לכתחילה, דער כוזרו שרייבט אויף א פלאץ אז ״קדוש קדוש קדוש״ מיינט נישט אז די מלאכים זאגן כמספר דריי מאל קדוש, נאר ליבערשט אז זיי זאגן כסדר: קדוש קדוש קדוש אן אויפהער.
און וואס וויל איך דערמיט, איז אזוי, צוויי זאכן:
קודם פארשטיי מיר שוין דעם קאלומבוס׳נען... צווייטענס, והוא העיקר, דו שרייבסט דאך אזוי מין אינהאלטסרייך, אינפארמאטיוו, קלאר און געשמאק אז איך וואלט זיך פאר דיר געדארפט באדאנקן טעגליך כאטש א דאזן מאל. קומט מען דאך אבער נישט אן דערצו מחמת כמה סיבות, מהם עצלות מיט אביסל פארנומענקייט ועוד.
דעריבער שריי איך אויס איצט איינמאל: שכוח, שכוח און שכוח
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
עס זענען דא וואס טענה'ן אז מענטשען זענען טאקע אנגעקומען צו די "נייע וועלט" דורך דעם אריבערגאנג, אבער די אמת איז אז עס איז זייער שווער, אפי' מיט די היינטיגע שיפן, צו פארן איבער דעם וואסער, ווייל עס איז מער ווייניגר פארפרוירען, און א געהעריגע שיף, קען אפי' היינט נישט אריבער גיין דעם סטרעיט בשלום.
א איד האט מיר מעורר געווען אז די שיטה נעמט זיך פון די כופרים וואס זאגן אז די וועלט איז געווארן אנטוויקלט דורך עוועלאשען, איז ווי די כופרים האלטן איז מיט אכט טויזענט יארע צוריק געווען א פראסט וואס האט אויסגעהארגעט רוב מענטשן און די אינדיאנע זענען אנטלאפן פון די קאלטע סיביר דורך די וואסער וואס איז געווען פארפרוירן פונעם פראסט עד כאן דברי הבל. על כן באתי צו קלאר מאכן אז די שיטה איז הבלי הבלים און סיז א געבויט אויף כפירה'דיגע הנחות ודוק כי קצרתי
מידער האט געשריבן:
איבער די רינדיקייט פון די וועלט, איז אינטערסאנט אנציווייזן אז ס'איז נישט אלעמאל געווען אנגענומען איבער די וועלט אז די וועלט איז טאקע רינדליכיג, דאס איז אלעמאל געווען א גרויסע מחלוקה צווישן די פארשער. מיר טרעפן אין חז"ל אז די וועלט איז ככדור (ווי רש"י איז מסביר אז דאס איז טאבע מיט וואס קינדער שפילן) .
דער רמב"ם און הלכות קידוש החודש (פרק י"א) זאגט אז ארץ ישראל געפינט זיך "באמצע היישוב". דאס הייסט אז דער גאנצע יישוב איז דענמאלץ געווען פון אזיע ביז ענגלאנד, און ארץ ישראל איז ערגעץ און דער מיט. אוודאי האט דער רמב"ם געוויסט אז דער וועלט איז רינדעכיג און איז 24,000 מייל ברייט (ווייל אן דעם הייבט זיך נישט אן זיינע פארצווייגטע מאטעמטישע חשבונות און די לעצטע 7 פרקים), אבער דער יישוב מיט וועם מען האט געהאט קאנטאקט איז נאר באשטאנען פון אזיע ביז ענגלאנד.
די איבעריגע וואס וואוינען אויף אינזלען אדער גאר אויף קאנטינענטען איז אויב זיי עקזיסטירען זענען זיי אינם מן היישוב, און אזוי זענען זיי טאקע געווען מענטשען פרעסערס, מקריב געווען די אייגענע קינדער למולך (און יענעם'ס, אוודאי), און געגלייבט און עצים ואבנים.
דער שרייבער דארט הרב יונה פרידמאן דערמאנט עס (אור הצפון אייר תשעב - קובץ מא, דף מה), כ' האב עס נישט ליב מעתיק צו זיין היות דער אויסגאבע איז גוט אריין געמישט דער העברעישע שפראך, אעפי"כ וזה לשונו: "במשך השנים היו חוקרים שטענו לפיראיות רבות, כי הוא היה יהודי, בן למשפחת אנוסים מקסטילה שבספרד, ואף שפתו ספרדית קטלונית, שפתם של יהודי קסטיליה וכו' וכו" "ושמסעו הראשון מתוך הרבה החל ביום י' באב, למחרת הכרזה על גירוש יהודי ספרד" ויעו"ש באורך.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
עס זענען דא וואס טענה'ן אז מענטשען זענען טאקע אנגעקומען צו די "נייע וועלט" דורך דעם אריבערגאנג, אבער די אמת איז אז עס איז זייער שווער, אפי' מיט די היינטיגע שיפן, צו פארן איבער דעם וואסער, ווייל עס איז מער ווייניגר פארפרוירען, און א געהעריגע שיף, קען אפי' היינט נישט אריבער גיין דעם סטרעיט בשלום.
א איד האט מיר מעורר געווען אז די שיטה נעמט זיך פון די כופרים וואס זאגן אז די וועלט איז געווארן אנטוויקלט דורך עוועלאשען, איז ווי די כופרים האלטן איז מיט אכט טויזענט יארע צוריק געווען א פראסט וואס האט אויסגעהארגעט רוב מענטשן און די אינדיאנע זענען אנטלאפן פון די קאלטע סיביר דורך די וואסער וואס איז געווען פארפרוירן פונעם פראסט עד כאן דברי הבל. על כן באתי צו קלאר מאכן אז די שיטה איז הבלי הבלים און סיז א געבויט אויף כפירה'דיגע הנחות ודוק כי קצרתי
ס'קען זיין אז זיי זאגן דאס אויך אבער למעשה מאכט עס היפש סענס. איז שייך נאך א וועג ווי אזוי זיי זאלן האבן אנגעקומען אהין חוץ פון דור הפלגה?
SPUSMN האט געשריבן:
די ראיות אז קאלומבוס איז געווען א איד און געזיכט א מקום מקלט פאר די אידען איז שטארק. און דאס וועט אויך פארענטעפערען וויאזוי האט ער געמיינט אז דער וועלט איז א דריטעל איר גרויס ווען מען האט שוין לאנג געוויסט אז דער וועלט איז אן ערך 24,000 מייל ביים קו המשוה (איקוועטאר).
וואס מיינסטו צו זאגן דא? אז ווייל ער האט געוואוסט אז די וועלט איז רינדיג איז דא פלעצער וואו ס'איז קלענער? ביטע זיי מסביר
מידער האט געשריבן:
נאך האב איך אמאל געהערט, אז ביי יענע סעודה האבן די אינדיאנער געגעבן אינדיק (טוירקי) פלייש [די עוף ווערט גערופן אינדיק פאר דעם זעלבן סיבה פארוואס מ'פארופט די ארגינעלע אמעריקאנער אלס אינדיאנער, נעמליך, דאס איז א עוף וואס מ'האט די ערשטע מאל געפונען אין 'אינדיע' (לייען: אמעריקע) וואו מ'פלעגט דאס עסן אסאך] פאר דעם רייכן נאכטמאל.
שאהן, געמיינט צו זאגען אז אויב קאלומבוס איז געווען א איד און זיין כוונה איז געווען צו זיכען א מקום מקלט פאר די שפאנישע אידען, קומט אויס אז ער האט בכלל נישט געמאכט א טעות און די גרויס פון די וועלט און געמיינט אז ער איז טאקע אן געקומען קיין אינדיע. והכל על מקומו יבא בשלום. אויב אבער ער איז נישט געוווען א איד האט ער געמאכט גאר גראבע טעותים.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
עס זענען דא וואס טענה'ן אז מענטשען זענען טאקע אנגעקומען צו די "נייע וועלט" דורך דעם אריבערגאנג, אבער די אמת איז אז עס איז זייער שווער, אפי' מיט די היינטיגע שיפן, צו פארן איבער דעם וואסער, ווייל עס איז מער ווייניגר פארפרוירען, און א געהעריגע שיף, קען אפי' היינט נישט אריבער גיין דעם סטרעיט בשלום.
א איד האט מיר מעורר געווען אז די שיטה נעמט זיך פון די כופרים וואס זאגן אז די וועלט איז געווארן אנטוויקלט דורך עוועלאשען, איז ווי די כופרים האלטן איז מיט אכט טויזענט יארע צוריק געווען א פראסט וואס האט אויסגעהארגעט רוב מענטשן און די אינדיאנע זענען אנטלאפן פון די קאלטע סיביר דורך די וואסער וואס איז געווען פארפרוירן פונעם פראסט עד כאן דברי הבל. על כן באתי צו קלאר מאכן אז די שיטה איז הבלי הבלים און סיז א געבויט אויף כפירה'דיגע הנחות ודוק כי קצרתי
ס'קען זיין אז זיי זאגן דאס אויך אבער למעשה מאכט עס היפש סענס. איז שייך נאך א וועג ווי אזוי זיי זאלן האבן אנגעקומען אהין חוץ פון דור הפלגה?
אז מען רעדט שוין פון דעם איז דא און דעם א שיינעם דע מה שתשיב וואס איז מיר אמאל איין געפאלען.
ווען קאלאמבוס איז אנגעקומען קיין אמעריקע האט ער געטראפען דא א סאך שבטים וואס האבען קיין שייכות נישט געהאט מיט דער אנדערע חלק וועלט ביז דער דור הפלגה, און פונדעסטוועגען דאך האבען אלע פון זיי געהאט אזיבעןטאגיקע וואך. יעצט לויט די אפיקורסישע "סברות", וואס פאר א שייכות וואלטען די אינדיאנער געהאט צו האבען דייקא א 7 טאגיקען וואך? פארוואס נישט א 10 טאגיקע וואך אדער א 5 טאגיקע וואך? פארוואס עפעספינקטזיבען? אלא מאי מוז מען בהכרח זאגען אז דער זיבען טאגיקע וואך פון דער חלק וועלט, און דער זיבען טאגיקע וואך פון יענער חלק וועלט האבען איין מקור מששת ימי בראשית, אז דער באשעפער וואס האט באשאפען הימל און ערד וכל צבאם, איז וינח ביום השביעי, על כן ברך ה' את יום השבת ויקדשהו.