עניני תפלה - א דורך צו שמועסען

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א)
ואילו פינו מלא וכו' אין אנחנו מספיקים להודות לך... אחת מאא"א ור"ר פעמים. בקיצור מיר זענען פשוט נישט ביכולת צו דאנקען השי"ת, בשום פנים ואופן.

איין שטיקל ווייטער זאגט מען על כן אברים... הן הם יודו ויברכו... כי כל פה לך יודה.
קען מען יא דאנקען צי קען מען נישט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שוועמל האט געשריבן: א)

עס איז נישט מעגלעך צו דאנקען א טיפה מן הים פון וואס מען דארף, ממילא גיי מיר אונז טוען די מערסטע וואס עס איז יא ביכולת, נאר וואס איך פארשטיי נישט איז ווייל לך דומיה תהילה, מלא בסלע משתוקה בתריין, סא ווי אזוי קען מען זאגן דעי שטיקעל
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

על כן אברים איז פשט אז די אברים אליין וועלן לויבן השי״ת.

ראיתי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כסאדאם, באמת איז נישט קיין מציאות פאר א בשר ודם צו דאנקען השי"ת על רוב חסדיו יעדע רגע, וויפיל מערכות גייען דורך אז א מענטש זאל זיך קענען גיבן א ריר וכו', פשוט נישט מעגליך.

נאר וואס דען? אויב אנערקענט מען אז די פה וואס דאנקט, און די לשון וואס רעדט וכו' דאס הייסט אברים "שפלגת" בנו די טולס וואס דארפן ווען דאנקען זענען אויך פון דיר השי"ת, דאס איז די חלק וואס מען לויבט אויס.

דאס מיינט ברוך שומר הבטחתו לישראל, געווענליך ווען איינער זאגט צו אן הבטחה פאר איינעם ווענדט זיך צי יענער וועט נאך לעבן, אויב לעבט נישט יענער האט ער דאך נישט וואס מקיים צו זיין די הבטחה.
אבער הקב"ה האט זיך נישט נאר געזארגט מקיים זיין די הבטחה נאר ער האט זיך געזארגט עס זאל זיין פאר וועם מקיים צו זיין, ער איז מיטגעגאנגען מיט כלל ישראל און זיכער געמאכט זיי בלייבן לעבן כדי ער זאל קענען מקיים זיין די הבטחה.

#א דערהער אויף פסח ביינאכט
(מקור ר' ישראל דוד)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שוועמל האט געשריבן: ואהבתך אל תסיר ממנו לעולמים.
דיין אהבה וועסטו קיינמאל נישט אפטוהן פון אונז.

וואס איז די הוה אמינא ער זאל עס יא אפטון? איז בכלל דא אזא מציאות, דער פסוק זאגט דאך כי אהבך ה' אלקיך?

אחרי כותבי ניחמתי, אז דער אל תסיר ממנו לעולמים איז נישט קיין בקשה, סיז גאר א שבח! אז דו "וועסט" קיינמאל נישט מסיר זיין די אהבה. טאקע דערפאר וווייל דו האסט צוגעזאגט אז אהבתי אתכם אמר ה'.

אבער וואס איז דער "לעולמים" זאל שטיין לעולם?

וואס דו שרייבסט איז לכאורה ריכטיג אז ואהבתך אל תסיר ממנו לעולמים איז א שבח.

הרב-טייטעלבוים שרייבט אז עס גייט אויף די אהבה וואס די אידן האבן צום אויבערשטן, שיין.
viewtopic.php?p=964099#p964099

געקלערט אזא רמז, אז לעולם גייט עס אויף די אהבה פון הקב"ה צו אונז, און באמת איז דאך אהבת עולם אהבתנו דער אויבערשטער נעמט קיינמאל נישט אוועק די אהבה וואס ער האט צום עם ישראל, אבער די בקשה איז אז ס'זאל נישט זיין אפגעטון "ממנו", דהיינו אז אונז זאל מיר עס משיג זיין, א בחינה ווי חז"ל זאגן "כי לא דבר רק הוא מכם" ואם הוא רק, "מכם" למה, שאין אתם יגיעין בו.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נישט קיין קשיא נאר א דיוק.
ביי ספירה זאגט מען אין די בקשה דארטן ואטהר ואתקדש בקדשה של מעלה, דהיינו צוויי בקשות אויף טהרה און קדושה.
פארוואס ביי טהרה זאגט מען נישט טהרה של מעלה?...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שוועמל האט געשריבן: נישט קיין קשיא נאר א דיוק.
ביי ספירה זאגט מען אין די בקשה דארטן ואטהר ואתקדש בקדשה של מעלה, דהיינו צוויי בקשות אויף טהרה און קדושה.
פארוואס ביי טהרה זאגט מען נישט טהרה של מעלה?...

