מיר געפינען אז די מלחמת היצר ווערט אנגערופן מלחמה ווי מהאט געזאגט פאר די אידישע מיליטערלייט ביים זיך אומקערן אהיים אז הערשט יעצט הייבט זיך אן די עכטע מלחמה. מיר געפינען אין חז”ל איזהו גיבור הכובש את יצרו. סאיז לעולם שווער, ווי האבן די אידן געקענט זאגן נעשה ונשמע? ווער זאגט דו וועסט קענען אויספירן? נארוואסדען, אין זכות פון ”קבלת עול מלכות שמים” איז מען בטוח אז מוועט געווינען דעם ייצר הרע, אזויווי מיר געפינען ביי די מלחמה. אדרבה די שברי לוחות זענען נישט מעורר קיין דינים נאר דאס פארקערטע, קוב”ה זעהט דא די קבלות נישט די פאקטישע מעשים. לויט די מהלך שטימט אויכעט פארוואס דער בעל התניא שרייבט אז קרי”ש של המטה איז א תיקון פאר די חטא הידוע, די קבלת עול מלכות שמים איז א גאראנטי אז דו וועסט זיך אומקערן צום אויבערשטן (טייטש תשובה) און דו וועסט זיגן אין די מלחמת הייצר. רשעים מלאים חרטות, קומט דאך אויס אז צדיקים מלאים קבלות.
עקסטער זעהט מען דא די בחינה פון א משוח מלחמה, דאס איז אן עקסטערע אפטיילונג פון תורה (דער סנהדרין נשיא וכו’) סאיז אן עקסטערע אפטיילונג פון עבודה (כהן גדול וכו’) און סאיז ניטאמאל קיין מלכות.. סאיז דא אזא קאנצעפט ווי א מנהיג, עמיצער וואס פירט דען כלל’ס מלחמות. סאיז נישט קיין רבי אן עובד ה’ און נישט קיין רב א פוסק (ער קען גראדע זיין ביידע) סאיז עפעס אנדערש. איך טראכט פון רבינו הקדוש מסאטמאר זי”ע.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מביןהאט געשריבן:↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
מיך זעהט אויס אז רב חיסדא האט פארשטאנען אז א גט איז עפעס וואס דער מאן שרייבט און גיבט (עכ”פ בשלוחותו) פאר די פרוי, נישט סתם א שטיקל פאפיר נאר עפעס א שטיקל פיוס, א ווערטפולער איבערבעטונג אלץ א צושיידונג (אפשר ווייל די לשון כריתות טרעפט מען ביי א בונד, אן ענין פון שלום, כווייס נישט). זאגט ער אז מיט די תקנת חכמים אז די פרוי באצאלט פאר דאס שרייבן די גט און אז די גט קען זאגאר זיין אן איסור הנאה האט מען כאילו מיט די אלע זאכן ציבראכן די תכלית פון די גט.
היינטיגע בלאט שטייט און די גמרא "בז' באדר מת משה ופסק מן מלירד והיו מסתפקין ממן שבכליהם עד ט"ז בניסן" און תוס' ברענגט אז ס'איז אויך א פסוק און יהושע... למעשה שטייט און תורה "ויאמר משה אלהם איש אל יותר ממנו עד בקר וכו'... ווי אזוי דא האבן זיי יא געהאט מן פאר נאך אכט טעג?...
רעיםהאט געשריבן:↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:48 am

שטייט און פרשת המן וחם השמש ונמס, וויאזוי האט מען איבער געלאזט צו ווערן צעלאזט?

דער שפת אמת פרעגט דער קשיא. ער ענטפערט לפי דער שיטה אז משה איז נפטר געווארן אין שבת. פרייטאג האט מען דאך לעגאל געמעגט איבערלאזן (פאר שבת, אבער לאו דוקא 'נאר' פאר שבת), ממילא איז דער איבריגע פון די כשר אוועקגעלייגטע האט געקלעקט.
אנדערע תירוצים: בשם הרב אלישיב ז"ל אז דער איסור פון איבערלאזן איז נאר ווען מען לאזט דוקא בכוונה איבער פאר אנדערע טעג, משא"כ אויב מ'דערזעט זיך מיט איבריגע אינעם כלי איז נישט קיין פראבלעם צו עסן דערפון, און אולי איז געשען א נס אז יעדעמס כלי איז געווארן צוריק פול נאכן עסן יענע טאג. ובשם דער בריסקער רב ז"ל אז אז איינמאל מן איז מער נישט געקומען זענען די איסורים בשייכות מיט דער הורדת המן בטל געווארן.
חיים יצחקהאט געשריבן:↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:54 am
רעיםהאט געשריבן:↑דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 1:48 am
היינטיגע בלאט שטייט און די גמרא "בז' באדר מת משה ופסק מן מלירד והיו מסתפקין ממן שבכליהם עד ט"ז בניסן" און תוס' ברענגט אז ס'איז אויך א פסוק און יהושע... למעשה שטייט און תורה "ויאמר משה אלהם איש אל יותר ממנו עד בקר וכו'... ווי אזוי דא האבן זיי יא געהאט מן פאר נאך אכט טעג?...
שטייט און פרשת המן וחם השמש ונמס, וויאזוי האט מען איבער געלאזט צו ווערן צעלאזט?
דארט רעדט די פסוק פון די וואס איז געבליבען און פעלד איז שפעטער (און די זעלבע טאג) צולאזט געווארען... משא"כ וועגען איבערלאזען שטייט דאך אז דתן ואבירם האבן איבערגעלאזט און וירם תולעים ויבאש ויקצף אלהם משה....
כ'האב געטראכט א תריץ אז אזוי ז אדר איז דאך געווען שבת סא איז עס געווען פון די פרייטאג"דיגע מן וואס מ'האט יא געקענט איבערנעכטענגן פאר שבת האט מען עס שוין אויך געקענט האלטן פאר שפעטער...