אייוועלט איז אויס וועלט!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע:אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

אבער ווען איך וויל זעהן וואס ער האט געשריבן קומט עס נישט ארויף
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראנספארט »

רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

קרעטשמער האט געשריבן: צום אלעם ערשט. אונזער מייסד און מנהל "קרעמער" פארלאזט אונז נישט דערווייל ב"ה!

קרעטשמער בשם חברי הנהלת הפארום.

אויב פון וואנעט קומט די גאנצע פמליא של מעלה שמועס ? איז עס געווען סתם א בייזע חלום?
אוועטאר
אבי ווער
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי ווער »

אבי ווער האט געשריבן: דעס אז ער גייט צירוק קימען איז מיר נישט קיין ספק מיין שאלה איז נאר אויב ער גייט געבען א תירוץ אווי ער איז געווען? אין וואס זיין ציל איז געווען? אפשר האט ער געוואלט ווייזן וואס ער טיט אויף? אפשר האט ער זיך גענויטיגט אין אביסעל חיזוק? אפשר איז ער געגאנגען אויף וועקאציע? אבער מארק מייווארדס ער וועט נאך צירוק דא זיין בתוקפו.מיין אנאליז איז אז דא איז געשען עפעס א מיסטעק אין אז עס איז שוין געלאנגען שפילט ער שוין מיט מיטן joke אבער עניוועי אין גי היסטערי וועט עס/איז עס אריינגעגאנגען

חכם עדיף מנביא
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קודם פאר איך שרייב וויל איך זאגן אז עס איז נישט קיין געזעגענונגס דרשה, איך בין דא און כ'פלאן נישט צו פארלאזען דערווייל.

כ'האב פרייטאג געשריבן מיין 2000 תגובה, און געטראכט צו שרייבן א לענגערע ארטיקל לכבוד דעם "מייל שטיין", כ'האב זינטאג נישט געשריבן סתם אזוי צו געבן א טיפע אטעם אריין, ווי נאכן ארויף שפאצירען 7 שטאק, און מען ריהט זיך אפ א מינוט, פאר מען גייט ווייטער.

למעשה האט זיך אנגעהויבן א צונאמי מיט אונזער באליבטער קרעמער, ס'קומט א שמועה אז ער פארלאזט אונז!! כ'טראכט צו זיך "נע, סתם שמועות", אבער די צייט גייט דורך און עס קוקט אויס ווי א ערענסטע זאך "דאס קינד איז נישט דא"!! איז דאך ביטער, קומט איינער און וווארפט אריין אז אפשר האט מען געהעקט זיין אקאונט, און כ'שפרינג ארויף דעראויף ווי קאלט וואסער און א הייסער זומער טאג, איי ס'מאכט נישט קיין סענס, פונקט אין איין טאג, סיי זיין איי-וועלט אקאנט סיי די טוויטער אקאנט, אבער אז מען וויל זיך אנכאפן אין א שטרוי, ווער טראכט דען, און מען שטייט און האפט אז אט אט דער חברה מאן איז צוריק.

צוביסלאך צוביסלאך קומען אריין די מעלדונגען, אז עס איז ערענסט, עס ווערט א פאקט ,"קרעמער האט אונז פארלאזט"!!

כ'בין געווארן געפערליך צושאסען!!!! כ'ווייס אליינס נישט פארוואס, כ'האב מיך מיט אים ערשט באקענט (אויב מען קען דאס רופן באקענט, דורך א ניק), וואס איז אזוי געפערליך? אבער ווי מער כ'האב אריין געטראכט, אלס מער און מער איז עס געווארן קלאר, עס איז נישטא איינער וואס שרייבט דא, אויף א רעלעטיוו רעגעלמעסיגע אופן, וואס שפירט נישט א שטארקער פארלוסט, אזא - ווי מען רופט – א לאך אין בויך, אזא חלל וואס מען שפירט ווען מען פארלירט ח"ו א נאנטן, און אזוי ווי אין די אמת'ער וועלט ווען מען פארלירט איינעם פילט מען אזא דריקעניש, אזוי אויך אין די ווירטואלער וועלט, א ווירטואלער פארלוסט, איז זייער ווייטאגליך, די חילוק איז נאר אז די ווייטאג איז נישט א ווירטואלער, נאר א פאקטישער.

