-
ציטיר
- 1
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך קנאפער ידען
»
מייקראסאפט האט געמאלדן אז זייער CEO (טשיף עקזעקיוטיוו אפיסער) סאטיא נאדעלע איז אויפגענומען אויך אויפן פאזיציע פון טשערמאן פון דער באורד.
נאדעלע איז שוין CEO פאר זיבן יאר דארט (איבערנעמענדיג סטיוו באלמער), ער ווערט געקרעדיטעד מיטן אויפלעבן מייקראסאפט טו בי קאלל עגעין, מיטן טוישן קאמפאני קולטור און זיי מאכן אלץ דער לידער (אדער איינס פון די צוויי לידערס) אין קלאוד קאמפיוטינג. אונטער זיין פירערשאפט האט זיך דער מייקראסאפט סטאק געהויבן מיט איבער 600%.
א CEO איז דער וואס שטייט אין שפיץ פון די הלוך ילך אין דער קאמפאני דעי טו דעי, מאכט זיכער אז מען טוט וואס מען דארף און האט איבערזוכט אויף הנעשה והנשמע. ווידעראום דער באורד - און זייער פירער דער טשערמאן - איז אין דער קאמפאני מער פאר לאנג טערמיניגע סטראטעגיע און דירעקציע (בעיסד אויף די אינפאו וואס קומט פון דער קאמפאני און דער CEO, און זייערע החלטות ווערט געגעבן פאר דער CEO און דער קאמפאני צו אויספירן). עס גייט נישט זיין דער איינציגסטער, אבער עס איז נישט זייער אפט (אויב עפעס מער מצוי ווען יענער איז דער גרינדער) אז איין מענטש טוט ביידע דזשאבס זינט עס איז דאך א צווייטע סארט אויפגאבע, אבער דאס ווייזט אויף דער גרויסע טראסט וואס דער באורד גיבט פאר אים.
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא
). אי"ה צום ווידערזען!
ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט