גוגל האט געשריבן: אויפן באפעל פון הרב ריק פערי עפן איך דא א אשכול פאר אלעס וואס האט צו טוהן מיט "גוגל דאקס" אדער מיט די נייע נאמען "גוגל דרייוו" יעדער וואס וויל פרעגן און ענטפערען איז איינגלאדענט זיך צו באטייליגען
--
אזוי ווי אסאך מענטשען זיכען צו שיקען פאר אנדערע מענטשען פריוואט צו און פאבליק פראגרעמס, פיילס , וכדו' באניצט מען זיך מיט אסאך קאמפעניס, אבער אזוי ווי רוב מענטשען האבן א גוגל אקאונט (א ג'מעיל אקאונט איז אויך א גוגל אקאונט) וועט צינוץ קומען אז מען וועט וויסען אז מען קען אויך שיקען מיט זיי און עס איז זייער גרינג און פרי.
ערשטע לעקציע
ווי אזוי צו אפלאודן א פייל פריוואט - פאבליק אז אנדערע מענטשען זאל עס קענען זעהן און דאונלאודן!
מען גייט צו גוגל דאקס (דרייוו) און מען דארף אריינסיינען מיט די גוגל אקאונט, איינמאל מען איז אינעווייניג גייט מען צו אפלאוד נאכן אפלאודן די פייל וואס דו וואולסט מיטטיילען מיטן עולם, מאך א רייט קליק דארט איז דא א באטאן "שעיר" - אין די באקומסט דריי אפשאנס
1. איז צו שיקען צו א יחיד, דארפס אריינלייגען יענעמ'ס אימעיל (דו קענסט אויך מאכען אז יענער זאל אויפן פלאץ באקומען א אימעיל אז דו האסט געשעירט א פייל מיט עם) נאכדעם קענסטו מאכען די פייל לאק'ד. למשל: די שעירסט א ווארד פייל און די וואולסט ער זאל עס קענען זעהן אבער גארנישט צושרייבען, קענסטו מאכען VIEW ONLY קען ער נישט גארנישט טוישן נאר זעהן. אדער קענסטו מאכען EDIT קען ער אויך שרייבען (אבער בעל הבית בלייבסטו און די קענסטו אלעמאל צוריקטוישן וואס ער האט געבאדערט)
ביי נומבער 1 קען די מענטש זעהן ווער עס האט עם עס געשיקט
2. איז צו מאכען די פייל פאבליק, די סעלעקטס די אפשאון פאבליק באקומסט א לינק אנצוקומען צו די פייל און די קענסט עס געבן פאר וועם די וואולסט, אדער לייגען אויף אייוועלט (מען מיז האבען די לינק אנצוקומען צו די פייל) דא קענסטו אויך מאכען די פייל לאק'ד אזוי ווי פריער. אדער אפען ווי אזוי די וואולסט (אבער בעל הבית בלייבסטו און די קענסטו אלעמאל צוריקטוישן וואס ער האט געבאדערט)
ביי נומבער 2 קען די מענטש נישט זעהן ווער עס האט עס אפלאודעט, דו בלייבסט אנאנימעס
3. אויך מאכען די פייל פאבליק אבער איך האב עס קיינמאל נישט פראבירט וועל איך לאזן פאר א צווייטען עס צו מסביר זיין, בערך מיינט עס אז מיט א סיערטש אויף גוגל קענסטו עס אויך טרעפן דארפסט נישט די לינק
ביי נומבער 3 שטעל איך מיר פאר אז מענטשען קענען נישט זעהן ווער עס האט עס אפלאודעט, דו בלייבסט אנאנימעס(נישט אויף מיין אחרית)
מען קען אויך ניצען גוגל דאקס צו האלטען (סטארעדזען) פיילס אויפן געוועב צו קענען אנקומען צו עס פון א יעדע קאמפיוטער
שוין!!!!!!!!!!!!!!!!!!! געניג געשריבען פאר איין טאג און דא וועל איך מסיים זיין, און דער עולם קען ממשיך זיין
אלעס פיין און וואויל אבער די האסט פארגעסן צו שרייבן וואו אזוי לאקעד מען עס למשל איך וויל אז נאר ראובן זאל עס קענען ליינען/ הערן און אויב ראובן וועט עס שיקן צו שמעון זאל שמעון מוזן באקומען פון מיר רשות