ל"ג בעומר יומא דהילולא דהתנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גאליציאנער

ל"ג בעומר יומא דהילולא דהתנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

בס"ד


יא ס'קומט שוין אן דער גרויסער טאג ל"ג בעומר
ווי אן אינזעל אינמיטן די ימי הספירה וואס זענען דאך ימי אבל, קומט צוגיין דער הייליגער טאג ל"ג בעומר. און טוט מונטערען די געמיטער, טרייסטען די נשמות, עס טוט ווי באזאלבען די געפאלענע הערצער פון די יודעלעך וואס זענען טיף איינגעזונקען אין דעם לאנגען גלות, און קלאמערען זיך מיט די לעצטע כוחות אין די תורה הקדושה, און אין די הייליגע אמונה. און אין דעם טאג טוט ארויס לייכטען די לעכטיגקייט, די שטארקע שיין פין די חלק הסוד פין די תורה וואס דער הייליגער תנא האט מגלה געווען. אןן אפילו אין לנו עסק בנסתרות, אבער ווען עס קומט דער טאג, טוט די לעכטיקייט שיינען אויף יעדע יוד ווי ווייט ער איז נישט פארקראכען, 'מה הקב"ה לכל אף ר' שמעון לכל' זיין תורה און הייליגקייט איז נאך ביז היינט מגין אויף אונז, און אויף אונזערע קינדער, תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי.

הייליגער תנא ר' שמעון, ביסט דאך געווען אזוי נאנט צום הייליגען באשעפער, אזוי נאנט צו זיין ליבען נאמען, יעצט ווען עס קומט דיין יומא דהילולא, בעט פאר'ן כסא הכבוד פאר'ן פאלק ישרא-ל קוק ווי ווייט אונז זענען פונעם הייליגען באשעפער, קוק ווי ווייניג אונז שפירן דעם אור ה', קוק ווי ווייט אונז זעמער פון פארשטיין אין די סודות התורה, וואס דו האסט עוסק געווען מיר זענען דאך אזוי פארזינקען אינעם גלות, אזוי ווייט פון אביסל אמת'דיגע יראת שמים אין אהבת השם, קוק ווי יודען מוטשענען זיך פאר א ביסל פרנסה; א ביסל נחת, קוים וואס מען האט צייט צי לערנען א יודיש ווארט.

בעט ביים רחום וחנון ער זאל שוין שיקן דעם מלך המשיח אויסצולייזן זיין געפלאגט פאלק. און אפילו ביז דאן, זיי משפיע בני חיי ומזוני רויחי, און אויך משפיע זיין רוחניות, יודען זאלן זיין נאנט צום באשעפער, און קענען טוהן זיין רצון מיט הרחבת הדעת און מנוחה. עד ביאת גואלינו במהרה בימינו. אמן
אטעטשמענטס
home_mayron.jpg
home_mayron.jpg (107.76 KiB) געזען 5623 מאל
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

גאליציאנער, שיין און צום פינטל.

און אמן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15871
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גאלי, יישר כח ואמן.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע:נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

שכח גאליציאנער, זייער שיין, זאל שוין טאקע זיין תורתו מגן לנו,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שכויעך גאלי (יאנאש, ס'איז גוטע נאמען..)

איך האף אי"ה דארט צו זיין היי יאר, צוזאמען מיט די טויזענטער אנדערע אידן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גאליציאנער, הערליך.
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע:אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

ביוטעפול
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

הערליך שיין, כאב עס פאראכטן עס זאל זיך בעסער ליינען. מיין דעה איז אז אזא געלונגענע ארטיקל איז א שאד אז עס זאל נישט זיין גרינג צום ליינען.

קיפ איט איפ ווערסט בעסער און בעסער גאלי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

טענק יא גאליציאנער, ווערי אימפרעסיוו.
איך בין נאך נישט דארט געווען ל"ג בעומר אבער איך בין געווען דעם פארגאנגענעם חל המועד סוכות. איך קען אייך גארנישט זאגען די הרגשים זייענדיג במקום קדוש. איך האב זיך אראפגעזעצט לערנען מיט מיין אינגעלע אביסעל מאמרי ר' שמעון עס איז געווען מעין עולם הבא.
א ברעסלאוו זיס אידעל איז אריין געקומען אין אוהל און געמאכט א גרויסען אייערשפייז און געגעסען חוץ לסוכה. פרעג איך אים היתכן. זאגט ער ר' שמעון וויל הערען די ברכה. נו גיי ארויס אין די סוכה, עס אפ און נאכ'ן גיין אין ביה"כ וועסטו צוריק קומען מאכען דא דעם אשר יצר.
און ווען וועט רבי שמעון הערען מיין המוציא?, פרעגט ער מיט א פשטות.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חחחחח נאטורליך (כ'האף ס'נישט אמת)
--

גאליציאנער ירא שמים;

שיינע הערליכע ארטיקל, ישר כח!
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

איך מיין אז אזוי ווי מיר האבן דאך שוין היינט אן ערנסטען באזע אין ישראל, וואלט געווען מעגליך א שטיקל פלאן אז מען זאל אפרעכטן א באגעגעניש פון די אלע וואס פארן אהין און די דארטיגע איינוואוינער, ווי JEWBOY, ערנסטער, האלב טויט, וכדו' כל אחד בשמו יבורך. ווי איך פארשטיי פארן צייטליך און טאגליכט אהין. אלזא, האלטן מיר שוין ביי פינף חברה ביזדערווייל. עס קען עפעס ווערן דערפון, מיין איך...
גאליציאנער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנער »

נאטורליך האט געשריבן: טענק יא גאליציאנער, ווערי אימפרעסיוו.
איך בין נאך נישט דארט געווען ל"ג בעומר אבער איך בין געווען דעם פארגאנגענעם חל המועד סוכות. איך קען אייך גארנישט זאגען די הרגשים זייענדיג במקום קדוש. איך האב זיך אראפגעזעצט לערנען מיט מיין אינגעלע אביסעל מאמרי ר' שמעון עס איז געווען מעין עולם הבא.
א ברעסלאוו זיס אידעל איז אריין געקומען אין אוהל און געמאכט א גרויסען אייערשפייז און געגעסען חוץ לסוכה. פרעג איך אים היתכן. זאגט ער ר' שמעון וויל הערען די ברכה. נו גיי ארויס אין די סוכה, עס אפ און נאכ'ן גיין אין ביה"כ וועסטו צוריק קומען מאכען דא דעם אשר יצר.
און ווען וועט רבי שמעון הערען מיין המוציא?, פרעגט ער מיט א פשטות.



חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע:אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

ווער ס'וויל קומען עסן ביי מיר שבת פאר ל"ג בוימער זאל זיך ווענדן צו מיר פריוואט.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע:אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

קודם זשובוי איך באשטעל ביי דיר שוין אינטערנעט, און אזוי אויך א סעלל פאון.

נאכדעם פאר יעדעם כהאב נאך טיקעטס פאר די פרייז פון 950.00
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

טאגליכט,

ווען פארט מען ארויס, און ווען קומט מען צוריק?
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע:אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

ווען דו ווילסט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

גאליציאנער זייער פיין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע:אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

טאגליכט.

אינטערנעט איז קיין פראבלעם, אבער א סעלפאן מיין איך אז יא
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

שכוח גאליציאנער
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אקעי, רבותי לכבוד לג בוימער, וויל איך זיך באהעלפן מיט די געטרייע חברים דא.

איימאל האבעך שוין געהאט אזא פראבלעם און די חברה דא האבן מיר געהאלפן, אפשר וועטעס יעצטויך געלונגען, איז לאמיר זען.

איך האב אמאל געהאט א דשיקוב'ער טעיפ מיט זייער א הערליכן ניגון אויף בר יוחאי, א שטייטער ניגון, נישט קיין שנעלער, אבער עפעס געוואלדיג שיין, מיט א ריכטיגן טעם זקנים אזש איך פלעג זיך באלעקן די פינגער מיט דעם ניגון, אזא פארצייטיש חסידיש זמר'ל וואס צוגייט אין אלע גלידער און לאזט איבער א טעם אויף א לאנגער צייט דערנאך.

אבל דא עקא, אז ס'קאסעטל איזמער נעלם געווארן ווי אין ים אריין, און פאר קיין געלט קען איך עם געפונען.

ע"כ בקשתי שטוחה לפני כל באי בית קרעטשמא הזה. ביטע העלפט ארויס א ברודער אין א שווערע צייט. אויב האט איר דעם טעים אדער סידי ערגעץ, אדער גאר דעם ניגון. דאן טיט דאס פליז ארויפלאדענען אינעם כלי אריין אז מ'זאלעס קאנען אראפלאנדענען און אויסהערן דא יעדער'ער ביי זיך.

מיט גרויס דאנק פון פראנויס.

הק' המבקש בתחנונים,
טהור עיניים
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אפשר אין "היכל נגינה" וועט מען דיר שנעלער באמערקן.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די דזיקובער טעיפס זענען נאך אויף די מארקעט, דו קענסט עס באקומען מן הסתם ביי גל פז אדער ביי מאוסטלי מוזיק.

אגב איך ווייס וועלעכע נישון דו רעדסט פון, עס איז א הערליכע שטיקעל, איך האב עס אויך געהערט געזעצט אויף מה ידידות אבער איך געדענק נישט ווי.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אקעי, עבעך טרייען אין היכל נגינה.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דא קען מען זעהן א חלק פון די פולע באסעס וואס ווארטען ארויס צו פארען פון מירון היינט אינדערפרי.

http://www.hnn.co.il/index.php?module=a ... ew;id=4854
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

ערב ל"ג בעומר תשע"ב
שויתי השם לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”