חידושים אויף שבועות!!!
ויצא משה את העם לקראת האלקים מן המחנה ויתיצבו בתחתית ההר (שמות יט יז)
.
פון דא קומט דער מנהג אז מיר זענען אויף שבועות ביינאכט, ווייל די אידישע קינדער זענען פארשלאפן יענע נאכט בעפאר קבלת התורה, אויף אזוי ווייט אז משה רבינו האט זיי געדארפט אויפוועקן, און כדי דאס צו מתקן זיין דעם פגם דערפאר זענען מיר אויף (מ"א סי' תצ"ד).
א)דארף מען פארשטיין לכאורה ווי אזוי האט דאס טאקע געקענט פאסירן, אז אידישע קינדער זאלן זיך לייגן שלאפן, דארט ווי זיי ווייסן אז דאס גאנצע ארויסנעמען פון מצרים, דער תכלית איז דאך געווען אז מען וועט מקבל זיין די תורה הק' אויפן בארג סיני, און אידישע קינדער האבן דאך געציילט ספירה יעדן טאג נענטער און נענטער, און פונקט בשעת מעשה ווען עס קומט אן דער טאג פון קבלת התורה זאלן זיי זיך לייגן שלאפן.
ב)נאך פרעגט שוין דער מגן אברהם, מיר רופן אן דעם יו"ט 'יום מתן תורתינו', לכאורה די תורה איז דאך געגעבן געווארן די איין און פופציג'סטער טאג, ווייל די אידן זענען דאך ארויסגעגאנגען פון מצרים איז געווען דאנערשטאג, און די תורה האט מען דאך געגעבן אום שבת, אויב אזוי איז דאס שוין געווען די איין און פופציג'סטער טאג, און מיר האבן דעם יו"ט שבועות די פופציג'סטער טאג, און מיר רופן דאס אן יום 'מתן תורתנו', לכאורה איז דאך דעמאלטס נישט געווען מתן תורה.
ג)אין די גמ' געפונען מיר (שבת פו:) א מחלוקת צווישן די רבנן און ר' יוסי ווען עס איז געגעבן געווארן די תורה, די רבנן האלטן אז ו' סיון איז געגעבן געווארן די תורה, און ר' יוסי האלט אז ז' סיון. דארף מען פארשטיין, אונז ווייס מיר דאך אז אלו ואלו דברי אלקים חיים, לכאורה ווי אזוי קען מען זיך קריגן אין א מציאות ווען די מעשה איז געשעהן, עס האט דאך נאר געקענט פארקומען אין איין טאג, ווי אזוי שטימט עס מיטן מציאות.
ד)מיר געפונען אין די תורה ווען דער אויבערשטער האט געזאגט אז מען זאל זיך גרייטן צו קבלת התורה זאגט דער פסוק (שמות יט יא) והיו נכונים ליום השלישי,איז רש"י מפרש אז דאס מיינט מען ו' סיון, און ווען משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן שטייט אין פסוק (שם שם טו) היו נכונים לשלושת ימים,איז רש"י מסביר אז דאס מיינט לסוף ג' ימים הוא יום ד' שהוסיף משה, ד.ה. נאך די דריי טעג, ולדברי האומר בששה בחודש ניתנה ולשלושת ימים כמו ליום השלישי. דארף מען פארשטיין, לכאורה איז דאס אביסל א דוחק, ווייל למעשה איז דאך נישט דאס די טיישט פון 'לשלושת'.
ה)אין די גמרא טרעפן מיר (פסחים סח:) רבי יוסף האט געזאגט, אי לאו האי יומא דקא גרים כמה יוסף איכא בשוקא. דארף מען פארשטיין וואס איז דער לשון 'האי יומא'- דעם טאג, לכאורה האט דאך דאס נישט מיטן טאג, עס האט דאך דער עיקר מיט דעם וואס דער אויבערשטער האט געגעבן די תורה, וואלט ער געדארפט זאגן אי לאו 'קבלת התורה'וכו', פארוואס זאגט ער 'האי יומא' כאילו עס האט צוטוהן מיטן טאג.
ו)נאך איז שווער צו פארשטיין, מיר ווייסן דאך אז רבי יוסף איז געווען דער געוואלדיגער עניו, אזוי ווי די גמ' ברענגט (סוטה מט:) ער האט געזאגט לא תתני ענוה דאיכא אנא,אויב אזוי, ווי אזוי האט ער געזאגט דא אזעלכע ווערטער, ווי כאילו ער איז אסאך גרעסער פון אסאך אנדערע אין תורה, דאס זעהט דאך נישט אויס ווי ער איז אן עניו, פונקט פארקערט, דאס זעהט אויס ווי ווערטער פון גאוה, ער האלט זיך גרויס אז ער האט זוכה געווען צו זיין א גדול בתורה.
