמארקט ביי יעדן אידיש ליינערדיגן אויפן אינטערנעץ. (דאס וואס ער האט דאס אנגענומען פאר א זכי' און פרובירט דאס מערסטע וואס מעגליך אז דאס זאל אים זיין א האבי נעמט גארנישט אוועק פון די שווערעקייטן.)

פון די אנדערע זייט האבן מיר מזל אז ער איז שוין די לעצטערע יארן געווארן ווייניגער און ווייניגער אקטיוו אזוי אז דאס זעץ זאל זיין וואס גרינגער, אבער זיין רעזיגנאציע נאכן זיין ווי דער פאן טרעגער פונעם קרעטשמע וועט סייווי סיי זיין א שווערער פיל אראפצושלינגען.

נאר וואס דען, שוין געווען גענוג חברים וואס האבן זיך אפגעטראגן פון דא און מען האט געמיינט אז די 'וועלט' גייט אונטער אן זיי, אבער נאך א שטיק צייט האט מען פארגעסן פון זיי למחצה ולשליש ולרביע. כאטש קרעמער קען נישט פארגליכן ווערן צו קיינעם בעפאר צוליב זיין פירנדן עקזעקוטיוו ראלע, וועט די וועלט פארן ווייטער מיט די גאר אינהאלטסרייכע חברים וועלכע האבן נאכנישט אויסגעשאלטערט דעם קאמפיוטער פונעם נעץ און וועלן זיכער מאכן אז אייוועלט זאל ווייטער זיין אן ארט אויפן נעץ וועלכע איז די מערסטע אויסגעהאלטן פארן חרדי'שן איד איבער די וועלט.

קרעמער'ס באשלוס האט יעדער פארשטאנען אז ס'וועט מיט די צייט סייווי מוזן פאסירן, פונקט ווי יעדער דא פארשטייט אז נישט איך און נישט דו וועלן דא שטענדיג בלייבן זיצן.

אבער אנדערש פון די פריערדיגע וועלכע האבן טאקע איבערגעלאזט א חלל מיט זייערע פון הימל באשאנקענע טאלאנטן און מייסטערווערק, וועלן אבער די ליינער פון קרעטשמע - געוועזענע, היינטיגע און קומענדיגע - שטענדיג דאנקבאר זיין פאר קרעמער פאר זיינע פילע לייסטונגען פארן אהערשטעלן דעם קרעטשמע וואס מען קען ניטאמאל אויסרעכענען אירע מעלות, די זכותים וועלן דיר זיכער באגלייטן אויף שטענדיג.


אודאי וועט עס ווייטער אנגיין... אבער אזוי ווי "ולא מיין" שרייבט, וויפיל צדיקים זענען שוין נפטר געווארן, און אלעס איז ווייטער געפארן?

דאס איז עס. ווען א מענטש פירט א זאך א לאנגע צייט, מען ווערט צוגעבינדן בעבותות של אהבה, אפילו מען באקומט אמאל א פסק, און מען דארף זיך יעצט געזעגענען און צוגעוויינען צו לעבן אן דעם, איז דאס א שווערע דורכגאנג, א_ווי כ'האב אקורשט געשריבן אין אן אנדער קינה אשכול.

ידעתי בני ידעתי, איך ווייס אויך אז קרעמער האט שוין לעצטנס נישט געשריבן צופיל, ווי אין די אמאליגע גוטע צייטן, און אויך אז ס'האט אים געקאסט אסאך צייט און כח קעהר צו נעמען פון די אלע עוברים ושבים, אבער עס האט געהאט אזא הרגש אז בשעת ער איז דא שפירט זיך אלעס אנדערש. ווען קרעמער האט געשאנקען א גרינע שמייכל, איז עס געווען מער ווערד ווי סתם א שמייכל פון א ניק-מאן-דהוא, און ווען ער פלעגט פינטלען מיט די אויגן בענוות חן קדשו, האט דאס געגעבן אזא גוטע געפיל אין אלע גלידער.... דערמאן דיך נאר...

