טייבעלע האט געשריבן:
וזוכר חסדי אבות, ומביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה, איז טייטש ער גדענק די זכות אבות, ואם תמו זכות אבות, מביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה, קען מען אפשר זאגען אז דער בו"ע וויל האלטן גאנץ די זכות, תמו מלשון תם, גאנץ, ער וויל נישט עס זאל אויסגענוצט ווערען די זכות אבות, מביא גואל לבני בניהם למען שמו באהבה.
מ'קען צולייגן אז מיט דעם פארשטייט מען די ווערטער "גומל חסדים טובים" וואס לכאורה די ווארט טובים איז איבעריג, ווייל חסד איז דאך טוב, אויב נישט איז עס דאך נישט חסד, (עי' באבודרהם מפ' שהקב"ה גומל יותר מחסדי אבות, או שהוא גומל יותר מגמילת חסדי בנ"א, וע"ע שם) אבער על פי פירושו פון הרב "טייבעלע" קען מען עס פארשטיין און ע"פ משל א איד א שוואכע בעל פרנסה ווען ס'איז געווען הגיע לעת דודים חתונה מאכן זיין טאכטער בשעה טובה ומוצלחת, איז ער געגאנגען צו די גמ"ח'ן ארויסנעמען זיינע אוועקגעלייגטע געלטער, און אזוי אויך האט ארויסגעשלעפט פון אונטער די מאטראץ דאס אפגעשפארטע מזומנים, אזוי מאכענדיג זיך א חשבון, דערזעט ער ס'צרות עס קלעקט נישט אפי' ביז צום קבלת פנים, בדוחק לו לויפט ער אריבער צו זיינס א חבר א איד א נגיד, ער גיסט זיך אויס דאס הארץ, דער חבר א ווארימער איד נעמט אויף זיך צו אויסצאלן דאס איבעריגע הוצאות, און דער איד קען זיך נישט גענוג באדאנקען פארן נגיד, אבער דאס שמחה איז נישט גאנץ, דער איד קלערט ביי זיך אז כ'בין סייווי געגאנגען שנארן, אויב כ'גיי ווען גלייך צום עושר וואלט ער געספאנסארט ס'גאנצע חתונה, און דאס געלט אונטערן געלעגער וואלט דארט געבליבן אוועקגעלייגט פאר א שווארץ טאג, דאס קען מען זאגן לגבי דעם אייבערשטן, א איד ברויך א ישועה און ער מאכט זיך א חשבון אז פון זיין קאנטע זכותים און פון די זכות אבות, איז נישט דא גענוג צו ברענגין א ישועה, ער מוז סייווי צוקומען צום חסד פונעם אייבערשטן, טוט איהם דער אייבערשטער חסדים, הויל חסדים, אן אויסנוצן זיינע זכותים (פון אונטערן מאטראץ), אויף דעם זאגט מען "גומל חסדים טובים" ס'איז בתכלית הטוב, ס'איז אן עקסטערע טובה פונעם אייבערשטן אז ער ליידיגט נישט אויס דעם אקאונט, (ער לאזט עס גאנץ מלשון תמו, קרעדיט טייבעלע) "זוכר חסדי אבות" אפילו ער ווייסט אז ס'איז דא זכותים אינעם אקאונט (זכות אבות), פון דענסטוועגן "מביא גואל לבני בניהם למען שמו" רק למען שמו אן נוצן פון די חסדי אבות, פארוואס "באהבה" ווייל ער האט אונז ליב.

זייער שיין.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה:(שה"ש ב יד) teibele1 at birdlover.com
התבוננתי האם התכוון המשורר לומר שהעושים ובוטחים בע"ז זאלן טאקע ווערן טויב שטום בלינד און פאראליזירט?? זה דבר שקשה להולמו. ובפרט לפי כמה פסוקים אחרים המנבא על עובדי ע"ז שיחזרו לעבוד את השי"ת כמו "השתחוו לו כל אלהים", להפנות אליך כל רשעי ארץ ועוד הרבה, און אויב ווערן זיי שטוב בלינד און ליים ווי וועלן זיי קענען דינען השי"ת?
שוועמל האט געשריבן:
כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם.

איז דען דא ווייניג פסוקים אין תהלים וואס שעלטן די רשעים, (חוטאים, נישט קיין חטאים)
שוועמל האט געשריבן:
כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם.
התבוננתי האם התכוון המשורר לומר שהעושים ובוטחים בע"ז זאלן טאקע ווערן טויב שטום בלינד און פאראליזירט?? זה דבר שקשה להולמו. ובפרט לפי כמה פסוקים אחרים המנבא על עובדי ע"ז שיחזרו לעבוד את השי"ת כמו "השתחוו לו כל אלהים", להפנות אליך כל רשעי ארץ ועוד הרבה, און אויב ווערן זיי שטוב בלינד און ליים ווי וועלן זיי קענען דינען השי"ת?
אחר שישיבו מדרכם זענען זיי שוין נישט קיין עושיהם. זאת ועוד, ווען אלע עבוד"ז וועלן זיין בטל דאן וועלןאלעאנערקענען אינעם בורא עולם, אויך די כוחות הרע און די וואס גייען נאך זיי. ביז דאן וועט זיין כמוהם יהיו עושיהם.
וואס דער ביאור פון כמוהם יהיו עושיהם? געקלערט אמאל אז אידן זענען נטפלים להשי"ת, די נשמה איז חלק אלוק ממעל, הדבק בדרכיו, קדושים תהיו כי קדוש אני, ותחסרהו מעט מאלוקים, וכו' חביב אדם שנברא בצלם. דהיינו אז אונז ווילן זיך כביכול כביכול מדמה זיין צו אים יתב"ש ע"י הליכה בדרכיו, און ווי דער הייליגער חינוך שרייבט "אבל הענין באמת על הדרך שזכרנו, כלומר שהן המדות המעלות שמתנהג עם בריותיו, ויש לנו ללמד ולעשות כל דרכינו בדמיונו"
דאס קען זיין זאגט דוד המע"ה אז די וואס דינען געטער זענען און וועלן זיין (אין די מפרשים איז דא וואס טייטשן עס א קללה אדער הבטחה, זאלן זיי זיין אדער וועלן זיי זיין) ווי די צו וועם זיי ווילן זיך מדמה זיין, משא"כ ישראל בטח בשם עזרם ומגינם הוא זאגט דער מדרש "כל מי שבוטח בהקב"ה זוכה להיות כיוצא בו"
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
במלת וכסא דוד עבדך, הזהיר לנו מורי זלה״ה מאוד, ביום א' שהלכנו על ציון שמעיה ואבטליון בהתפללנו שם והכפיל שם לנו לומר, שנזכיר בכל תפלה ותפלה,לכוין במלת דוד עבדך, שיחיה משיח בן יוסף, ולא ימות ע"י ארמילוס הרשע, והוא נקרא כסא דוד עבדך. וזה סוד, חיים שאל ממך, כמ"ש בר״מ שעתיד משיח בן יוסף למות. ולא הבינו דבריו, והשם יודע נסתרות, וסופו מוכיח על תחלתו, שמת מורי החסיד זלה"ה בעו״ה. http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 77_264.pdf
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
איז מלכות בית דוד א תנאי אין "בנין ירושלים"? אז אויב איז בנין ירושלים פארפולקומט מוז דאס זיין מיט "וכיסא דוד מהרה לתוכה תכין"?
שוועמל האט געשריבן:
הרח"ו זלה"ה כתב בפרי עץ חיים שער העמידה פרק יט:
במלת וכסא דוד עבדך, הזהיר לנו מורי זלה״ה מאוד, ביום א' שהלכנו על ציון שמעיה ואבטליון בהתפללנו שם והכפיל שם לנו לומר, שנזכיר בכל תפלה ותפלה,לכוין במלת דוד עבדך, שיחיה משיח בן יוסף, ולא ימות ע"י ארמילוס הרשע, והוא נקרא כסא דוד עבדך. וזה סוד, חיים שאל ממך, כמ"ש בר״מ שעתיד משיח בן יוסף למות. ולא הבינו דבריו, והשם יודע נסתרות, וסופו מוכיח על תחלתו, שמת מורי החסיד זלה"ה בעו״ה. http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 77_264.pdf
פארגאנגענע שבת ביים מעביר סדרה זיין אין אכט גענומען אז אויב פינחס זה אליהו, דאן שטאמט ער פון שבט יהודה (משיח בן דוד) און פון שבט יוסף (משיח בן יוסף).
ווייל אהרן הכהן איז געווען אן איידעם ביי עמינדב פון שבט יהודה, און אלעזר ביי פוטיאל מזרע יוסף.
שוועמל האט געשריבן:
כמוהם יהיו עושיהם כל אשר בוטח בהם.
התבוננתי האם התכוון המשורר לומר שהעושים ובוטחים בע"ז זאלן טאקע ווערן טויב שטום בלינד און פאראליזירט?? זה דבר שקשה להולמו.
ובפרט לפי כמה פסוקים אחרים המנבא על עובדי ע"ז שיחזרו לעבוד את השי"ת כמו "השתחוו לו כל אלהים", להפנות אליך כל רשעי ארץ ועוד הרבה, און אויב ווערן זיי שטוב בלינד און ליים ווי וועלן זיי קענען דינען השי"ת?
געקלערט בדרך ליצנותא דע"ז, אז עס פאסט נישט אז דער אפגאט קען נישט טאן וואס דער וואס דינט צו אים קען יא, ממילא ברויך דער בוטח זיך צופאסן צום מציאות פונעם מעשי ידי אדם אזוי ארום וועט זיך בעסער הערן אז דער עצביהם כסף וזהב זענען די אפגאט פון די וואס דינען זיי.
או י"ל, אז די סיבה פארוואס די עושיהם און די בוטחים זענען זיך בוטח בע"ז ובאל לא יושיע, איז ווייל דער בורא עולם האט זיי געגעבן פון אלעם גוטן, לב לדעת ועינים לראות ואזנים לשמוע וכו', זאל זיי נאר פעלן ראיה אדער שמיעה אדער סיי וואס, דאן וועלן זיי בהכרח איינזעהן כי השם הוא האלוקים ולו לבדו ראוי להתפלל. הגם דאס איז נישט פשט אין פסוק שרייב איך עס צוליב דעם געדאנק שבו.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
געטראכט לפי הנועם אלימלך בפ' ויחי יעקב שהאריך בשבע עשרה שנה, דהמשיך יעקב שם הוי"ה שהוא גימ' 17 במספר קטן לעוה"ז ובכן "ויחי" יכלו לחיות עם השפעות טובות, ומפרש הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו עי"ש.
דערפאר אולי אפשר לומר טו"ב להודות לה', אז אפילו ווען זאכן זענען נאך בהעלם, בבחינת קטנות מ'זעהט נאכנישט די חסד דערין, דארף מען שוין באלד לויבן השי"ת ווייל עס איז זיכער לטוב, וזה יגרום לולזמר לשמך "עליון", דהיינו שיתגלו כל החסדים וההשפעות גם בבחינת גדלות שיתראו לעין כל