נישט אויסרעדן ליל שבועות

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

נישט אויסרעדן ליל שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

טייבעלע האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן: דא איז די לשון אין ספה"ק בעש"ט עה"ת שבועות:
בשם מורי נר"ו הבעל שם טוב צריך ליזהר מאוד אחר התיקון שעשה בלילה שלא יפסיק בשום שיחה בטילה עד אחר שאמר במוסף קדושת כתר כי אז עולין
כל קישוטי הכלה שעשה בלילה, על כן יזהר מאוד לטהר מחשבתו על כל פנים עד כתר זה.

שויתי'ניק האט געשריבן: הרב יונה, פון דעם לשון דא זעט נישט אויס ווי ער זאגט אנדערש פונעם אריה"ק, ער זאגט נאר אז נאכן תיקון דארף מען זייער נזהר זיין נישט אויסצורעדן ביז נאך כתר.
שויתי השם לנגדי תמיד

דיינע ווערטער זענען פאר מיר א חידוש איך האב עס נאך קיינמאל געזעהן פון רבנו האר"י הק' לא בשער הכוונות ולא בפרי עץ חיים,
עס קאן זיין איך האב עפעס פארפאסט אדרבה צייכען מיר אהן וואו, דאס ווערט געברענגט אין סי' ר' שבתי בשם מורי נר"ו הבעש"ט
און אויב עס הייבט זיך אן פאר דעם ע"פ האר"י הק' וואלט ער דאס מזכיר געוועהן און געזאגט קלאר פון ברכו.

כ'טרעף טאקע נישט בשם האר''י הקדוש, און כ'זעה אז דער קאמארנער שרייבט וליזהר באזהרת מרן אלקי קודש הריב"ש טוב ליזהר אחר התיקון וכו'.
אבער פון של"ה הקדוש שטייט שוין: וטוב שיזהרו שלא ידברו באותה הלילה בשום לשון חול...
זעט אויס אז עס איז יא א פריערדיגע מנהג שוין, אבער פון ווי נעמט זיך דער מנהג פון ברכו? ווייס איך נישט. מנהג ישראל תורה...

דער חיד"א ברענגט פון אריה''ק שהוראת חיי האדם היא בלילה זו.
לעצט פארראכטן דורך שויתי'ניק אום דאנערשטאג מאי 31, 2012 6:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

שויתי'ניק האט געשריבן: כ'טרעף טאקע נישט בשם האר''י הקדוש, און כ'זעה אז דער קאמארנער שרייבט וליזהר באזהרת מרן אלקי קודש הריב"ש טוב ליזהר אחר התיקון וכו'.
אבער פון של"ה הקדוש שטייט שוין: וטוב שיזהרו שלא ידברו באותה הלילה בשום לשון חול...
זעט אויס אז עס איז יא א פריערדיגע מנהג שוין, אבער פון ווי נעמט זיך דער מנהג פון ברכו? ווייס איך נישט. מנהג ישראל תורה...

דער חיד"א ברענגט פון אריה''ק שהוראת חיי האדם היא בלילה זו.

דאס וואס דער חיד"א ברענגט שטייט קלאר אין ספה"ק שער הכונות און דערוועגען דארף מען אויף זיין ביינאכט,

דער של"ה הקדוש ווען ער דערמאנט אויף נישט רעדען איז אויך אויף די ענין פון אויפזיין ביינאכט אז מען זאל עוסק זיין מיט די תיקון און נישט פארברענגען
די צייט מיט שיחת חולין אבער ער רעדט גארנישט פון ביז כתר.

וכן און אזוי אויך ווערט דערמאנט די ענין אין סידור ר' יעקב קאפיל עם כונות האר"י ער לייגט דאס אויך צו ווען ער רעדט וועגען די גרויסקייט פון די נאכט,
ער רעדט נישט וועגען ברכו און כתר.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

בלייבט דאך שווער, פון ווי טאקע נעמט זיך דער מנהג? ווער ווייסט א מקור?
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

פשטות קאן מען זאגען אז עס קומט פון נישט וויסען קלאר א מקור און מען האט איבער געגעבן אז מען טאר נישט רעדן ביינאכט,
איז וואס הייסט ביינאכט פון ברכו.

ועוד א"ל אז קען זיין עס זענען געוועהן פון די גדולים וואס האבן דאס צוגעלייגט פאר זיך מאיזה טעם שיהי',
און מען האט עס שפעטער אריין געלייגט אין די מנהגים.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

טייבעלע האט געשריבן: אז עס קומט פון נישט וויסען קלאר א מקור

גדולים וואס האבן דאס צוגעלייגט פאר זיך מאיזה טעם שיהי',

עס שטימט מיר עפעס נישט...

פריערדיגע צדיקים האבן געטון אזא זאך אנע וויסן קלאר??? ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס...
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

שויתי'ניק האט געשריבן:

א) איך האב געשריבן דא צוויי זאכען.
די ערשטע האב איך גרעדט פון די המון עם, און אפי' נישט פון די המון אמאל הערט מען א ווארט מען זאגט עס איבער פאר
א צווייטען, און עס שפינט זיך ווייטער, און טאקע עס איז א שטיקל דוחק דערפאר האב איך געשריבן ועוד א"ל.

ב) ביטע ציטיר נישט האלבע ווערטער וואס פארדרייט דעם אינהאלט יש"כ.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

שלא לדבר בכל הלילה רק בלשה"ק, ולא דברי חולין, מבואר בשלה"ק לשבועות, ועד אחרי כתר מקורו בספרי זידיטשוב קאמארנא עפ"י קבלה דהקישוטי כלה המתחיל בלילה אינו נגמר עד זמן ההיא, וכמובן דאינו אלא מנהג חסידות לא הלכה.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

שויתי'ניק האט געשריבן: בלייבט דאך שווער, פון ווי טאקע נעמט זיך דער מנהג? ווער ווייסט א מקור?

יגעתי ומצאתי המקור למנהג זה מהרה"ק רבנו ר' אליעזר צבי מקומרנא זצוק"ל בספה"ק אור עינים ח"ב בהקדמה סוף כלל כ"א,
והאי לך לשונו: צריך ליזהר מתחלת ערב שבועות בלילה עד אחר תפלת מוסף שלא לדבר שום דבר חול, אלא לדבק נפשו באלק' ישראל כל אותו זמן כי הוא מסוגל ליראת ד' לכל השנה.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

רבינו יונה א ריזיגן ייש"כ, כ'האב קיין ווערטער ניט.
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10653
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע:ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

מיט הילף פון דער בו"ע בהשגחה פרטית טרעפט מען, גלויבט דער בו"ע, און ער זאל משפיע זיין אויף ווייטער.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12489
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אותיות מחכימות http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=19
א דאנק טייבעלע
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

טייבעלע האט געשריבן: יגעתי ומצאתי המקור למנהג זה מהרה"ק רבנו ר' אליעזר צבי מקומרנא זצוק"ל בספה"ק אור עינים ח"ב בהקדמה סוף כלל כ"א,
והאי לך לשונו: צריך ליזהר מתחלת ערב שבועות בלילה עד אחר תפלת מוסף שלא לדבר שום דבר חול, אלא לדבק נפשו באלק' ישראל כל אותו זמן כי הוא מסוגל ליראת ד' לכל השנה.

ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט
שויתי השם לנגדי תמיד
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

איטרעסאנט, ייש"כ.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: נישט אויסרעדן ליל שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

עס איז זייער וויכטיג צי מפרסם זיין וואס די בעשטה“ק האט געזאגט
איך האב אייביג נאר געוויסט פין ברכו ביז כתר און דאס איז (כמעט) אוממעגליך האב איך בכלל נישט מקפיד געווען יעצט אז איך זעה אז די עיקר איז פין נאך די תיקון ביז כתר קען מען עס שוין מקיים זיין
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: נישט אויסרעדן ליל שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

מקען זיך נישט פארשטעלען די סיפוק רוחני ווען א איד האט נאכן מקוה ביי די עלות ווען ער האט נישט גערעדט שיחות חילין און נישט געדרימלט א גאנצע נאכט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נישט אויסרעדן ליל שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יעדער האט געשריבן: עס איז זייער וויכטיג צי מפרסם זיין וואס די בעשטה“ק האט געזאגט
איך האב אייביג נאר געוויסט פין ברכו ביז כתר און דאס איז (כמעט) אוממעגליך האב איך בכלל נישט מקפיד געווען יעצט אז איך זעה אז די עיקר איז פין נאך די תיקון ביז כתר קען מען עס שוין מקיים זיין

גא"מ
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14256
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: נישט אויסרעדן ליל שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

סטאר האט געשריבן: מקען זיך נישט פארשטעלען די סיפוק רוחני ווען א איד האט נאכן מקוה ביי די עלות ווען ער האט נישט גערעדט שיחות חילין און נישט געדרימלט א גאנצע נאכט

אמת
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

איך בין עס געוואויר געווארן פון א חבר אלס בחור
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

וואס איז די פשט אבער פון ביז כתר
מען טאר דאך נישט רעדן און מיטן הויכע שמ''ע
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

Re: נישט אויסרעדן ליל שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

יעדער האט געשריבן: עס איז זייער וויכטיג צי מפרסם זיין וואס די בעשטה“ק האט געזאגט
איך האב אייביג נאר געוויסט פין ברכו ביז כתר און דאס איז (כמעט) אוממעגליך האב איך בכלל נישט מקפיד געווען יעצט אז איך זעה אז די עיקר איז פין נאך די תיקון ביז כתר קען מען עס שוין מקיים זיין

יישר גח פארן אפשטויבן דעם אשכול.
סאיז אינפארמאציע וואס איך האב נישט געוויסט
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קענדי'ס האט געשריבן: וואס איז די פשט אבער פון ביז כתר
מען טאר דאך נישט רעדן און מיטן הויכע שמ''ע

אויב משום סיבה גייט מען ארויס פון ביהמ"ד מער מען אויסרעדן, אין שול זעלבסט טאר מען טאקע נישט רעדן ביי חזרת הש"ץ און ביי טייל מקומות ביז נאך אדון עולם.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3583
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

פראקטיש האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן: וואס איז די פשט אבער פון ביז כתר
מען טאר דאך נישט רעדן און מיטן הויכע שמ''ע

אויב משום סיבה גייט מען ארויס פון ביהמ"ד מער מען אויסרעדן, אין שול זעלבסט טאר מען טאקע נישט רעדן ביי חזרת הש"ץ און ביי טייל מקומות ביז נאך אדון עולם.

אה מיינט אינדערויסען פון שוהל
נישט געכאפט
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קענדי'ס האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
קענדי'ס האט געשריבן: וואס איז די פשט אבער פון ביז כתר
מען טאר דאך נישט רעדן און מיטן הויכע שמ''ע

אויב משום סיבה גייט מען ארויס פון ביהמ"ד מער מען אויסרעדן, אין שול זעלבסט טאר מען טאקע נישט רעדן ביי חזרת הש"ץ און ביי טייל מקומות ביז נאך אדון עולם.

אה מיינט אינדערויסען פון שוהל
נישט געכאפט

נישט די יודען וואס גייען אהיים ביי מוסף
די כהנים און לוים וואס וואשען זיך דעמאלטס די הענט...
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
פריעדיגע פרעזידענט
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:57 am

Re: נישט אויסרעדן ליל שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריעדיגע פרעזידענט »

sheetrock האט געשריבן:
סטאר האט געשריבן: מקען זיך נישט פארשטעלען די סיפוק רוחני ווען א איד האט נאכן מקוה ביי די עלות ווען ער האט נישט גערעדט שיחות חילין און נישט געדרימלט א גאנצע נאכט

אמת

זעה איך אז און די זעלבע מקור שטייט אויכט "על כן יזהר מאוד לטהר מחשבתו על כל פנים עד כתר זה" און די סיפוק רוחני נאך אזא נאכט איז עד אין לשער ואין לתאר
די לשון אין ספה"ק בעש"ט עה"ת שבועות:
בשם מורי נר"ו הבעל שם טוב צריך ליזהר מאוד אחר התיקון שעשה בלילה שלא יפסיק בשום שיחה בטילהעד אחר שאמר במוסף קדושת כתר כי אז עולין
כל קישוטי הכלה שעשה בלילה, על כן יזהר מאוד לטהר מחשבתועל כל פנים עד כתר זה.

מיט א גיטן דרימל נאכן תיקון קען מען מאכן ביידע...
Trump is still our president
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: נישט אויסרעדן ליל שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

סתם עס צו לייגן אין קאנטעקסט, איך גלויב אז אין צייטן פון בעה"ש האט מען געהאלטן ביי כתר נאך איידער אונז שטעל מיר זיך היינט דאווענען.

עפעס א ענין איז דא משלב צו זיין כתר מיט די תיקונים פון די הייליגע נאכט אן קיין הפסק בינתיים.

אין א"י איז דא טויזנטער אידן וואס גייען דאווען וותיקין, ביים כותל אפגערעדט און אפילו די וואס נישט.

ביי אונז אבער וואס מ'דאוונט שפעט איז אביסל אן אנדערע מעשה, קען זיין פארדעם איז נישט געווען דא אזוי שאטרק איינגעפירט דאס נישט רעדן חוץ ביי בני עליה.

אבער ווי געזאגט, ווען מ'מאכט עס יא דורך איז עפעס אן אנדערע הרגש, א קנייטש קעגן שטן און אן התקשרות צו די געוועלדיגע אורות פוון די נאכט און די נאכפאלנדיגע קבלת התורה.

עמער היי יאר נאכאמאל פרובירן אי"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”