יעדער שפירט אזא נאנטקייט מיט אים, ווי מען דערציילט אויף געוויסט צדיקים וואס יעדער פון די מענטשען וואס האבן זיך געדרייט ארום די צדיקים, אז מען כאפט א שמעוס מיט זיי, וועלן זיי זאגן "כאטש מיט יעדעם איז די רבי געווען זייער נאנט, ווי א טאטע מיט א קינד, אבער ביי מיר איז עס געווען אזא ספעציעלע נאנטשאפט, ווי א טאטע צו זיין בן יחיד!".

דאס איז א גרויסע מדריגה און עס ווייזט זייער אסאך! דאס איז קרעמער! וויפיל מאל מאכט זיך איינער שרייבט א תגובה, ער האלט עס איז גאר א געלונגען ווארט, ווערטל, כאפ, נייעס'על, אדער סיי וואס, און ס'איז שא שטיל, קיינער ראגירט נישט, נאך אביסל שרייבן ווערט מען צוגעוואונט אז עס מיינט נישט אז מען האט עס נישט געזען, אדער הנאה געהאט, נאר – ווי כ'האב אמאל אליינס געשריבן פאר "פאנדיט":

ישר כח פאר די אפדעיט,

און בכלל פאר דיין בלאג! און דאס אז מען ראגירט נישט אלס, מיינט בכלל נישט אז עס אינטערעסירט נישט, אמאל האט מען נישט וואס צו זאגן, און אמאל האט מען נישט קיין געדולד, אבער מען האט באמת הנאה, סיי די טריקענע נייעס, און סיי די טיפזיניגע אנעליז.

ישר כח!

אבער וויפיל מאל איז קרעמער אריינגעקומען און געווארפן א גוט ווארט, סתם אזוי צו מאכן פילן גוט! און ווי איך שטעל זיך פאר, וואלטן אסאך שרייבער נישט ממשיך געווען ווען נישט אים.

חוץ פון דעם, זיין שווערע ארבייט פון קער נעמען דא שטיין על המשמר, אז אלס זאל קלאפן ברוחניות אין בגשמיות, זיינע זיסע ארטיקלען, וכו' וכו'.

שוין צופיל פארקראכן אין א ווירטואלער הספד, צוריק צום ענין.

איז האבעך געפילט זייער שלעכט, כ'האב פשוט נישט געהאט די מוט צו שרייבן, האבעך דעריבער דערווייל געליינט ווי געוויסע האבן גערומט זיין באשלוס, אנדערע שרייען אז ער מוז צוריק קומען אא"וו, געווארט אז די צער זאל ווערן ווייניגער.

פליצלינג קומט אריין "קרעטשמער" און מעלט איין:

"אונזער מייסד און מנהל "קרעמער" פארלאזט אונז נישט דערווייל ב"ה! ער וועט האבן פון היינט און ווייטער גאר געצוימטע אינטערנעט ציטריט און דעריבער וועט מען אים ווייניגער זעהן אויף א טאג-טעגליכן פארנעם, אבער ער בלייבט מיט אונז און ער וועט פונקצינירן ווייטער אלץ איינער פון די חברי הנהלה און אלץ איינער פון די מנהלים".

אזא גוט געפיל האט זיך געגעבן א לאז אראפ, א שטיין אראפ פון הארצן, ער איז דא!! ער בלייבט!! ב"ה.

אזוי ווי עס איז דורך א פאר מינוט און די נייעס האט – ווי מען זאגט – אריינגעזינקען, טראכט איך מיר, וואס איז די גרויסע שמחה, ער גייט דאך שוין נישט זיין אקטיוו, ער בלייבט פון די הנהלה, נא זייער פיין, אבער ווי איז געגאנגען די גאנצע – צו רוב - ווייטאג פון פריער?

בין איך אזוי פארזינקען אין מיין מחשבה, אין דעמאלס, ווי מען זאגט אויף לע"ז "איט היט מי", ס'האט מיך געכאפט, אמת די ווייטיג איז זייער גרויס, די אלע מעלות, וואס מען האט געהאט ביז יעצט וועט נישט זיין, און עס טוט טאקע זייער שטארק ווי.

אבער – דא קומט די גרויסע אבער – מער ווי די ווייטאג אויפן פארלוסט, האט וויי געטאן פשוט ...............................

קנאה!!!

יא קנאה, ווי האט א מענטש די שטארקייט צו טאן אזא שריט, אויפגעבויט די אימפעריע צוגעבינדען דערצו מיט אזעלעכע שטריק, ווי די שטריק וואס האלט די ברוקלינער בריק, און הייבט זיך אויף און זאגט ביי ביי, און........ שוין!!

איז ווען עס איז געקומען די מעלדונג, אז ער בלייבט, כאטש עס איז ווייטער א גרויסע זאך, ווייל ווי דערמאנט וועט ער נישט זיין מער אזוי אקטיוו, אבער דאך, צו בארויאיגן דעם קנאה געפיל איז פונקט גיט, "למעשה בלייבט ער", און ווען די מעלדונג וואלט געקומען לכתחילה אז ער צוימט פשוט איין, וואלט עס ווען געווען פונקט אזא גרויסע זאך אין מיינע אויגן, נאר וויבאלד עס איז געקומען די "רומער" אז ער "פלאגט אויס", האט די צווייטע עטוואס קלענערע מעלדונג, וואס איז באמת 99 פראצענט אזוי שטארק, דאך געווען עטוואס קלענער, און האט גרינגער געמאכט אויפן הארצן.

און יעצט אז די קנאה גייט פאריבער עכ"פ אביסל, קען מען גיין צו דעם נעקסטען שטאפעל, און אמת'דיג באגרייפן דעם פארלוסט אז ער גייט, און אמת'דיג שעצן די מורא'דיגע שריט אז ער טוט וואס ער טוט, זיך ארויס נעמען און אפלערנען די מערסטע וואס איז שייך, און אוועקלייגן דעם "קנאה געפיל", אויף א גיטע מינוט, צו שטייגן און יעדע זאך, כאטש אביסל.

און ווי א שעה עס גייט דורך, פונקט ווי יעדע ווייטאג, ווערט עס גרינגער, מען נעמט זיך צוזאם, און מען גייט אן.

כ'האף אז די וועלטעל וועט ווייטער אנגיין, און ביתר שאת וביתר עוז, און ווי מען זעהט די טעג די התעורורת איבער די שעדליכקייט פון דעם ברייטן געוועב, און ווי וויכטיג עס איז אז עס זאל זיין אזא פלאץ ווי מען קען זיך לופטערן, על צדי ההיתר (כאטש דאס פארשטייט יעדער אז בעסער איז צו זיצען יעדע איבריגע מינוט אויף גמ' תוס, ש"ע מיט די נושאי כלים, אבער אז ליידער האלט מען נישט ביי דעם, און מען באגעניגט זיך מיט צוויי שעה אינדערפרי און א שעה אנדערהאלבן ביינאכט, איז כאטש אן הצלה פורתא).

און צום שלוס, ווי די הייליגע גמ' זאגט:

"למה נסמכה פרשת נזיר לפרשת סוטה לומר לך שכל הרואה סוטה בקלקולה יזיר עצמו מן היין"

איז דא וואס זאגן פשט, אז ווען א מענטש באקומט א התעוררת אויף א זאך, זאל ער עס נישט אפלייגען אויף שפעטער, נאר שוין טאן עפעס למעשה, אז די התעוררת זאל האבן א כלי ווי חל צו זיין, האבן מיר היינט ב"ה געהויבן דעם פילטער לעוועל מיט א שטאפל מער ווי ביז יעצט, און דער קרעדיט קומט פאר מורינו הרב קרעמער ני"ו, פארן קנאת סופרים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מיינע צוויי צענט.

קודם ברר... א קעלט גייט דורך אין די ביינער, אקעי נישט ממש א קעלט, אבער א סקרוך זיכער. איך געדענק א צייט צוריק איז אויף בחדרי געווען פראמינענט באריכטעט איבער א (פרוי) ניק מיטן נאמען היידי וואס איז נעבעך אינגערהייט נפטר געווארן עלנד. מיר - און איך גלייב אז פאר נאך א סאך אנדערע - האט דאס געגעבן א שטארקן שאקל. ווי נישט ווי, דער נאטור פונעם כסדרדיגן אינטערנעט געיעג איז אוועק צו נעמען יעדן איבריגן מינוט פון יישוב הדעת, אבער ווען מען באגעגנט זיך מיט אזא מין נייעס גיט עס א דערוועק, מען דערמאנט זיך אז מען לעבט נישט אויף אייביג, היום כאן ומחר בקבר, און אויך אויף די ווירטואלע וועלט ווי מען קען נישט מיטהאלטן פזיש יעדנס פראבלעמען, שטייט אבער אונטער יעדן ניק א מענטש מיט דורכגענג און איבערלעבענישן.

דאס איז אויסער דער יתמות געפיל וואס עס פילן די וואס האבן פאקטיש מיטגעעלעבט און מיטגעארבעט מיט דעם ניק פון די גרינדונג פון א פארום, זיך געקריגט און שלום געמאכט, געשריגן און בארואיגט, אין פריידן און אין ליידן, און פלוצלינג איז יענער נישט דאהי.

ב"ה אז קרעמער לעבט און לאכט, איך ווינטש אים פערזענליך אלעס גוטס. אביסל הכרת הטוב פארן אויפשטעלן און אנפירן דעם סייט.

און דער אמת, ווי מען זעט פון אך שמח'ס ווערטער, מיר זענען שוין דער צווייטער - אדער גאר דריטער - דור היימישע אינגעלייט אויפן אינטערנעט, די ערשטע צוויי דורות האבן שוין ברובם אויפגעהערט שרייבן, און זענען האפנטליך אזוי ביזי מיט די ביזנעס און די שטוב אז די ביסל צייט וואס זיי האבן יא זיך אפצורוען נוצן זיי זיכער אויס אויף א בלאט גמרא.. פארגעסט אויך נישט, זייערע בערד האבן שוין ווייסע הערעלעך..

און נאך א וויכטיגערער נקודה איז דא אין זיינע ווערטער, אז מען וועט זיך גוט אריין טראכטן וועט מען זען אז דער עיקר עדיקשאן פונעם אינטערנעט וואס איז מעביר רוב בני אדם על דעתם ומקצתם גם על דעת קונם, איז דער כסדרדיגער זיך שרייבן מיט אנדערע, צי אויף פארומס, צי אלע מיני סאשעל נעטווארקינג און טשעטס, וואס איז א מורא'דיגער יצר ספעציעל פאר יונגע און קען זיין פאר עלטערע אויך שנעל צו זען צי און וואס איינער האט עפעס מגיב געווען, וואס יענער האט געשריבן, א.א.וו., וואס זייער אסאך מאל - עקטשולי: כמעט אייביג - וועט דאס כלל נישט זיין אינטערעסאנט פאר א דרויסנדיגן מענטש, וואס דאס מיינט אז די שמועס מצד עצמו האט נישט קיין עכטע אינטערעסאנטע תוכן, איין פעידזש אויף וויקיפידיע האט טויזענט מאל מער אינטערעסאנטע / נוצליכע אינפארמאציע ווי דער שמועס, עס איז בלויז די כסדרדיגע אפדעיטס און דער שטראם פון תגובות וואס גיט נישט קיין צייט פאר א מענטש זיך איבערצוטראכטן.

מען קען מיינע ווערטער זייער גרינג עקספרימענטירן, לאמיר זיך פארשטעלן אז יעדע תגובה וואס מען שרייבט, צוליב דעם ווייטן וועג וואס די ווערטער דארפן רייזן (כמדומה אז די סערווערס פון אייוועלט זענען ערגעץ וואו אין קאליפארניע) דויערט ארום א וואך ביז די ווערטער קומען ארויף אויפן סייט... וויפיל פון אונז וואלטן בכלל זיך אנגעשטרענגט צוצורירן דעם קיבאורד? גאר ווינציג.

בקיצור, די בעסטע עצה וואלט גראדע געווען ווען די פארומס האבן ווען א מעמבער "ריעד אנלי" אפציע, מיט אישי סערוויס, אבער משוגע דארף זיין א פארום דאס צו טאן, ווייל דאס וועט דאך בידים באערדיגן דעם פארום. און בכל אופן, איינער וואס פילט אז ער פארברענט צופיל צייט אויף דער נעץ, איז זיין עצה די בעסטע עצה. פאר דריי חדשים שרייבט נישט גארנישט אויף קיין פארומס.

אפילו אלסן אינטערנעט אליינס וועט עס אויך זיין פראקטישער, יעדער האט אינטערעסאנטע ארטיקלען, דאקומענטן, ביכער, ווידעאס, וואס מען טרעפט אויפן נעט נאר אינעם גרויסן געיעג האט מען אפילו נישט די צייט עס גרונטליך צו אנאליזירן. אבער אז מען האקט אפ מיט דעם לויפנדיגן שטראם (וואס טרייבט מיר - אגב - יעצט איינסע ביינאכט צו טייפן א תגובה. פאני) טרעפט מען זיך מיט מער רואיגקייט און צייט צו הנאה האבן פון די פילע כשרע אוצרות אויפן נעט.

אך, ווי עס בענקט זיך צו די צייטן ווען מען האט אמאל א יובל געטראפן אין בית מדרש א אלט היסטארישער קונטרס'ל, ווער רעדט נאך אויב עס האט אנטהאלטן הייסע סחורה איבער עפעס א פארגעלטע מחלוקה שכבר כיסה אותן עתיק יומין, און מען האט עס גענומען און דורך געליינט פון דאשקע צו יאשקע און פרובירט ארויס צו גריבלען עפעס אינפארמאציע וואס דער שרייבער האט כנראה דוקא געוואלט באהאלטן... היינט מיטן אינטערנעט, איז דער אינפלאציע אזוי גרויס, אז מען קומט גארנישט אן אפילו אריין צונעמען אין קאפ אפילו נאר די אויבערפלעכליכע אינפארמאציע.

גראדע טראכט איך יעצט אז פון די אנדערע זייט איז בכלל נישט אזא שלעכטע זאך אז מען איז כסדר עדיקטעט אויפן נעט צו אייוועלט. אזוי ווערט מען אפגעהיטן פון אסאך מרעין בישין. מען ברויך נאר זען צו זיין ווי ווייניגער אויפן נעט בכלל. עסקנים וואלטן געמעגט אויפקומען מיט א פראגרעם / עפפ וואס לימיט די צייט וואס מען קען זיין אויפן אינטערנעט (חוץ די ביזנעס סעקשאן פון די נעט).

שוין כאב מיך צורעדט. איך האף מען קען פארשטיין וואס עס שטייט דא. (און טאמער נישט, איז אויך נישט געפערליך).
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פאר כ'פארגעס,

ישר כך פאר "לכל זמן" און "קראק פאט" פארן זיך זארגן איי עפרישיעט איט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעמער,
קען איך נאך מיטגיין מיט דיר? וועכע קאנטרי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

גוט געזאגט, פיין געזאגט. (ווער, מיך? מיינסט מיך? יא, דיך, דארט ביים ווינקל, ניין, איינס ארויפציר, נאך איינס, נא נא, צוריק צוריק, שוין..., ווייסטעץ וואס, אלע פון ענק זאגן גוט, קומטס אהער, שטעלט אייך אין די רייע, כ'על אלע פארקניפן דאס בעקל)
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע:צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

אוי לספינה שאבד קברינטה אוי לקרעטשמע שאבד קרעמעריתו..............
נפלה עטרת ראשנו אוי נא לנו כי חטאנו.....
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: פאר כ'פארגעס,

ישר כך פאר "לכל זמן" און "קראק פאט" פארן זיך זארגן איי עפרישיעט איט!!

אהה....
איך וועל דיר זאגן דעם ריינעם אמת, ווען איך האב געזען אז עס איז ערנסט דער מצב, האב איך אנגעהויבן טראכטן ווער וועט ממלא מקום זיין קרעמער'ן?
דו ביזט געווען מיין ערשטער און לעצטער אויסוואל!
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מה נאמר ומה נדבר
עס טוט וויי!
טאקע הרב קרעמער שליט"א האט מיר גוט געמאכט פיהלען און ווילקאמען....
תצליח בכל דרכיך
און האב אונז אין זין...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קרעמער;:roll:
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן: איך ווייס נישט אויב דער עולם האט באמערקט אבער קרעמער האט היינט אינדערפרי געהאלטן ביי 28240 תגובות און יעצט האלט ער שוין ביי 28243 תגובות

ווייסט דאך די מעשה אז א לעפל קען געבוירען קען א לייכטער שטארבען, וכן להיפך.
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

האלט שוין ביי 28244
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שנאפס האט געשריבן: ער ענטפערט ניטעמאל קיין טעקסט מעסעדזשעס

(קען זיין ער האט אויפגעגעבן זיין טעלעפאן אויך???)

דאס האט נישט צוטוהן מיטן פארלאזן די אינטערנעט
דאס איז ווייל ער הערט אויס טעלמי פאר די קומענדיגע צוויי וואכן אן קיין אפשטעל ביז ס'פארשפארט זיך ממילא האט ער נישט קיין צייט צו טעקסטן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מי חכם האט געשריבן: (כמדומה אז די סערווערס פון אייוועלט זענען ערגעץ וואו אין קאליפארניע)

לא מיניה ולא מקצתיה.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך האב אמאל געהאט א אנטי וויירוס וואס פלעגט ווייזן אויף יעדן סייט ווער דער אונער איז, (דאס איז גילוי) און וואו די סערווערס זענען לאקירט. דוכט זיך אז ביי דעם סייט איז ארויפגעקומען אז עס איז אין קאליפארניע.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

קען זיין דאס איז געווען פאר די גרויסע מבול ווען מען איז נאך געווען ביי גיי טאטע.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

קרעמער האט געשריבן: היינט נאכט בחצות הלילה וועל איך פארלאזן די אינטערנעט.

געוואנדן אין דיין בליק, קענסטו זיין גענצליך שאקירט אז איך זאל אפילו פרובירן אזא זאך, אדער קענסטו זיין גענצליך אומבאאיינדרוקט. פאר מיר פערזענליך, האט די באשלוס זיך געשפירט ווי א גרויסע משוגע'נע געדאנק אין די אנהייב, און יעצט האט עס אנגעהויבן אויסקוקן ווי א פערפעקטע נאטורליכע שטאפל פון מיין לעבן מיט טעכנאלאגיע.

איך שפיר אז איך האב בלויז באטראכט די אינטערנעט פון דער נאנט. עס איז געווען פערזענליך און האט גענצליך איבערגענומען מיין לעבן פאר איבער 10 יאר,

יעצט וויל איך זעהן די אינטערנעט פונדערווייטנס. דורך זיך אפשיידן פון די נאכאנאנדיגע פארבינדונג, קען איך זעהן וועלכע חלקים זענען באמת ווערטפול, וועלכע זענען שטערונגען פאר מיר, און וועלכע חלקים טוען קארופטירן מיין גאנצע זעהל. איך זארג מיך אז איך בין אזוי אריינגעטוהן אינעם אינטערנעט אז איך האב געפונען וועגן אנצופילן יעדן שפאלט פון מיין לעבן דערמיט, און איך בין היבש זיכער אז די אינטערנעט האט אינוואדירט פארשידענע פלעצער וואו עס באלאנגט נישט.

אין מיין ווילדע פאנטאזיע, וועט פארלאזן די אינטערנעט מיר מאכן בעסער מיט מיין צייט, היבש מער קריעטיוו, א בעסערער חבר, א בעסערע טאטע, א בעסערער זוהן און ברודער... א בעסערער מענטש. אין רעאליטעט, וועל איך נאך אלץ זיין דער זעלבער פארשוין,

אין צוגאב, גיי איך פרובירן צו עלימינירן מיין טעקסט מעסעדזשינג, ווייניגסטענס ווי ווייט עס איז אין מיינע מעגליכקייטן. איך ווייס אז עס איז נישט איבער די אינטערנעט, אבער איך פרובירט צו עלימינירן ארומיגע שטערונגען, און איך טראכט אז עס.עם.עס. גייט אריין אין דעם כלל. צו העלפן נידערן מיינע נסיונות, טויש איך אריבער צו א נארישע-פאון.

וואונטשט מיר מזל.

נאך מיין אוועקגיין, וועט מען מיך קענען כאפן דורך די געהעריגע פאסט (איינמאל איך פארשאף מיר א פאסט-אפיס-באקס) און שפעט ביינאכט טעלעפאנישע רופן. דו קענסט ערווארטן וועכנטליכע טאגבוך איינטראגעס איבער מיינע איבערלעבענישן, און איך וואלט ליב געהאט אויב איר האלט אן אויג אויף היימלאזע מענטשן וואס שרייען וועגן אימעיל און בלאגס, עס קען גאנץ מעגליך זיין מיך.

קרעמער איך וואלט דיר פארגעשלאגן אזויווי דו לאזט איבער די ווירטואלע וועלט און דו הייבסט אן א פריש לעבן און זיך צו באקענען מיט מענטשן אין די פאקטישע וועלט
כאפ די געלעגנהייט און מוף אריבער קיין קענטאקי אדער סאוט דעקאוטע דארט קען מען באקומען ביליגע דירות, זאלסטו כאטש פארדינען דערפון
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

מאנ-יימער האט געשריבן:

;l;p-
יענץ געלעכטער.

עס איז בוודאי א דבר טוב, פלא והפלא, וכדאי וראוי לשבחו ולחזקו.
____

אגב ווי איז געשריבן געווארן די אויבן דערמאנטע ווערטער ?
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שטרוי האט געשריבן:
;l;p-
יענץ געלעכטער.

עס איז בוודאי א דבר טוב, פלא והפלא, וכדאי וראוי לשבחו ולחזקו.
____

אגב ווי איז געשריבן געווארן די אויבן דערמאנטע ווערטער ?

לחץ כאן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרוי »

יישר כח מאנ-יימר,
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

איך מיין די גרעסטע זכות לעילו נשמתו וועט זיין אז מיר וועלן אלע אפלאזן די אינטערנעט.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

לעילו נשמתו הטהורה
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”