נאר מען קען דאס פארשטיין, בהקדם וואס דער הייליגער קדושת לוי טייטשט אויף דעם וואס מיר זאגן אין די הגדה, אלו קרבנו לפני הר סיני ולא נתן לנו את התורה דיינו,פרעגט ער, וואסערע טובה איז דאס אז דער אויבערשטער האט אונז דערנענטערט צום בארג סיני און נישט געגעבן די תורה, לכאורה די גאנצע מעלה פון זיין ביים בארג סיני איז דאך כדי צו מקבל זיין די תורה. נאר זאגט דער הייליגער קדושת לוי, אז בשעת אידישע קינדער זענען צוגעקומען צום בארג סיני איז פסקה זוהמתן, דער יצר הרע האט זיך אפגעטוהן פון זיי, און זיי האבן שוין משיג געווען די גאנצע תורה, אזוי ווי די אבות הק' האבן אויך משיג געווען די תורה בעפאר מען האט דאס געגעבן. ממילא דערפאר אפילו נאר דער אויבערשטער וואלט זיי דערנענטערט צום בארג סיני, ולא נתן לנו את התורה בפועל ממש מיט דעם אלעם 'דיינו', וואלט שוין אויך גענוג געווען.
נאך וועלן מיר מקדים זיין, לכאורה דארף מען פארשטיין וואס איז טאקע געווען דער ענין פארוואס האט משה רבינו מוסיף געווען נאך א טאג צו קבלת התורה. נאר מען קען דאס פארשטיין בהקדם אויף דעם וואס דער הייליגער ר"ר אליעזר'ל קאמארנא'ער זי"ע (מובא בספר נוצר חסד פ"ה מ"כ) האט געפרעגט אויף די מאמר חכמינו ז"ל (נדרים לח.) חמשים שערי בינה נבראו בעולם וכולן נמסרו למשה חוץ מאחד.דארף מען פארשטיין, קודם זאגט ער אז עס איז דא פופציג שערי בינה און אלעס איז איבערגעגעבן געווארן פאר משה רבינו, און גלייך דערנאך זאגט ער 'חוץ מאחד', איז משמע אז נישט צו אלעס האט ער זוכה געווען צו משיג זיין, עס האט געפעלט איין שער. ענטפערט ער, אז אין אמת'ן אריין איז יא אלע שערים איבערגעגעבן געווארן פאר משה רבינו, נאר די פופציג'סטע שער דאס איז די בחינה אז א מענטש קומט צו צו די מדריגה פון 'אַין', ער האלט זיך פאר גארנישט, ממילא די בחינה פון אַין דאס קען מען נישט איבערגעבן, ווייל דאס האט נישט קיין 'יש'. דערפאר שטייט דא דער לשון, 'חמשים שערי בינה נבראו בעולם', און טאקע משה רבינו האט משיג געווען אלע פופציג, אבער 'נמסרו' איז געווען 'חוץ מאחד' איז נאר געווען ניין און פערציג, ווייל אויף די פופציג'סטע שער איז נישט שייך דעם לשון פון 'מסירה' פון איבערגעבן.
ממילא לפי זה קען מען זאגן אז דאס איז אויך געווען ביי מתן תורה, די אידישע קינדער האבן יעדן טאג געציילט ספירה, און זוכה געווען צו נאך א שער און נאך א שער, ביז עס איז אנגעקומען די פופציג'סטע טאג, דעמאלטס האבן זיי זוכה געווען צום שער החמשים, צו די מדריגה פון אַין, איז אה"נ זיי האבן דעמאלטס נישט זוכה געווען צו נתינת התורה בעין ממש, ווייל אזוי ווי האבן פריער געשמועסט אז דאס איז נישט שייך צו איבערגעבן, אבער אין יענעם טאג האבן זיי שוין משיג געווען די גאנצע תורה דורך די נשמה. דערפאר האט משה רבינו מוסיף געווען נאך א טאג, אז דעם קומענדיגן טאג זאלן זיין מקבל זיין די תורה בעין, בפועל ממש דורכן גוף אויך, נישט נאר די נשמה זאל זוכה זיין צו די תורה, נאר דער גוף זאל דאס באקומען, עס זאל זיין א נתינה בעין.
לויט דעם איז שוין זייער פארשטענדליך [קושיא ג'] די מחלוקת צווישן די רבנן און ר' יוסי, אלו ואלו דברי אלקים חיים ומר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי, ווייל דער וואס זאגט אז ו' סיון איז געגעבן געווארן די תורה איז זייער גערעכט, ווייל דעמאלטס האבן אידישע קינדער זוכה געווען צו משיג זיין די תורה דורך די נשמה, אבער די נתינה בעין איז נישט דעמאלטס געווען. און דער וואס זאגט אז ז' סיון איז געגעבן געווארן די תורה איז זייער גערעכט, ווייל די נתינה בעין בקולות וברקים וכו' איז טאקע געווען אין ז' סיון, וואס דעמאלטס האט אויך דער גוף זוכה געווען צו תורה.