קדושה איז א העכערע מדריגה ווי טהרה, אויבן איז שוין קדושה, בעט מען ואטהר, נאך דעם זאל מען ווערן אין א העכערע דרגא פון ואתקדש בקדושה של מעלה
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

שוועמל האט געשריבן: נישט קיין קשיא נאר א דיוק.
ביי ספירה זאגט מען אין די בקשה דארטן ואטהר ואתקדש בקדשה של מעלה, דהיינו צוויי בקשות אויף טהרה און קדושה.
פארוואס ביי טהרה זאגט מען נישט טהרה של מעלה?...

קודם ש'כח פאר די דיוק עס האט מיר געמאכט טראכטן איך האב נישט געוואלט ענפערן פאר איך האב נישט געטראפן נאך איינעם מסביר זען דע געדאנק (כאטש נישט פינקלעך)
טהרה איז אויף דעי וועלט א דבור גופניות וגשמי בהמות זענען דא בהמות טהורות נישט קדושות, מים טהורים, ווען א מענטש איז טמא וואס קומט פין א גופניתדיגע פעולה איז עס א מקרה לא טהור נישט לא קדוש אדער אנטאשען בגוף א דבר טומאה וכדומה איז די גפניותדיגע פעולה פין אריין גיין אין א מקוה מ"טהר" א נגע אויפן גוף איז טמא אין אויב די כהן זעט אז עס איז נישט קיין טמענע איז וטהרו הכהן

קדושה איז די הייליגע בורא עולם כי קדוש אני, אין עס איז רוחני אין ווען ער טוט עפעס איז קדושה בגדי כהנים מקום וכלי המשכן המקדש בזמנם כהנים לוויים איז הייליג נישט מחמת א גשמיותדיגע פעולה, נאר וקדשם אותם לי א מצוה איז מקדש א מענטש ווייל אשר קדשנו במצותיו ווען א יוד היט זיך פין שמוץ ער זינדיגט נישט ווערט זיין "נשמה" מקודש ווייל ער האט זיך געשטארק אויף די טומאה ווערט ער נענטער צו די הקב"ה די קדושה אלעס וואס האט מיט די נשמה, ווען א יוד האט געזינדיגט בלי מעשה טומאה איז זיין "נשמה" טמא , (ואפילן במעשי טומאה גם נשמתו נטמאה אבל גם גופו וגופו טהרתו במקוה ונשמתו בתיקונים ( ומקוה גם מהתיקונים ) אין אויף דעם זאגט מען נישט טהרה נאר דארף זיך מקדש זיין, אין מקדש זיין איז מיט רוחניות א מקוה וועט נישט העלפן (בוודאי יש במקוה גם כח לקדש אבל זה מכח הרוחני שבמקוה כיון שתיקנה התורה לטהר יש בו קדושה והוא כשאר דברים שמביא קדושה כלימוד התורה וכו' והוא חלק מהתיקונים להנשמה, אבל לטהר מטומאה הגוף טהרתה אינו אלא במקוה)

רש"י פאריגע וואך פרשת אחרי טז יט שטייט אין פסוק והזה מן הדם ...וטהרו וקדשו מטומאת בני ישראל זאגט רשי וטהר ממה שעבר, וקדשו לעתיד לבא, א טומאה וואס איז יעצט דא דורך דעם פעולה פין א יוד וואס איז אריין געקומען מיט א גופניותדיגע טומאה איז וטהר וועט דע מעשי הזאה מטהר זיין אין וויבאלד אז א יוד איז דאך אריין געקומען דא בטומאה וואס איז אסור איז עס געווארן טמא האט עס א פארלוירן פין די רוחניותדיגע קדושה איז וקדש לעתיד לבא איז מיט דעי מצות הזאה זאגט די תורה וועט עס שוין זייו אויך די תיקון אין עס וועט ווערן צירוק ברענגען די קדושה אויף ווייטער

אין יעצט זאג ואטהרדעי פעולות המצוה זאל מטהר זיין אונזער גוף ואתקדש בקדושה של מעלה אין די קדושת המצוה זאל משפיע זיין א קדושה של מעלה פאר אונזער נשמה

