מיר זאגען יעדען טאג: אין כאלקינו, אין כאדונינו, אין כמלכינו, אין כמושיענו. מי כאלקינו, מי כאדונינו, מי כמלכינו, מי כמושיענו. נודה לאלקינו, נודה לאדונינו, נודה למלכינו, נודה למושיענו. ברוך אלקינו, ברוך אדונינו, ברוך מלכינו, ברוך מושיענו. אתה הוא אלקינו, אתה הוא אדונינו, אתה הוא מלכינו, אתה הוא מושיענו.
געהערט בשם די פיאסעצנער זצ"ל, א איד קען האבן אפגעפליקט א גאנצן דאווענען, פלוצלינג טרעפט ער זיך ביי אתה הוא אלקינו, אתה הוא מושיענו, ער קען זיך צוקאכן ביי דעם און ס'קען אים באגלייטן א גאנץ לעבן! מ'טאר קיינמאל נישט אויפגעבן אפילו ביי אתה הוא.
דער געדאנק אז אויב פאלט איין א חידוש אין תפילה גיט דאס א פרישקייט אין די תפילה האב איך געזעהן אין ספר זכור לאברהם הנהגות פון אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל און למעשה איז דאס בדוק ומנוסה ממילא קומט א שכוח צו הרב ספוזמן פאר אוועקשטעלען א ווינקעל פאר טייטשען און כוונות אין עניני תפילה ואי"ה וועט מען זיך ווארים אהנרופען ובעניי בין איך כסדר מכוון ווי עס שטייט דור לדור אז מען זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער דאס איז דאך דער עיקר העיקרים כהאב אמאהל געטטיטשט אזוי אויפ'ן קאפיטעל תהילים לשלמה אלוקים למלך תן און בסוף שטייט כלו תפלות דוד בן ישי איז אביסל שווער נאך דעם קאפיטעל איז דא נאך מזמורים פון דוד נאר קען זיין אז די אונטערשטע שורה פון די תפילות פון דוד איז געווען אז די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציהען איז אויף די תפילה פון לשלמה שטייט דאס איז דער באטטאם ליין פון דוד'ס תפילות = כלו תפילות דוד בן ישי....
די גאנצע ענין פון די אין מי נודה וכו' שטייט אין בית יוסף אז דאס איז משלים זיין די מאה ברכות וועגן דעם זאגט מען די אלע זאכן וואס די ראשי תיבות פון א'ין מ'י נ'ודה איז אמן און דערנאך קומט ברוך - אתה
עס איז דא א מורא'דיגע ב"ח אויף עלינו, ער איז מסביר פארוואס מען האט מתקן געווען צו זאגן עלינו נאכן דאווענען, ווייל נאכן דאווענען גייט מען האנדלען מיט גויים איז דא א חשש אז מען וועט נתפעל ווערן פון זייערע הצלחות, דעריבער זאגט מען די תפלה פון על כן נקוה וכו' והאלילים כרות יכרתון וכו' אז מען זאל וויסן אז די גאנצע הצלחה פון די גויים איז כאין וכאפס
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות מהרה י"ל אז מיר שעמען זיך אויב משיח זאל יעצט אנקומען, ווייל וואספארא פנים וועלן מיר האבן, אלה חמדה לבי?? דאס זענען געווען דיינע גליסטענישן? דערנאך זאגט זיך אנדערש, וחוסה נא ואל תתעלם
שאינו יודע האט געשריבן:
די גאנצע ענין פון די אין מי נודה וכו' שטייט אין בית יוסף אז דאס איז משלים זיין די מאה ברכות וועגן דעם זאגט מען די אלע זאכן וואס די ראשי תיבות פון א'ין מ'י נ'ודה איז אמן און דערנאך קומט ברוך - אתה
והדרש תדרש וכפטיש יפוצף סלע וכו'
פארען גיין ווייטער האביך געקלערט אז דער טייטש און דער משמעות פון "אין כאלקינו" קען זיין אזוי, אז: ווייל "אין כאלקינו", און "מי כאלקינו", איז דערפאר זענען מיר מחויב צו "נודה לאלקינו" און ברוך אלקינו, אז די ברכות והודאות (דאנקען און לויבען) דארף זיין צו "אתה הוא אלקינו" צו דיר טאטע וואס איז אונזער גאט. (אתה קען נאר א איד זאגען, ווייל בנים אתם לה' אלקיכם. פאר א גוי איז דער באשעפער נאר זיין אדון און מלך, נישט א טאטע).
זייער שיין, און א גוטער הקדמה צו וואס איך וויל ווייטער שרייבען צו צוענדיגען מיין געדאנק. כ'האב עס נאך נישט מסודר, אבער געגאנגען, מען שרייבט.
צו נודה וועלען מיר באלד צוריק קומען נאכען עפענען אן אשכול (וואס שוין לאנג געפלאנט, און זכור ימות עולם אפטיילונג) פארוואס מיר הייסען אידען/יהודים, וואס דער מדרש זאגט אז דאס האט יעקב אבינו געבענטשט יהודה אז "יהודה אתה יודיך אחיך", מען וועט נישט הייסען "ראובנים" אדער "שמעונים" נאר "יהודים" אויף דיין נאמען, און דער טעם איז ווייל יהודה האט זיין מאמע לאה אים א נאמען געגעבען פאר "הפעםאודהאת ה'", און ווי די גמרא זאגט און ברכות (ז' ע"ב) אמר רבי יוחנן משום רבי שמעון בר יוחאי, מיום שברא הקב"ה את עולמו לא היה אדם שהודה להקב"ה, עד שבאת לאה והודתו שנאמר הפעם אודה את ה'. און דאס איז דער עסענס פון א איד אז ער דאנקט דעם באשעפער, ער איז נישט א כפוי טובה, ער דאנקט און ער דאנקט און הערט נישט אויף צו דאנקען.
ביים בענטשען אויך הייבען מיר אן מיט א "ברוךאתה", נאך דעם זאגט מען "נודהלך", נאכדעם זאגט מען "ועל הכל ה' אלקינו אנחנומודיםלךומברכיםאותךיתברךשמך...", זעהט מען ווייטער אז נודה און ברוך איז כולל אלעס. און מען ענדיגט עס צו מיט "וברכתאת ה' אלקיך ...ברוךאתה ה'..." האבען מיר דא נאכאמאל דער נודה, ברוך, מיט אתה, און יעצט גייען מיר צו רחם נא צו בעהטען פאר משיח צדקינו און פאר די גאולה שלימה.
אזוי אויך און שמונה עשרה ביי מודים, בי הודיה, זאגען מיר "מודיםאנחנו לך...נודהלך ונספר תהלתיך... ועל כלםיתברךויתרומם ויתנשא שמך מלכינו... וכל החייםיודיךסלה ויהללוויברכואת שמך הגדול...ברוךאתה ה'... ולך נאהלהודות". זעהן מיר פון דא די זעלבע, אז הודיה באשטייט פון ברכות והודאות וואס איז כולל תהלות ותשבחות און ויתרומם ויתנשא. כך נראה לי לפי קט שכלי. אויב איינער קען מיר באלייכטען די אויגען מיט מער קלארקייט וועל איך אים מכיר טובה זיין.
איך שפיר אז פאר איך שפאר צו פארען טאג, טאר נישט בלייבען דער נקודה הענגען און דער לופטען, וועלען מיר עס מאכען בקיצור.
ווען מיר דאווענען פארען באשעפער איז וויפיל מיר זאלען נישט זאגען זאגט מען נאר א טפה מן הים. ווען איך זאג אז ברכות והודאות איז כולל אלעס מיין איך אז עס איז כולל אלע "סארט" לויב, אבער נאר א טפה מן הים פון דאס לויב פארען הייליגען באשעפער.