לפי זה איז שוין זייער פארשטענדליך [קושיא ב'] פארוואס מיר רופן אן דעם יו"ט שבועות - ו' סיון - זמן מתן תורתנו, ווייל מיר האבן טאקע משיג געווען אין דעם טאג די גאנצע תורה, עס איז נאר אבער געווען די נשמה האט דאס משיג געווען, משא"כ דער גוף האט הערשט באקומען די תורה ז' סיון.
איז קודם מתן תורה ווען משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן היו נכונים 'לשלושת' ימים, האבן די אידן געהאט א ספק וואס דאס מיינט, צי מיינט דאס ו' סיון, דעם דריטן טאג, אדער מיינט דאס ז' סיון, ד.ה. סוף צום פון די דריי טעג - אזוי ווי די מח' פון די רבנן און ר' יוסי. ממילא יעצט ווען זיי האבן געזעהן אין ו' סיון ווי זיי האבן משיג געווען די תורה דורך די נשמה, האבן זיי געמיינט אז דאס איז די קבלת התורה וואס משה רבינו האט געזאגט אז דער אויבערשטער וועט זיי געבן [ומתורץ קושיא ד'] . ממילא האבן זיי געמאכט א ק"ו, אויב אזוי, מה-דאך ווען מיר זענען נאך געווען אינעם חומר פונעם גוף האבן מיר שוין משיג געווען די גאנצע תורה, און דאך אודאי און אודאי ווען מיר וועלן זיך לייגן שלאפן, און אונזער נשמה וועט זיך אפטוהן פונעם גוף וועלן מיר דאך אודאי משיג זיין די תורה אויף נאך א העכערע בחינה, דערפאר זענען זיי געגאנגען שלאפן, כדי נאך מער צו מקבל זיין די תורה, און דאס איז אלעס געווען אויפן חשבון אז זיי האבן געהאלטן אז די קבלת התורה וועט נאר זיין פאר די נשמה, נישט פארן גוף, עס וועט נישט זיין קיין נתינה בפועל [ומתורץ קושיא א'] .
איז אבער משה רבינו געקומען און זיי אויפגעוועקט, ווייל ער האט געוואלט אז זיי זאלן מקבל זיין די תורה טאקע מיטן גוף הגשמי, בפועל ממש, און ויצא משה את העם לקראת האלקים, זיי מודיע צו זיין, אז דאס וואס זיי האבן ביז יעצט מקבל געווען איז אפילו נאך נישט די התחלה, הערשט יעצט הייבט זיך אן די קבלת התורה בעין דורכן גוף. און דאס איז פשט ויתיצבו בתחתית ההר, ער האט זיי געוויזן אז מען איז נאך 'בתחתית', מען האט נאך גארנישט מקבל געווען.
קומט אויס, אז דער טאג - ו' סיון - טוט אונז מרמז זיין, אז אסאך מאל מיינט מען, מען האט שוין געלערנט כל התורה כולה, ווייזט אונז דער טאג אז מען דארף צו וויסן אז מען האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן, אזוי ווי מיר זעהען דא ביי קבלת התורה, זיי האבן געמיינט אז זיי האבן שוין אלעס מקבל געווען, דערווייל זענען זיי שפעטער געוואויר געווארן אז עס האט זיך נאך נישט אנגעהויבן די קבלת התורה. אזוי אויך איז אין ו' סיון האבן זיי זוכה געווען צו די מדריגה פון 'אַין' זיך צו האלטן פאר גארנישט, - אזוי ווי מיר האבן פריער געשמועסט - זיי האבן זוכה געווען צום שער החמשים וואס דאס איז אַין. לפי זה איז שוין זייער גוט [קושיא ה' וו'] וואס רבי יוסף האט געזאגט, אי לאו האי יומא, ווען נישט דעם טאג ו' סיון וואס לערנט אונז אז מיר דארפן זיך פירן בעונה, צו וויסן אז מען האט בכלל נאך נישט אנגעהויבן צו משיג זיין עפעס פון די תורה, דעמאלטס כמה יוסף איכא בשוקא, וואלט איך זיך געהאלטן אזוי ווי אלע מענטשן, ד.ה. ער וואלט געהאלטן אז ער איז יא עפעס, אבער דורך דעם טאג האט ער זיך געלערנט זיך צו האלטן פאר גארנישט, פאר אַין, בענוה. קומט אויס אז זיינע ווערטער זענען געווען מלא ענוה, נישט ח"ו קיין גיאות.

אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)