קרעדיט קארד Comparison / אלעס ארום קרעדיט קארד ריווארדס
- איז באמת דא עפעס ערענסטע חילוקים צווישן די אלע מינע ריווארדס, באקומט מען ערגעץ מער וועליו ווי ביי א צווייטן ביים ספענדן דעם זעלבן אמאונט? אדער עט די ענד אף די געים איז אלעס באמת די זעלבע ווערד (אדער נישט ווערד...) אין קעש?
- די קרעדיט קארדס פון די גרויסע סטארס ווי למשל Staples, Walmart, Home Depot, Target, Best Buy, Macy's, Amazon מאכט מען ווערטפולע פוינטס ביים עס נוצן פאר אלגעמיינע שאפינג אויך אדער נאר ווען מ'קויפט ביי זיי אין געשעפט? ווי אויך צו קען מען נוצן זייערע ריווארדס ערגעץ אנדערש אויסער ביי זיי אליין?
- זענען די קרעדיט קארדס פון געז פירמעס Valero, Shell, Sunoco וכדו' די זעלבע ווי די גרויסע סטאר'ס אדער עפעס בעסער?
- אויב שוין יא מיילעדזש, איז א חילוק צו איך גיי צו אמעריקען עקספרעס (Amex Blue) וואו מ'באקומט דזשענערעל פוינטס און דערנאך עס קאנווערטן צו דעלטא/יונייטעד אדער ענדערש גיין גלייך צו די עירליין'ס אליין?
עני עקספיריענס אין די נושא איז וועלקאם ענד היילי אפפרישיעיטעד...
איך האב נישט געטראפן קיין געהענגל רעדן דערפון, אויב איז שוין דא איינס, ביטע צוזאמשמעלצן אדער צו-ווייזן אהין, יישר כח.
פליז נישט אוועקפירן דעם שמועס איבער וויאזוי מ'הייבט אן בויען די קרעדיט, אדישענעל, דזשוינט, סעקיורד קרעדיט וכו' וכו', פאר דעם איז דא א באזונדער געהענגל, נאר לאזן אויסשליסליך צו דיסקוסירן די בענעפיטס פון איין קרעדיט קארד איבערן צווייטן, ייש"כ.