ברוב שבח והודאה צו השי"ת מעלדן מיר איבער דעם אויסוואל פון עטליכע גאר געראטענע חברים וואס וועלן אי"ה צושטיין צו הילף מיט די פירערשאפט פון דעם חשוב'ן און ערליכן וועבזייטל, הלא המה ידידינו היקר האחראי "זייער נייגעריג" וואס וועט מהיום והלאה משמש זיין בתור מנהל, ואתו עמו נעמען מיר צו א פרישן מנהל הניק היקר מוה"ר "למעלה משבעים" ני"ו. און אלס אחראי וועט צוקומען גאר א געשמאקער חבר המכונה "געלעגער" ני"ו.
מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן פון די אויסוואל - וועלעכע איז געטוען געווארן מיט אסאך ישוב הדעת - און יעדער אן אויסנאם וועט ארבייטן נאנט מיט זיי און העלפן אז אונזער וועלטל זאל ווייטער פארבלייבן די כשר'סטע פלאץ אויפן אונטערנעט.
און בפרט וען איר גייט האנדעלן מיטן ציבור דארף איר גרויס סייעתא דשמיא זאלט איר אייביג האבן סייעתא דשמיא, און אייער ווערק זאל האבן א חן אין די אויגן פון די מענטשען, כל שרוח הבריות נוחה הימנו רוח המקום נוחה הימנו,
וכל אשר תעשו ד' יצליח בידכם.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה:(שה"ש ב יד) teibele1 at birdlover.com
ווער בין איך? האט געשריבן:
מזל טוב! זייער פיינע אויסוואלן. איך וואלט אפשר געזאגט מען זאל צולייגן לכתחילה אריבער אלס אן אחראי (אויף דעם טעכנעלאגיע פארום)
ישר כח! איי עפרישיעט איט!
און א עקסטערע ישר כח, פאר אלע וואס האבן אין אישית געשריבן אז זיי האבן מיך רעקעמענדירט, און מיך געשטיפט עס אנצונעמען אז מען טראגט עס מיר אן, ס'איז מיר א גרויסער כבוד.
כדי דו און אזעלעכע ווי די, וואס האבן מיך נאמעניערט, זאלן נישט זיין פארקלעמט, וויל איך אייך זאגן אז מען האט מיר אנגעטראגן די כבוד צו ווערן מנהל, און איך האב עס משום טעמים כמוסים אפגעזאגט מיט א שווער הארץ, און עס האט מיר די גאנצע צייט באמת געבאדערט אז כ'האב נישט קיין רעכט אפצוזאגן, ווייל סוף כל סוך האב איך דא אזויפיל הנאה פון דעם פלאץ, און ווען עס קומט צוריקצו צאלן, זאג איך אפ.
אבל עתה, יעצט אז מען האט ב"ה געמאכט די גאר גוטע אויסוואלן, אטעם איך אפ, און איך ווינטש ענק אסאך הצלחה, און דער אייבערשטער זאל ענק געבן אסאך סייעתה דישמיה, און אלעס גוטס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש