ל"ג בעומר יומא דהילולא דהתנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי
יא ס'קומט שוין אן דער גרויסער טאג ל"ג בעומר
ווי אן אינזעל אינמיטן די ימי הספירה וואס זענען דאך ימי אבל, קומט צוגיין דער הייליגער טאג ל"ג בעומר. און טוט מונטערען די געמיטער, טרייסטען די נשמות, עס טוט ווי באזאלבען די געפאלענע הערצער פון די יודעלעך וואס זענען טיף איינגעזונקען אין דעם לאנגען גלות, און קלאמערען זיך מיט די לעצטע כוחות אין די תורה הקדושה, און אין די הייליגע אמונה. און אין דעם טאג טוט ארויס לייכטען די לעכטיגקייט, די שטארקע שיין פין די חלק הסוד פין די תורה וואס דער הייליגער תנא האט מגלה געווען. אןן אפילו אין לנו עסק בנסתרות, אבער ווען עס קומט דער טאג, טוט די לעכטיקייט שיינען אויף יעדע יוד ווי ווייט ער איז נישט פארקראכען, 'מה הקב"ה לכל אף ר' שמעון לכל' זיין תורה און הייליגקייט איז נאך ביז היינט מגין אויף אונז, און אויף אונזערע קינדער, תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי.
הייליגער תנא ר' שמעון, ביסט דאך געווען אזוי נאנט צום הייליגען באשעפער, אזוי נאנט צו זיין ליבען נאמען, יעצט ווען עס קומט דיין יומא דהילולא, בעט פאר'ן כסא הכבוד פאר'ן פאלק ישרא-ל קוק ווי ווייט אונז זענען פונעם הייליגען באשעפער, קוק ווי ווייניג אונז שפירן דעם אור ה', קוק ווי ווייט אונז זעמער פון פארשטיין אין די סודות התורה, וואס דו האסט עוסק געווען מיר זענען דאך אזוי פארזינקען אינעם גלות, אזוי ווייט פון אביסל אמת'דיגע יראת שמים אין אהבת השם, קוק ווי יודען מוטשענען זיך פאר א ביסל פרנסה; א ביסל נחת, קוים וואס מען האט צייט צי לערנען א יודיש ווארט.
בעט ביים רחום וחנון ער זאל שוין שיקן דעם מלך המשיח אויסצולייזן זיין געפלאגט פאלק. און אפילו ביז דאן, זיי משפיע בני חיי ומזוני רויחי, און אויך משפיע זיין רוחניות, יודען זאלן זיין נאנט צום באשעפער, און קענען טוהן זיין רצון מיט הרחבת הדעת און מנוחה. עד ביאת גואלינו במהרה בימינו. אמן
- אטעטשמענטס
-
- home_mayron.jpg (107.76 KiB) געזען 5628 מאל