נ.ב. די רש"י ענפערט עני וועי די קשיא אפילו אן די הסבר אבער פין רש"י אליינס וואלסט דאך מארגן געפרעגט א צוויטע דיוק פארוואס איז ואטהר לשעבר אין ואתקדש לעתיד
אטעטשמענטס
seferid_40409_page_63.pdf
(121.22 KiB) געווארן דאונלאודעד 112 מאל
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום פרייטאג מאי 13, 2016 5:59 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

טא מעק א לאנג סטארי שארט לאוהבי הקיצור
טהרה גייט ארויף אויף די גוף אין גשמיות פין אזאך
קדושה גייט ארויף אויף די נשמה אין רוחניות פין אזאך
אין אויף טהרה גשנמיות זאגט מען נישט טהרה של מעלה
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

וואוילע רייד פרידן, ייש"כ אויך פאר שוועמל פאר'ן פרעגן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

עס איז דא א רמח"ל במסילת ישרים שער הקדושה בענין ההפרש בין קדוש לטהור וואס זאגט אויך עפעס אזוי. כמיין שוין דערמאנט אמאל דא אין אשכול.

ותראה עתה ההפרש שבין הטהור לקדוש: הטהור, מעשיו החומרים אינם לו אלא הכרחים, והוא עצמו אינו מתכוין בהם אלא על צד ההכרח, ונמצא שעל ידי זה יוצאים מסוג הרע שבחומריות ונשארים טהורים, אך לכלל קדושה לא באו, כי אילו היה אפשר בלתם, כבר היה יותר טוב.

אך הקדוש הדבק תמיד לא-להיו, ונפשו מתהלכת בין המושכלות האמתיות באהבת בוראו ויראתו, הנה נחשב לו כאילו הוא מתהלך לפני ה' בארצות החיים עודנו פה בעולם הזה, והנה איש כזה הוא עצמו נחשב כמשכן, כמקדש, וכמזבח, וכמאמרם זכרונם לברכה (בראשית רבה פב, ו): ויעל מעליו א-להים, האבות הן הן המרכבה, וכן אמרו (רש"י בראשית יז, כב): הצדיקים הן הן המרכבה, כי השכינה שורה עליהם כמו שהיתה שורה במקדש, ומעתה המאכל שהם אוכלים הוא כקרבן שעולה על גבי האישים, כי ודאי הוא שיהיה נחשב לעילוי גדול אל אותם הדברים שהיו עולים על גבי המזבח כיון שהיו נקרבים לפני השכינה, וכל כך יתרון היה להם בזה, עד שהיה כל מינם מתברך בכל העולם, וכמאמרם ז"ל במדרש כן המאכל והמשתה שהאיש הקדוש אוכל, עילוי הוא למאכל ההוא ולמשתה ההוא, וכאילו נקרב על גבי המזבח ממש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

הוא אמר לגבי מה בין איש קדוש איש טהור
אין יסוד איז עס די זעלבע לגבי המושג של טהור וקדוש
אבער וואס ער ברענגט ארויס איז מבואר בטוב טעם ודעת אין ישמח משה סוף תצוה ווי ער איז מסביר באריכות החילוק בין צדיק לצדיק אמת והוא יסוד גדול לידע כהיום ווייל ווען מען לערנט יענץ האט מען קלאר ארויס א חילוק צווישען א ערליכע יוד היינטיגע צדיקים אין צדיקי אמת תלמידי בעש"ט
עס איז א לאנג אבער עס איז בעצם פין יש"מ על ש"ס אין עס איז זייער א גרינגע לשון איך לייג דא פי די עף פא ווער עס האט נערווען
אטעטשמענטס
ונקדים דיש שני מיני צדיקים.pdf
(33.47 KiB) געווארן דאונלאודעד 130 מאל
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דעם יו"ט שבועות העעל"ט כמה נקודות:

א.
ותן בלבינו בינה...לשמוע ללמוד וללמד,

עס האט מיך געבאדערט די כפל הלשון "ללמוד וללמד", וואס דען מיינט ללמוד אויב נישט ללמד מיט אנדערע?

