פרעצעדענטלאז: פי׳ סייעתא דשמיא אויף די כתובה
יא מ׳רעדט פון די כתובה, דיע פון דעם באקאנטן כיבוד (שמלפנים היה שייך לשמש דמתא) כתובה ליינען.. פאר די וואס כאפן נאך אלץ נישט: די כתובה דאיכא ביה תיגרי...
ווילט איר דאך אוודאי געוויס פארשטיין וואספארא בייזער ווינט אין א דומפיגע מיטוואך, האט מיר דא אריין געבלאזן אום צוויי פארטאגס... איז אזוי.
היינט - ד׳ קרח תשע״ב - האט הרבני החסיד מו״ה מענדל שווימער הי״ו פון קרית יואל, געפירט זיינס א זוהן אונטער די חופה. לכבוד די חתונה איז ארויסגעקומן לאור עולם משניות מס׳ נגעים מיט׳ן בארימטן פירוש סייעתא דשמיא פון הגאון המפורסם ר׳ שמעי׳ גרינבוים שליט״א. אויף דעם האמיר זיך אפשר גערעכענט. אבער וואס האט אונז געכאפט אין שאק איז, דער עקסטערער קונטרס פון ״פירוש סייעתא דשמיא על הכתובה״.
פאר די אידן וואס האבן שוין אמאל גענומן אין די האנט דעם משניות ״סייעתא דשמיא״ אויף סיי וועלעכע מס׳, דארף מען נישט מסביר וואס דאס איז. די הקדמות, דאס קלארקייט, ברייטקייט און מסודר׳דיגקייט פון דעם פירוש. עס איז מתוקים מדבש מנופת צופים.
אלזא וואס דער גרויסער שאק?
פשוט, דאס מיינט אז עס איז פאראן אן ערענסטער חשש, אז חתנים זאלן פון היינט און ווייטער גאר זיין באוואוסטזיניג אויף וואס זיי שרייבן אונטער...
ותוצואותיו מי ישורנה!

דער פראבלעם איז קיינמאל
דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.