אשמנו איז דער וידוי אויפן חטא. מה נאמר איז נישט קיין עקסיוז, נאר אדרבה איך נעם אוועק יעדער עקסיוז, איך האב געזינדיקט, און איך פארענטפער זיך נישט. נאר וואס דען, נחפשה ונשובה וכו'
אבער ביי די שבטים איז די טייטש אביסל אנדערש, זיי האבן געזאגט מיר זענען באמת אומשולדיג לפי אונזערע מעשים, נאר מיר האבן נישט קיין ברירה ווייל מיר האבן נישט וואס צו ענטפערן. זע ספורנו און תרגום יונתן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
פרעג בעסער עוז איז נישט קיין סתירה מיט ענוה? נאר עס שטייט און .............. [אפשר קען מיר איינער דערמאנען] אז די האדרת והאמונה איז יעדע זאך א סתירה און די חידוש איז אז די באשעפער איז אוחז בשתי ראשים אדרבה לאמיר עס צוזאמען אויסארבעטן וואס די סתירה איז
געהערט פון שאצער רב זז'ג אויף ה' מלך 'גאות לבש', פשט איז אז דעם באשעפער דהיינו קדושה תורה ועבודה לאזט זיך נישט קונה זיין בשתי ראשים, מ'מוז זיין אריינגעטון ענטיירלי אין תורה אדער אין קדושה או עבודה כדי צו האבן דארט אמתדיג אן אחיזה. דאס איז די גאות פון הקב"ה כביכול לאזט זיך נישט אזוי על שתי הסעיפים, פיין מסכים אביסל תורה אבער זאל שוין אויך זיין מיט נאך אנדערע חכמות וכו'. נאו נאו.
דאס אז מען זאגט אל תירא איז פשוט א המשך פון וואס מען האט אנגעהויבען דאס דאווענען אין אדון עולם, "ה' לי ולא אירא"; ענדיגט מען דאס דאווענען מיט "אל תירא" האב נישט קיין מורא פון קיינעם; זיי א איד, פארלאז זיך אויף דער באשעפער און ער וועט דיר באשיצען.
מען זאגט א א צווייטע מאל אני "מודהאני" אין אלקי נשמה.
מען קומט אריין אין בית המדרש און מען הייבט אן מה טובו, אוו מען זאגט דריי אני'ס איינער נאכען צווייטען:
ואניברוב חסדך אבוא ביתך... ואניאשתחוה ואכרעה אברכה... ואניתפלתי לך ה' עת רצון...
ביים דאווענען (פון הודו און ווייטער) זאגט מען אויך א צוויי אני'ס. ביים סוף פון הודו, "ואני בחסדך בטחתי", און ביי מזמור שיר חנוכת זאגט מען "ואני אמרתי בשלוי"
זעהנדיג יעצט דעם אשכול, דערמאן איך מיר עפעס וואס איז מיר אריין אין קאפ, ביים זאגן ''הלל'' פארגאנגענעם ר''ח. יוסף ה' עליכם עליכם ועל בניכם:(דא וואלט געפאסט אז די פסוק זאל ווייטער ממשיך זיין און זאגן וועלכע זאך דער אייבערשטער זאל פארמערן. אבער למעשה נישט מער און נישט ווייניגער, קוקט וואס עס שטייט ווייטער...) ברוכים אתם לה' עושה שמים וארץ: טאקע א שיינע ברכה פאר זיך, אבער געוואלד און געשריגן, ער האלט דאך נאך דא אינמיטן א זאץ, ער האט דאך נאכנישט אויסגעפירט וואס די הוספה איז, יוסף ה' עליכם ועל בניכם, און פלוצלינג האקט ער אריין מיט א נייע ברכה ?.
יוסף ה' עליכם, פיין און וואויל איך בין גרייט פאר אן הוספה, אבער א הוספה פון וואס?, געזונט? פרנסה? נחת קוק נאכאמאל איבער די גאנצע קאפיטל, ס'שטייט זילטש אויף וואס די הוספה גייט ארויף.
גראדע איז מיר איינגעפאלן א פשט: אין די פסוק פארדעם שטייט, יברך יראי ה' הקטנים עם הגדולים; און אויף דעם ארויף בעהט מען ווייטער, יוסף ה' עליכם, דער אייבערשטער זאל טאקע פארמערן פון די סארט ביי כלל ישראל, יראי ה'.
ווער ס'ווייסט די עכטע פשט אין פסוק, זאל זיך אנרופן. א דאנק.
עס איז משמע אז עס האט נישט; ווייל גלייך נאכדעם זאגט מען: כל שומר שבת קודש כדת מחללו, איז א סימן אז מען רעדט דא פון די צוויי הפיכים, מען זאל נישט קומען ח"ו צו קיין חילול שבת פון איין זייט, און מען זאל מקדש זיין דער שבת כראוי לו ווי עס באדארף צו זיין פון צווייטער זייט.
נאכדעם זאגט מען שכרו הרבה מאד על פי פעלו, וואס מיינט אז "כראוי" (ווי עס באדארף צו זיין) האט נישט קיין שיעור למעלה, און מעסט זיך לפי פעלו, וואס מער מען איז מקדש השבת.
נאר אולי, געזען אין אור החיים הק' יענע וואך אויפן פסוק והמלאכה היתה דים לכל המלאכה לעשות אותה והותר, פרעגט ער ממ"נ איז עס געווען דים אדער והותר?
ענטפערט ער אז די אידן האבן טאקע געברענגט מער, והותר, אבער דער רבש"ע האט חס געווען על כבודן של כל אחד ואחד, און כדי קיינער זאל נישט זאגן אז מיין נדבה איז איבערגעבליבן און נישט פארנוצט געווארן, האט ער בדרך נס אריינגעקוועטשט, קאמפרעסד די אלע נדבות אין די מלאכת המשכן אזוי אז גארנישט איז נישט איבערגעבליבן לבסוף, אפילו פאקטיש איז געווען מער.
דאס הייסט אזוי, ביים אפוועגן איידערן בויען, איז עס טאקע געווען מער. אבער ביים אפוועגן לבסוף איז עס געווען גענוי די סכום פון ויהי זהב התנופה תשע ועשרים ככר וגו' וכסף פקודי העדה מאת ככר וגו' ככתוב בפר' פקודי. (אדער פארקערט).
יעצט ממילא קען זיין דא אויך אז די חמלה יתירה איז געווען צווייפאכיג, איינס ער האט געגעבן מער וויפיל מ'דארף מדה כנגד מדה, והותר. און אויך האט ער בדרך נס עס מצמצם געווען עס זאל אריינגיין אין אונז און טאקע פארנוצט ווערן עד הסוף אז גארנישט זאל נישט גיין לטמיון. באהבתו ובחמלתו הוא גאלם בב"א
msp האט געשריבן:
מענין לענין מיין עלטער זיידע זצ"ל אין ספר איפה שלמה שרייבט בתכלית הקיצור א רמז אזוי מה טבו אהליך יעקב בגימטריא ש"י לכאורה איז דאס א רמז אויף די ש"י עולמות אבער דארף א ביאור מה השייכות האב איך געטראכט אזוי דער זיידע דארט אין א סיום הש"ס ברענגט א יסוד פון רבי'ן רבי יונתן זי"ע אז דער חשבון פון ש"י עולמות גייט אזוי ער לייגט קודם א יסוד אז אויף נישט טוהן קיין לאוין קומט נישט קיין עולמות נאר פאר קיום מצוות עשה נאך לייגט ער צו אז אזוי ווי ווען אידען זענען נהנה מן הקודש דארפען זיי צולייגען א חומש דהיינו א פערטעל אזוי אויך מדה טובה מרובה דארף כביכול דער באשעפער צולייגען א חומש מלבר דהיינו א פערטעל איז אויב מען מאכט א חשבון פון רמ"ח מצות עשה קומט אויס א פערטעל 62 איז צוזאמען מאכט דאס 310 דהיינו ש"י עולמות נאר דער פראבלעם איז ווי אזוי איז שייך מקיים צו זיין אלע רמ"ח מצוות עשה יש בכהונה, יש בנכסים ואין לו, יש בזמן הבית נאר דארך לערנען תורת המצוות ווערט גערעכענט ווי מקיים געווען די מצוות כדאיתא כל הלומד תורת עולה כאילו הקריב עולה.... איז שוין גוט דער רמז: מה טבו אהליך יעקב - אהלים של תורה - וואס דארך דעם קען מען זוכה זיין צו ש"י עולמות ווען איך האב דאס איבערגעזאגט פאר א חשובער יונגערמאן אין אנטווערפען מיט יאהרען צוריק ר' סענדער מאטיאס נ"י האט ער מיר אויף דעם פלאץ צו געלייגט אז מה טבו איז 62 און אהליך יעקב איז 248 והדבר פלא....
הפלא ופלא. האמיר שוין א שיין תורה נאכצוזאגן פאר מיין זיידע אויף די וואך פרשת בלק.