נאר די גמ' זאגט אנהויב חגיגה (ג.) "למען ישמעו ולמען ילמדו" ותניא למען ישמעו פרט למדבר ואינו שומע ולמען ילמדו פרט לשומע ואינו מדבר למימרא דכי לא משתעי לא גמר והא הנהו תרי אילמי וכו'... אמר מר זוטרא קרי ביה למען ילמדו (פתח למ"ד, צירי מ"ם), דהיינו אויסלערנען פאר אנדערע.
קומט אויס אז ללמוד באדייט אפילו מען איז נישט אין א מצב פון ללמד לאחרים אבער ללמוד זאל נאך אלס זיין ולבסוף וועט דער ללמד שוין נאכקומען אזויווי די תרי אילמי.

באופן אחר,
די עיקר בקשה איז 'ותן בלבינו בינה' דהיינו זוכה צו זיין צו בינה, פארוואס דארף מען בינה?
-להבין ולהשכיל.. כפשוטו
-לשמוע ללמוד וללמד.. מען אויך שכל זיך צו זעצן לערנען, און נישט לכשאפנה נאר טאקע שוין יעצט נישט פארשלעפט צו ווערן
-לשמור ולעשות.. דהיינו אויך צו קיום המצוות דארף מען בינה ורוחב הלב מקיים צו זיין די מצוות כתיקונן.

ב.
את כל דברי תלמוד תורתיך "באהבה"

דער ווארט באהבה מרמז ליחוד קב"ה ושכ' פא"פ כנודע מלמען שמו באהבה.
גם אהבה גימ' אח"ד.
לפי זה הכוונה כאן ללמוד תורה "לשמה" שהיא ליחד שמו ב"ה.

ג.
לכו נרננה לה'

לכו - רעדט מען צו א פרעמדן זאל זיך גיין
נרננה - כדי מיר זאלן קענען זינגען
ווער איז דער פרעמדער וואס דארף גיין?
אייניג איז ביים פסוק אין ישעי' בית יעקב לכו ונלכה באור ה'.

בדרך צחות בית יעקב לכו (אלו הנשים) נו שוין...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ד.
יודו שמך "גדול ונורא" קדוש הוא, ועוז מלך וגו'

לכאורה פעלט גדול "וגבור" ונורא כמו שאמר משה רבינו ע"ה הא-ל הגדול הגבור והנורא?

נאר עיינתי ברש"י האב איך געזען א דבר נפלא, ער שטעלט עס צוזאם מיטן פסוק שלאחריו וזל"ק "יודו את עז מלך האוהב משפט".
קומט אויס האמיר שוין אלע דריי, גדול, גבור - עוז, ונורא.

נאכנישט פערטיג..
מיר ווייסן דער פסוק גייט ארויף אויף זמן הגאולה בעת מיתוק הגבורות, דאן וועט זיין ונהרו אליו עמים רבים.
שטייט אין מאור ושמש די וואך אנהויב נשא, אז כדי ממתיק זיין דינין וגבורות טוישט מען די סדר דהיינו קודם גבורה בימין, חסד בשמאל ותפארת באמצע וזהו ר"ת 'נשא' נשר שור אריה עי"ש.

דער נועם אלימלך זאגט אויף א פלאץ הא-ל הגדול הגבור והנורא איז קעגן אברהם יצחק יעקב וואס זענען חסד גבורה תפארת והיינו הך.

קומט אויס די רש"י כמין חומר, אז יודו שמך מיינט קודם עוז מלך, דהיינו גבורה בימין להמתיק הדינין, דערנאך גדול ונורא היינו חסד ותפארת. הפלא ופלא!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

האמיר געדאווענט אין א חבד מנין איין שבת
הער איך ביי נקדישך אז זיי זאגן

מתי תמלוך בציון בקרוב בימינו לעולם ועד.

תשכון תתגדל ותתקדש בתוך....

וואסע פשט?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29848
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בדרך אפשר, תשכ"ן בגימטריא 770...
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

אזוי איז דער נוסח אין סידור תהילת ה', דער אלטער רבי האט געשטעלט דעם פיסוק נאך לעולם ועד
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29848
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער בעל תפילה פון מיין מנין זאגט ביי קדיש דרבנן יהא להון ולכון שלמא רבא חנא וחסדא ורחמי וחיי אריכי ומזיני רויחא וסייעתא דשמיא ופורקנא - מן קדם אבוהון דבשמיא", ער שטעלט זיך אפ נאך "ופורקנא", א זאך וואס איך טוה נישט און איך בין נישט געוואוינט צו הערן פון אנדערע. האט ער א פינטל?