און יעצט, שווער צו גלייבן. יא, דור הולך ודור בא, ס'איז אלץ דא נייע רבי'ס און נייע חסידים וואס פארגעסן דעם אלטן רבי'ן, אבער פאר די אלטע חסידים איז גאר שווער זיך צוצוגעוויינען, אפילו אלעס פארט ווייטער, און עולם כמנהגו נוהג.......
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

פלוני האט געשריבן: ס'איז באקאנט די מעשה מיט דעם בחור וואס האט איין מיטוואך אינמיטן פרישטיג באשלאסן "זיך צו נעמען צו די גמרא מיט אלע כחות", און אומר ועושה ער הייבט זיך אויף און גייט אריין אין ביהמ"ד לערנען, און אזוי אפגעלערנט א פאר שעה. מהיום ההוא והלאה איז ער טאקע געווארן אן אנדערער מענטש א מתמיד וכו'.
האט מען געפרעגט דעם ראש ישיבה צו דער בחור האט געמעגט אוועקגיין פאר'ן בענטשן?
האט ער געענטפערט: צו ער האט געמעגט קען מען דן זיין, אבער דאס איז זיכער אז ווען נישט וואס ער הייבט זיך אויף יענע מינוט וואלט פון די גאנצע התעוררות גארנישט געווארן, און ער וואלט נאך געזיצן און פלאנירט...

דאס איז געשריבן לגבי די וועלכע וואלטן געוואלט אז קרעמער זאל זיך שיין געזעגענען....

ער קען דאך שיקן אין די שנעק-פאסט א בריוול פאר איינע פון די אחראים און יענער קען ארויפלייגן.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

איז דא א צוואה פון קרעמער מיט אנווייזונגען ווי זיך צו פירן?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

מאנ-יימער האט געשריבן: איז דא א צוואה פון קרעמער מיט אנווייזונגען ווי זיך צו פירן?


ממנו ילמדו וכן יעשו!

א לעבעדיגע צוואה. אין אומר ואין דברים בלי נשמע קולם, אבער בכל הארץ יצא קוום!

קענען מיר דאס באווייזן?
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

כ'פרוביר צו שיקן א "אישי" פאר קרעמער, קומט ארויף די פאלגענדע מעסעדזש:

עטליכע פון די ניקס האבן פארלאשן זייערע פריוואטע הודעות און מען קען צו זיין נישט שיקן
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

טראנספארט האט געשריבן: כ'פרוביר צו שיקן א "אישי" פאר קרעמער, קומט ארויף די פאלגענדע מעסעדזש:

עטליכע פון די ניקס האבן פארלאשן זייערע פריוואטע הודעות און מען קען צו זיין נישט שיקן

און דא האט ער פארגעסן צו שרייבן "בלי נדר"
קרעמער האט געשריבן: אלס איינער פון די געדונגענע [...] ארבייטער פון אייוועלט,
...
אויב איינער האט סיי וועלכע פראגע אדער טענה, איז מיין אישית קעסטל אייביג גרייט צו ענטפערןאדער צו דירעקטירן יענעם צום ריכטיגן קאנטאקט מענטש אין די הנהלה וואס וועט קענען געבן דעם גוטן אנטווארט.

בברכת א פרייליכן פורים.
לעצט פארראכטן דורך גובערנאטור אום מאנטאג מאי 14, 2012 5:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע:וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

דא איז א באריכט אין די מידיע אז קרעמער איז יא צוריק, איך פארשטיי אבער נישט קיין ווארט

Kremer back after long road to recovery
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי ווער »

דעס אז ער גייט צירוק קימען איז מיר נישט קיין ספק מיין שאלה איז נאר אויב ער גייט געבען א תירוץ אווי ער איז געווען? אין וואס זיין ציל איז געווען? אפשר האט ער געוואלט ווייזן וואס ער טיט אויף? אפשר האט ער זיך גענויטיגט אין אביסעל חיזוק? אפשר איז ער געגאנגען אויף וועקאציע? אבער מארק מיי ווארדס ער וועט נאך צירוק דא זיין בתוקפו.מיין אנאליז איז אז דא איז געשען עפעס א מיסטעק אין אז עס איז שוין געלאנגען שפילט ער שוין מיט מיטן joke אבער עניוועי אין גי היסטערי וועט עס/איז עס אריינגעגאנגען
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

אבי ווער, פון ווי נעמט זיך דיין זיכערקייט? גראדע קוקט עס אויס גאנץ ערנסט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

א תגובה וואס רעדט מער פון 2,000 ווערטער...

קרעמער האט געשריבן:
מוישע_יאכעס האט געשריבן: כ'קענישט מער ווי באשטעטיגען וואס איינער האט שוין ערווענט אונמיטען די וואך, "נאך ריינער האט באמערקט קרעמערס ענדלאזע געדולד????"

מיינס האט שוין געפלאצט

ווען דו וועסט פירן א שטוב מיט 2,000 קינדער וועסטו אויך האבן געדולד צו יעדן באזונדער...
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

קרעמער זעהט אויס (ליידער \ ב"ה) צו זיין גאנץ אנטשלאסן מיט זיין קבלה טובה. איך האב אים גע'עצה'ט ער זאל מאכן א ווייט-ליסט וואו נאר אייוועלט זאל זיין אפן. אבער עס זעהט אויס ווי זיין באשלוס איז גאר שטארק.
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

נאכן זעהן די לעצטע טאג-צוויי די איבערקערעניש וואס אונזער קאלעגע קרעמער'ס טוויט האט דא אנגעברענגט ווילן מיר קלארשטעלן עטליכע נקידות.

צום אלעם ערשט. אונזער מייסד און מנהל "קרעמער" פארלאזט אונז נישט דערווייל ב"ה! ער וועט האבן פון היינט און ווייטער גאר געצוימטע אינטערנעט ציטריט און דעריבער וועט מען אים ווייניגער זעהן אויף א טאג-טעגליכן פארנעם, אבער ער בלייבט מיט אונז און ער וועט פונקצינירן ווייטער אלץ איינער פון די חברי הנהלה און אלץ איינער פון די מנהלים.

צווייטנס. אונזער הנהלה האט ב"ה היינט צוטאג א פעסטע שטאב פון אקטיווע אחראים - אין צוגאב צו די מנהלים - וועלעכע טיען געטריי זייער ארבייט טאג טעגליך און עס וועט זיך אי"ה נישט אנזעהן קיין שוואכקייט מיט די אפוועזענהייט פון קרעמער.

און צום לעצט. אונזער קרעטשמע באשטייט נישט פון איין מאן אדער א צווייטן. עס טראגט איר היינטיגער גוטער נאמען בלויז ווייל עס איז א צוזאמארבייט פון יעדעם צוזאמען. איין גרויסע משפחה ווי יעדער ארבייט צוזאמען פאר די סוקסעס פונעם סייט. מיט א האפענונג אויף ווייטער.


קרעטשמער בשם חברי הנהלת הפארום.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע:רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

העי! האסט פארגעסן צו לייגן א שלאס...
אוועטאר
אלס פארשטייער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2011 10:17 pm
לאקאציע:Waiting for GPS signal...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלס פארשטייער »

צום זאך האט געשריבן: העי! האסט פארגעסן צו לייגן א שלאס...

;l;p-
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8078
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קרעמער ווערט א רואה ואינו נראה... קראכט אוועק!
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6363
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

וואסי? ווייל ס'שטייט "לא מחובר"?
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע:מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

און איך בין אזוי דורכגעשלאפן די שטורעם...

קרעטשמער, א קליין נחמה.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע:אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

קרעטשמער האט אונז בארוהיגט.

פון יעצט און ווייטער וועט די קרעטשמע זיין אזוי ווי פון תשכ"ח און ווייטער.

די נישט געזונטע יארן, ווי די רבי קומט זייער ווייניג אריין, אבער דער עולם ווארט בחרדת קודש נאר צו זיין די הייליגע צורה פון רבין.
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

לץ איינער, תשכ"ח איז דאך דער רבי קוים געווען חתונה געהאט...
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע:אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

זייט ווען דארף מען זיין חתונה געהאט צו זיין געזונט?
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע:אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

איך ווייס נישט אויב דער עולם האט באמערקט אבער קרעמער האט היינט אינדערפרי געהאלטן ביי 28240 תגובות און יעצט האלט ער שוין ביי 28243 תגובות
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

שלומי, כ'האב עס באמערקט און מיטגעהאלטן...
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”