טראכט א מינוט האט געשריבן: די לעצטע 2 וואכן פאפירט מיין קאר אז מדארף טוישן די אויל. נעכטן האב איך מחליט געווען אז סאיז צייט צו מאכן. קום איך אריין צום היימישען סוחר איך בעט אים צו מאכן א אויל טשעינז ער נעמט זיך צו די עבודה נאך 15 מינוט ענדיגט ער כ׳פרעג אים וויפעל איז עס זאגט ער צוויי הינדרעט און צען דאללער!!איך פרעג אים וואס מיינט דאס? זאגט ער מיר אז מיין קאר קען נאר האבן טייערע אויל!
ווייסט איינער צו סאיז טאקע אזוי? צו סאיז נארמאל צו צאלען אזא פרייז?
אבנארמאל.
טייערע אויל קאסט ווייט נישט אזוי טייער. חוץ אויב דו האסט א נישט געווענליכע קאר ווי א ספרינטער וואס נוצט מער אויל
nmi האט געשריבן: איך בין איינמאל געווען ביי איינעם מאכן א אויל טשענדזש. איך האב אים גערעכט בעפאר מה יקר? ענטפערט ער $75 ווייל מיין שער פארנעמט נאר די ספעשל אויל. בין איך געגאנגן צו א צווייטן און עס געמאכט פאר 20-30 דאללער.
די פוינט איז נישט אז ס'גייט נישט אריין. קענסט אריינלייגן שמן זית אויך אבער ס'איז נישט גוט פאר די ענדזשין
דער וואס האט אריינגעלייגט פאר 20-30 וואלט געווען א גנב אויב זאגט ער נישט אז ס'איז נישט די ריכטיגע אויל
nmi האט געשריבן: 210 איז קרעזי טייער. ער האט ווארשיינלעך געמאכט א טשעק אוט אויך. פרעג אים וואס נאך ער האט געטוען
מיין מעקעניק מאכט אטאמאטיש א טשעקאוט מיט יעדע אויל טשעינדזש אן קיין עסטרע טשארדזש
סתם א טשעקאוט טשארדזשט ער 50
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל