ב"ה איך האב זיך אויך אפגעטראגען
כהאב מער נישט קיין אינטערנעט
(כבין יעצט ביי א צוויטען כהאב אריינגעסטאפט דאהי)
כהאב מער נישט קיין אינטערנעט
(כבין יעצט ביי א צוויטען כהאב אריינגעסטאפט דאהי)
אחראי: אחראי
הרבטייטעלבוים האט געשריבן: ב"ה איך האב זיך אויך אפגעטראגען
כהאב מער נישט קיין אינטערנעט
(כבין יעצט ביי א צוויטען כהאב אריינגעסטאפט דאהי)
שמעק_טאביק האט געשריבן: טאמער משיח קומט נישט ביי די כינוס, דאן ווייס איך שוין נישט וואס צו זאגן. אם לא עכשיו אימתי? נו וויזוי זאגן די מבינים? מ'שיסט שוין יעצט דעם לעצטן קויל...
מכטי1 האט געשריבן:טראנספארט האט געשריבן:קרעטשמער האט געשריבן: צום אלעם ערשט. אונזער מייסד און מנהל "קרעמער" פארלאזט אונז נישט דערווייל ב"ה! ער וועט האבן פון היינט און ווייטער גאר געצוימטע אינטערנעט ציטריט און דעריבער וועט מען אים ווייניגער זעהן אויף א טאג-טעגליכן פארנעם, אבער ער בלייבט מיט אונז און ער וועט פונקצינירן ווייטער אלץ איינער פון די חברי הנהלה און אלץ איינער פון די מנהלים.
עטליסט איינמאל א וואך מעג זיך קרעמער לאזן הערן דא.
איך שטים מיט...
לכתחילה אריבער האט געשריבן: ...למעשה האט זיך אנגעהויבן א צונאמי מיט אונזער באליבטער קרעמער, ס'קומט א שמועה אז ער פארלאזט אונז!! כ'טראכט צו זיך "נע, סתם שמועות", אבער די צייט גייט דורך און עס קוקט אויס ווי א ערענסטע זאך "דאס קינד איז נישט דא"!! איז דאך ביטער, קומט איינער און וווארפט אריין אז אפשר האט מען געהעקט זיין אקאונט, און כ'שפרינג ארויף דעראויף ווי קאלט וואסער און א הייסער זומער טאג, איי ס'מאכט נישט קיין סענס, פונקט אין איין טאג, סיי זיין איי-וועלט אקאנט סיי די טוויטער אקאנט, אבער אז מען וויל זיך אנכאפן אין א שטרוי, ווער טראכט דען, און מען שטייט און האפט אז אט אט דער חברה מאן איז צוריק.
צוביסלאך צוביסלאך קומען אריין די מעלדונגען, אז עס איז ערענסט, עס ווערט א פאקט ,"קרעמער האט אונז פארלאזט"!!
כ'בין געווארן געפערליך צושאסען!!!! כ'ווייס אליינס נישט פארוואס, כ'האב מיך מיט אים ערשט באקענט (אויב מען קען דאס רופן באקענט, דורך א ניק), וואס איז אזוי געפערליך? אבער ווי מער כ'האב אריין געטראכט, אלס מער און מער איז עס געווארן קלאר, עס איז נישטא איינער וואס שרייבט דא, אויף א רעלעטיוו רעגעלמעסיגע אופן, וואס שפירט נישט א שטארקער פארלוסט, אזא - ווי מען רופט – א לאך אין בויך, אזא חלל וואס מען שפירט ווען מען פארלירט ח"ו א נאנטן, און אזוי ווי אין די אמת'ער וועלט ווען מען פארלירט איינעם פילט מען אזא דריקעניש, אזוי אויך אין די ווירטואלער וועלט, א ווירטואלער פארלוסט, איז זייער ווייטאגליך, די חילוק איז נאר אז די ווייטאג איז נישט א ווירטואלער, נאר א פאקטישער.
יעדער שפירט אזא נאנטקייט מיט אים, ווי מען דערציילט אויף געוויסט צדיקים וואס יעדער פון די מענטשען וואס האבן זיך געדרייט ארום די צדיקים, אז מען כאפט א שמעוס מיט זיי, וועלן זיי זאגן "כאטש מיט יעדעם איז די רבי געווען זייער נאנט, ווי א טאטע מיט א קינד, אבער ביי מיר איז עס געווען אזא ספעציעלע נאנטשאפט, ווי א טאטע צו זיין בן יחיד!".
