נאכדעם הייבט מען אן זיך פרעגען, נאך וועם האט דער געהייסען, נאך וועם האט יענער געהייסען. און על פי רוב הייסט די ערשטע קינד נאך די מאמע'ס זייט (חוץ אויב עס איז דא א סיבה אויף נישט, ווי א זיידע איז פונקט דענמאלץ אוועק, אדער איז געווען א נענטערע דור צום קינד), און אזוי גייט מען, מאמע'ס זייט, טאטע'ס זייט, מאמע'ס זייט, טאטע'ס זייט. דארט ווי צוויי גייען נאך איין זייט איז צו ערווארטען אז נאכדעם גייען צוויי פון דער אנדערע זייט. מען קען נישט דאס פונקטליך אראפ שרייבען ווייל מען דארף נוצען א ביסעל די שכל.
איין משל וועל איך געבען, און מיט דעם יוצא זיין. למשל אז יעדער פון די משפחה האט געהאט א ישעיה, ווייסט מען פון דעם אז עס האט געמוזט זיין א זיידע רבי ישעיה. דער שאלה איז נאר וויאזוי. איז לייגט מען צו דער נאמען צו אלע פאמיליע נעמען און מען זיכט אזא נאמען און היברו בוקס, אדער אוצר החכמה, אדער פאר די מער פארגעשריטענע און די ליסטע'ס וואס מענטשען האבען פון בתי חיים.
אלס איינער וואס טועט אין יוחסין א לאנגע צייט, זאג איך אזוי: דער אויבענדערמאנט מעטאד ווערט "למעשה" גענוצט דורך אומערפארענע פארשערס, און "רוב מאל", ברענגט עס אויף טעותים און פאלשע השערות. די כלל גילדט נישט פאר עטליכע סיבות. 1. די ווייסט נישט בדרך כלל וויפיל קינדער יענע האט געהאט, צו דער בכור איז דער ערשטע (ממילא הייסט ער נאך די מאמע'ס צד), צו אפשר איז געווען א נפל פאר דעם, וואס איז נישט פארצייכנט (ממילא איז עס פון דער טאטע'ס צד). 2. צומאל אלס כיבוד אב, דארף דער טאטע געבן דער נאמען ערשט 3. און צומאל קען מען האבן צוויי דריי אייניקלעך און יעדער איינער האט דער זעלבער נאמען פאר אן אנדערע סיבה.
די כלל איז נאר גוט, צו ברענגען א א"ראיה" אויף א שטיקל ,עווידענס" אז עס איז גוט. איך האב שוין געליינט עטליכע חקירות פון אנגעזעהנע פארשער, און געלאכט פון זיי ווי אזוי זיי בויען זייערע פשעטליך, וואס מען קען זיי בדרך כלל אפפרעגן פון זייערע חקירות אליינס. רבותי לא זו הדרך.
אזויווי יענער איז געוואויר געווארן אין קצות אז משה רבינו און אהרן הכהן זענען געווען ברידער, און מ'האט עס אפגעפרעגט אז ס'קען זיין אז דער קצות ניצט עס נאר אלס משל אלמלא זיי וואלטן געווען......
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח).אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י: סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך(דברי תורה - מונקאטש)
איך וועל געבן א דוגמא, אין איינער פוןדי אשכולות, האט איינער צוגעברענגט אז דער פנים מאירות איז געבוירן געווארן: "לאביו ר' יצחק אשכנזי ולאמו בת רבי שמעון בנימין זאב וואלף טייבר זצ"ל".
דער רבי שמעון וואלף איז דער שווער פונעם ש"ך, אין דער פאקט איז באזירט אויף עפעס א באקאנטע מעשה וואס אין איין ארט ווערט צוגילייגט דער פרט, למעשה איז נישט מער ווי א ווילדע השערה. אבער דא אינעם פארום איז עס שוין א פאקט, מארגען איז מען עס מעתיק אויף וויקיפעדיא, און איבער מארגען, דארף מען שוין ברענגען אן הוכחה אז עס איז נישט ריכטיג.... איך גיי שוין נישט אריין אין דער פרט אז רק שמעון וואלף דער שווער פונעם ש"ך האט נישט קיין שייכות מיט רבי בנימין וואלף טובי מדינה, וואס מען האט די מרכיב ווי אן אתרוג געווען צוויי מענטשען פון צוויי מדינות, פון צוויי אנדערע תקיפות אין איינעם, כדי להגדיל תפארת היחוס. רבותי! זיך גרויס האלט'ן מיט א יחוס וואס מען האט נישט, האט מען א פנים ווי דער ארימאן וואס האלט זיך גרויס אז ער איז אן עושר... מאכט זיכער אז איר האט די ריכטיג proof, איידער מען שרייבט עס אראפ, מען קען זיך פארלאזן אויף א זיידען, אויב מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין שום חוקר יוחסין. אויב ברענגט דער חוקר יוחסין א מקור, איז די מקור די proof. אויב ברענגט ער נישט, גלייבט עם נישט, יא עס זענען פארהאן בעסערע און עס זענען פארהאן ערגערע.
טרם אכלה לדבר: זייט נישט פון די "מלקטי יוחסין", סך הכל איז מען מעלה גרה יענעמ'ס שטותים, און צו וואס טויג עס.
אנהייב שנת ת"ר איז אויפגעשדטאנען א יוד אין לעמבערג, א שיינער תלמיד חכם, און ער האט אנגעהויבן שרייבען יחוס, ער האט געשריבען בערך אזוי: 50 פראצענט מיט שיינע מקורות - בשעתו חידושים 25 פראצענט מיט נארישע מקורות - לדוגמא:, רבי משה דער זוהן פון דער מגיני שלמה איז געווען אן איידעם ביי רבי הירש פון מעזריטש, און דער מקור איז תשובה סי' פלוני, דארן ווערט ר' הירש דערמאנט, אבער נישט אז ער איז געווע א שווער פון ר' משה... איינער ואס קוקט נישט נאך, האט א שיינע מקור... אבער דער מקור איז גארנישט. 25 פראצענט איז הוילע שטותים, צומאל האט ער א שטיקל חשבון און צומאל דאס אויך נישט..
זינט עם, זענען "אלע" חוקרי יוחסין מעתיק זיינע שטותים, מבלי יוצא מן הכלל, אפילו די וואס קריטיקירן עם, ברענגן נאך אלס סדרי יוחסין מפורסמים, וואס דער יעניגע האט פאבריצירט, אין זינט דעמאלטס, האט זיך אנגעהויבן "דער כלל ביי יוחסין וכל המרבה הרי זה משובח, מען שמעצלט צוזאם מענטשן, און יחוס וואקסט לארכה ולרחבה..
אז מען גייט צוריק אלע סדרי יוחסין וואס שטאמט פון עם, און מען מעקט זיי אויס פשוט, ווייל יענער איז נישט באגלייבט, פאלט אוועק פון יעדער מגלת יוחסין , גאצנטע שושלת'ן, אבער ער האט איינגעפירט צו בויען יחוס אויף פשעטליך, קל וחומר'ס מיט גזירה שוה'ס, און דאס גייט אן ביז היינטיגן טאג, מען בויט יחוס אויף פשעטליך.
א פשעטיל איז גוט אויף צו ספעקולעיטן, נישט אויף צו שרייבען, די ביסט משער, דער מעתיק שרייבט עס אלס א פאקט, און ווען די כאפסט דיך אז די גאנצע פשעטיל איז אפגעפרעגט, איז אבער דיין השערה שוין א פאקט, און די מוזט יעצט שוין "אויפווייזן" די אומרעכט. און אפילו דו וועסט אויף ווייזען, וועט שוין די קומענדיגע שרייבן "יש אומרים ויש אומרים"....