ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך DotCom
»
זונטאג מאי 13, 2012 8:13 pm
ברוך המקדש שמו ברבים! פאר ווער עס קען קרעמער'ס היסטאריע און טראכט אריין וואס ער גייט נאר יעצט טהון, וועט פארשטיין אז אזא שריט איז מסירת נפש ממש! ובדרך אגב, אזא שריט איז ביי מיר מער ווערד ווי אלע דרשות פונעם כינוס, ווייל ווי יעדער ווייסט דאך דעם אמת אז רוב רבנים פארשטייען נישט דעם עצם אינטערנעט מיט אלע אירע קאנסעקווענצען ב"ה, אזוי אויך ווייסן זיי נישט ווי שווער עס איז פאר א מענטש זיך אפצוגעוואוינען דערפון, און אלעס וואס זיי רעדן אזוי בחומר הענין אידאך נאר וואס די עסקנים דערציילן זיי, ווידער א רב וואס פארשטייט יא איז דאך אקטיוו אויפ'ן אינטערנעט קומט דאך גלייך ארויף די טענת קשוט עצמך, משא"כ איינער וואס אז שוין געווען אויף די אינטערנעט, בפרט אזא איינער וואס האט מייסד געווען און אנגעפירט אזא מקום, אריינגעלייגט אומצאליגע שעות און ענערגיע ביז ער האט ענדליך געזעהן די פירות, און אז ער אליינס איז שוין אויך נישט דארט, פון אים איז די מערסטע ראוי מקבל צו זיין (וכן משמע להדיא במסילת ישרים פרק ג' דרק מי שכבר יצא מן השבילים רק להם נכון לשמוע עיי"ש). קרעמער היקר! אויב ליינסטו נאך בעט איך פון דיר איין זאך, פליז פארגעס נישט דיינע איי"ני"ק'לעך, שרייב אונז כאטש ווארעמע דברי פרידה ודברי ברכה ס'זאל זיין צום געדענקען!
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות)
.