דאס איז א גרויסע מדריגה און עס ווייזט זייער אסאך! דאס איז קרעמער! וויפיל מאל מאכט זיך איינער שרייבט א תגובה, ער האלט עס איז גאר א געלונגען ווארט, ווערטל, כאפ, נייעס'על, אדער סיי וואס, און ס'איז שא שטיל, קיינער ראגירט נישט, נאך אביסל שרייבן ווערט מען צוגעוואונט אז עס מיינט נישט אז מען האט עס נישט געזען, אדער הנאה געהאט, נאר – ווי כ'האב אמאל אליינס געשריבן פאר "פאנדיט":...
SPUSMN האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן: ...למעשה האט זיך אנגעהויבן א צונאמי מיט אונזער באליבטער קרעמער, ס'קומט א שמועה אז ער פארלאזט אונז!! כ'טראכט צו זיך "נע, סתם שמועות", אבער די צייט גייט דורך און עס קוקט אויס ווי א ערענסטע זאך "דאס קינד איז נישט דא"!! איז דאך ביטער, קומט איינער און וווארפט אריין אז אפשר האט מען געהעקט זיין אקאונט, און כ'שפרינג ארויף דעראויף ווי קאלט וואסער און א הייסער זומער טאג, איי ס'מאכט נישט קיין סענס, פונקט אין איין טאג, סיי זיין איי-וועלט אקאנט סיי די טוויטער אקאנט, אבער אז מען וויל זיך אנכאפן אין א שטרוי, ווער טראכט דען, און מען שטייט און האפט אז אט אט דער חברה מאן איז צוריק.
צוביסלאך צוביסלאך קומען אריין די מעלדונגען, אז עס איז ערענסט, עס ווערט א פאקט ,"קרעמער האט אונז פארלאזט"!!
כ'בין געווארן געפערליך צושאסען!!!! כ'ווייס אליינס נישט פארוואס, כ'האב מיך מיט אים ערשט באקענט (אויב מען קען דאס רופן באקענט, דורך א ניק), וואס איז אזוי געפערליך? אבער ווי מער כ'האב אריין געטראכט, אלס מער און מער איז עס געווארן קלאר, עס איז נישטא איינער וואס שרייבט דא, אויף א רעלעטיוו רעגעלמעסיגע אופן, וואס שפירט נישט א שטארקער פארלוסט, אזא - ווי מען רופט – א לאך אין בויך, אזא חלל וואס מען שפירט ווען מען פארלירט ח"ו א נאנטן, און אזוי ווי אין די אמת'ער וועלט ווען מען פארלירט איינעם פילט מען אזא דריקעניש, אזוי אויך אין די ווירטואלער וועלט, א ווירטואלער פארלוסט, איז זייער ווייטאגליך, די חילוק איז נאר אז די ווייטאג איז נישט א ווירטואלער, נאר א פאקטישער.
יעדער שפירט אזא נאנטקייט מיט אים, ווי מען דערציילט אויף געוויסט צדיקים וואס יעדער פון די מענטשען וואס האבן זיך געדרייט ארום די צדיקים, אז מען כאפט א שמעוס מיט זיי, וועלן זיי זאגן "כאטש מיט יעדעם איז די רבי געווען זייער נאנט, ווי א טאטע מיט א קינד, אבער ביי מיר איז עס געווען אזא ספעציעלע נאנטשאפט, ווי א טאטע צו זיין בן יחיד!".
דאס איז א גרויסע מדריגה און עס ווייזט זייער אסאך! דאס איז קרעמער! וויפיל מאל מאכט זיך איינער שרייבט א תגובה, ער האלט עס איז גאר א געלונגען ווארט, ווערטל, כאפ, נייעס'על, אדער סיי וואס, און ס'איז שא שטיל, קיינער ראגירט נישט, נאך אביסל שרייבן ווערט מען צוגעוואונט אז עס מיינט נישט אז מען האט עס נישט געזען, אדער הנאה געהאט, נאר – ווי כ'האב אמאל אליינס געשריבן פאר "פאנדיט":...
עס איז שוין פרייטיג און איך האב נאך אלץ נישט די ווערטער אראפ צו שרייבען מיינע געפילען, איז שרייב איך ענדערש נישט. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, איז וועל איך זיך מוזען באגנוגענען דערווייל מיט הרב לכתחילה אריבער'ס ווערטער, וואס ברענגט ארויס מיינע געדאנקען און דער לאך וואס איך פיל און מיין בויך. זייענדיג דא ווייניגער ווי א יאר, וועל איך נאך אמאל קענען זאגען אז איך האב נאך אריין געכאפט. דאס איז מיין איינציגסטע טרייסט. גיט שבת הרב קרעמער שליט"א און אלע חברים דא.
אלט מאנרא האט געשריבן: ב"ה אלעס גייט אן מען האלט שוין 2021 און עס האט גארנישט פאסירט מיט אייוועלט
מ'האלט מער יארע 2024 (ווער האט זיך געגלייבט) און אלעס פארט ווי ס'דארף צו זיין ב''ה!