ביי קדיש זאגען מיר "לעילא מן כל ברכתא ושירתא תשבחתא ונחמתא דאמירן בעלמא", אז דער באשעפער איז העכער אלע אונזערע ברכות און שירה וואס מיר גיבען פאר אים.
אזוי טייטשט רש"י הקדוש און דברי הימים (א' כ"ט) פון ווי ויברך דוד קומט. דארט זאגט רש"י אויף די ווערטער וואס דוד המלך האט געזאגט "לך ה' הממלכה והמתנשא לכל לראש" אז:
...ועוד פירשו, והמתנשא לכל הראש, כשאנו סבירין ששבחנו לך כל ההודאות, ואין לך עוד שבח אחר, (דארפען מיר וויסען אז) עדיין אינו כלום (עס איז נאך גארנישט, ווייל) שהמשובח (דער וואס ווערט געלויבט - דער באשעפער) עומד לראש השבחות (העכער אלע שבחים וואס מיר קענען אים געבען); וכן כשסיים דוד כל תשבחותיו בתהלים, הוא מתחיל מזמור האחרון "שירו לה' שיר חדש", כלומר, כל השבחות חדשים הם כאלו לא שבחנוהו מעולם. (נאך דעם לייגט רש"י צו: "כך פירש לי רבי אלעזר ב"ר מאיר ב"ר יצחק מאורלינ"ש; וכן בחגיגת ירושלמי כמדומה לי"; אויב איינער ווייסט וואס רש"י זאגט אונז דא צום סוף ביטע אונז זאגען).
און די זעלבע טייטשט רש"י און נחמי' אויף די ווערטער ויברכו שם כבודיך, ומרומם על כל ברכה ותהלה (אויך און ויברך דוד, די צווייטע העלפט), אז:
עכשיו דברו הלויים כלפי שכינה בתפלה, ויברכו שם כבודיך, כי הוא גדול ומרומם על כל ברכה ותהלה, כי כל הברכות ותהלות שלו הם. ד"א (זאגט רש"י) ומרומם על כל ברכה ותהלה, שאין בריה יכולה לברכו ולהללו כפי גדלו ורוממותו, שהוא מרומם ונשא יותר מה שאין הפה יכולה לדבר.
מ'זמור ש'יר ל'יום ה'שבת שטייט פון רבנו הקדוש האר"י החי אז עס איז ר"ת למש"ה, צו זאגן אז ווען עס קומט אריין שבת קודש גייט משה רע"ה מיט די צדיקים פון גן עדן אראפ אין די עמקי הקליפות אין נעמט ארויס פון דארט אלע נשמות וואס זענען דארט, וכן און אזוי אויך מיט אלע נשמות פון די לעבעדיגע מענטשען וואס קענען נישט אליינס ארויס גיין פון די עמקי הקליפות און מקבל זיין תוספות שבת טוהט זיי משה רבנו ע"ה ארויסנעמען און שיינט ארויף אויף זיי די אור פון תוספו' שב"ק.
איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געוועהן ערגעץ אויף א שבת, גיי איך אריין דארט אין א ביהמ"ד וואס איז געוועהן דארט ממש נאנט און איך שטעל זיך אין א ווינקל דאווענען, לעבען מיר איז געשטאנען איינער און געדאווענט נישט הויך אויפן קול אבער גענוג הויך אז איך האב איהם געקענט הערן, ער האט געדאווענט ווארט ביי ווארט מיט אן אמת'דיגער געשמאק א מתיקות, ווען מ'האט אנגעהויבן מזמור שיר ליום השבת הער איך ווי ער זאגט עפעס אין די אידישער שפראך, בין איך שטיל געבליבען איהם צו קענען אויסהערן וואס ער זאגט דארט.
איך בין געבליבן געפלעפט פון זיין פשטות מיט וואס ער האט זיך געבעטען און ער זאגט: רבנו משה די גייסט דאך יעצט ארום אין די עמקי הקליפות אין שאול תחתית איך בעט דיר פארגעס נישט פון מיר, איך שטרעק דיר אויס מיינע הענטעלעך כאפ מיר אהן און נעם מיר אויך ארויס, שיין ארויף אויף מיר פון די קדושת שבת וואס מען האט דיר געגעבן אויסשפרייטן אויף די וועלט פאר אונז אידישע קינדער, לייג אויך ארויף אויף מיר א כתר פון די כתרים וואס דו טיילסט יעצט, ישמח משה במתנת חלקו, איך בעט דיר צי מיר ארויס פון דאנעט און איך זאל שוין נישט נידערען אט אה דא, באהאלט מיינע תפילות ביי דרי און ווען דו גייסט צוריק ארויף גיב דאס איבער פארן בוכ"ע, אזוי וועלען די מקטריגים דאס נישט זעהן ווייל דיר טאפט מען נישט אויס בכל ביתי נאמן, איי רבנו משה שלעפ מיר ארויס פארגעס נישט פון מיר, אזוי בעט ער זיך אויס דארט אין די פראסטע מאמע שפראך.
האב איך געגעבן א קוק אויף איהם וואס זאל איך אייך זאגן זיינע אויגען פארמאכט און עס קייקעלט זיך אראפ פון דארט א טרער און נאך א טרער, האב איך געטראכט צו מיר דענסמאל פון ווי נעמט מען אזוי א פשטות, אזוי א תמימות עס האט אויסגעקוקט ווי יענער וואלט וועהן ממש געשטאנען פאר איינעם און זיך געבעטען, געוואלד, און אט א טרער האט זיך בזכות אותו אדם אראפ געקייקעלט אויך פון מיינע אויגען, דאס הייסט מען נעמט א טייטש וואס שטייט און מען לעבט עס מיט ביים דאווענען, הלואי והלואי דער בו"ע זאל אונז באלייכטען דאס מח און הארץ צו דאווענען מיט אן אמת.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה:(שה"ש ב יד) teibele1 at birdlover.com
געטראכט אז עז שטימט מיט די המשך להגיד בבוקר חסדך אין קלאהרקייט ווי די טאג זעהט מען דער חסד פון הקב"ה און אין די טונקעלקייט ווען מען איז טיעף אין די שאול ואמונתך בלילות טאהר נען נישט פארלירען די אמונה
ויחד לבבנו לאהבה וליראה את שמך למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד כ'געדענק זיצענדיג אין אוצר הספרים אין ישיבת קול תורה איז געווען א בחור דארט ער האט געהייסען פרענקעל האט ער געפרעגט תינח לפי נוסח אשכנז ולא נבוש איז פשט אז מען בעהט ויחד לבבנו אויף דיר צו דינען וממילא וועלען מיר זיך נישט פארשעהמען לעת"ל אבער לפי נוסח ספרד איז אביסעל שווער איז דען דער תכלית פון די בקשה אז מען זאל זיך נישט פארשעהמען? יאהרען שפעטער שוין זייענדיג א בעה"ב מיט קינדער טרוד בחבילי טרדין איז מיר בס"ד איינגעפאלען פשט מיר בעהטען דעם באשעפער אויף יחוד הלב אים צו פארכטען און ליב האבען נאר פאר אים אהן קיין שום זייטיגע אינטערעסען אהן זיך צו פיהלען באטראפען וואס אנדערע מענטשען האלטען און טראכטען ממילא וועט זיין ולא נבוש פון ארומיגע מענטשען פון צו טוהן מצוות ןלא נכלם און מען וועט זיך נישט באליידיגען אויב איינער טשעפעט אונז נאך דעם וואס מען האט למעשה געטוהן א מצוה ולא נכשל דארך די ארומיגע מענטשען צו טוהן חלילה אנ'עבירה איז גאנץ גוט דער המשך און עס איז גאר א פאסיגע תפילה....