---
ביי די זמירות לשבת, זינגט מיין פאטער (און מסתמא נאך אסאך) "אתקינו סעודתא דמהימנותא - שלימתא חדותא דמלכא קדישא", מיר דוכט זיך (לפי וואס איך זעה די לשון "מהימנותא שלימתא" אין זוה"ק גאנץ אפט) אז דער פסיק קומט נאך "שלימתא".
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

דער בעל תפילה פון דיין מנין געפעלט מיר... די "מן קדם אבוהון דבשמיא" גייט ארויף אויף דאס גאנצע אויבן דערמאנטע "שלמא רבא חנא וחסדא ורחמי וחיי אריכי ומזיני רויחא וסייעתא דשמיא" און אויך אויף "ופורקנא", אלעס זאל קומען מן קדם אבוהון דבשמיא, טא פארוואס זיך אפשטעלן פאר ופורקנא אויסער אויף צו כאפן דעם אטעם...

בענין דמהימנותא שלימתא חדותא www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=693992#p693992
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29848
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח!
(וואלסטו געדאווענט מיט זיין מנין וואלט ער דיר שוין גארנישט געפאלן... ער איז ב"ה א דייקן און ארכן כמו שכתוב)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36792
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן: ביי די זמירות לשבת, זינגט מיין פאטער (און מסתמא נאך אסאך) "אתקינו סעודתא דמהימנותא - שלימתא חדותא דמלכא קדישא".

וכן נהג מרן מסאטמאר זצ"ל, וכנראה טובא גניז בגוי'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

ריבוי תפלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

האב איך לעצטענס געהאט א לענגערע וויכוח מיט איינעם מחסידי ברסלב יענער האט געטענה'ט אז יעדע זאך קען מען אויס'פועל'ן מיט תפלה מען דארף נאר בעטן מיט א געוואלדיגע עקשנות און נישט נאכלאזן מאכן נאכאמאל התבודדות און נאכאמאל ביז מען וועט זען א ישועה
עס איז גארנישט מעגליך א נאך א ריבוי תפילה זאל מען נישט געהאלפן ווערן [פארשטייט זיך אין יעדע ענין האט זיין מספר וויפיל תפלה עס פעלט זיך אויס]
אזוי האאט יענער געטענהט בכל תוקף ועוז און האט נאכגעזאגט אזוי בשם המשפיע המפורסם הרב ארוש שליט"א בספרו גן האמונה
אני הקטן האב אבער געטענהט אז ניין עס זענען דא אזאלכע זאכן וואס זענען נחתם הגזר דין און עס איז נישט שייך מבטל צו זיין
לאמיר הערן דעם דעת הקהל ווער עס האט עפעס מוסיף צו זיין ראיות ומקורות צו דעם ענין
יענער האט געברענגט א ראי' פון משה רבינו וואס האט מתפלל געווען תקט"ו תפלות און די מדרש זאגט אז אויב וואלט ער מתפלל געווען מער וואלט ער געפועל'ט
[כמובן שיש לפלפל בראי' זו]
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ברור כשמש

עס שטייט בכל ספרי הקודש, אז בצירות אלע תפילות אויף די מצב אין גלות וועט מען לבסוף דורכדעים אנקומען צו די גאולה, תפילה העלפט זיכער, עס איז נאר די צייט ווען די ישועה ברויך צו קומען
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פארוואס זיך גיין טאנען, איך האב א דורך געלערנט איין ספר און דארט שטייט עס נישט, סא אלע זיכער נישט,
אבער מיין קליינע קרימע שכל זאגט אז עס איז יא דא אזא זאך אז דעס איז אזוי די טובה ממילא גייט די אייבערשטער נישט אויסהערן דיין תפילה לטובתך,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס באשערט »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: פארוואס זיך גיין טאנען, איך האב א דורך געלערנט איין ספר און דארט שטייט עס נישט, סא אלע זיכער נישט,
אבער מיין קליינע קרימע שכל זאגט אז עס איז יא דא אזא זאך אז דעס איז אזוי די טובה ממילא גייט די אייבערשטער נישט אויסהערן דיין תפילה לטובתך,

דיין שכל איז גארנישט אזוי קליין און קרום.
געהערט א מעשה פון רבי בערל טויבער אז צום חזון איש איז געקומען א איד אז ער איז מתפלל שטענדיג און דער אייבירשטער ענטפערט אים נישט.
האט דער חזון איש צוריקגעזאגט די זעלבע ווערטער: דו ביסט מתפלל שטענדיג און דער אייבירשטער ענטפערט דיר. (אז) "נישט".
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”