לשון הקודש דקדוק
די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער
- אחרון של פסח
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 357
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm
וויאזוי דארף מען שרייבן 'מצבה' אדער 'מציבה'?
Re: לשון הקודש דקדוק
קומט אן א יו"ד, נאר אמאל לייגט מען עס צו מ'זאל וויסן פון וואס מ'רעדט - נישט מַצָּבָהּ למשל.
ווען די כוונה איז קלאר פעלט עס נישט אויס.
Re: לשון הקודש דקדוק
איר שרייבט אויך גנבה און אבדה? (איך ווייס אז די תורה שרייבט אזוי, וכן הרמב"ם, אבער כמדומה אז לשון בני אדם איז יא צו לייגן א יו"ד).
פוצה פה ומצפצף
- יחליצך
- שר האלף
- תגובות: 1521
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע:מאחורי הפרגוד
Re: לשון הקודש דקדוק
'כונה' קומט אן די צווייטע וא"ו, נאר אמאל לייגט מען עס צו מ'זאל וויסן פון וואס מ'רעדט - נישט כוֹנָה למשל.
ווען די מכוון איז קלאר פעלט עס נישט אויס---
ווער?...
- אחרון של פסח
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 357
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 07, 2018 10:06 pm
Re: לשון הקודש דקדוק
יש"כ
איך זעה דאך שוין עס איז א בחינה פון אלו ואלו.....

נישט קיין אלו ואלו, גיכער הא לן והא להו...אחרון של פסח האט געשריבן: ↑ פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:23 pmיש"כ
איך זעה דאך שוין עס איז א בחינה פון אלו ואלו.....
אין לשה"ק (למשל אין א ספר וכדומה) שרייבט מען ווי עס איז געשריבן במקור מצבה, און אין א אידישע אויסגאבע שרייבט מען ווי מ'ליינט עס, מציבה
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק
דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
Re: לשון הקודש דקדוק
איך ווייס נישט צי ס'פעלט אויס אבער כ'וועל אביסל אדרעסירן די שאלות, נישט צו טוישן ענקער מיינונג נאר מסביר זיין וואס כ'האב געזאגט.
ס'דא ווערטער וואס קומען ריכטיג איין וועג נאר וויבאלד אז אן נקודות קען עס זיין שווער צו דערקענען אדער וויסן וואס מ'מיינט פירט מען זיך צו מוסיף זיין אותיות (ווי געברענגט שוין עטליכע מאל די גמרא אין ע"ז).
פונקטליך ווען מ'לייגט צו האט נישט עכט קיין כללים און ס'דא זאכן וואס ווערן אנדערש לפי הזמן.
[אין די לעצטע 100 יאר האבן די מחדשים אריינגעברענגט אסאך שינויים; אין חו"ל איז מען נישט געווען אזוי אפעקטירט פון זיי, און איך האב זיי פערזענליך נישט ליב און וויל זיך נישט רעכענען דערמיט.]
ס'איז נישט וואן סייז פיטס אלל, און אפילו ווען 2 ווערטער זעהן אויס ענליך איז נישט אויסגעשלאסן אז איין ווארט שרייבט מען אזוי און די צווייטע איז אנגענומען אנדערש דערפאר וואס די טעות פון ליינען גָּנְבָה אדער אָבְדָה איז נישט גילטיג ביי מצבה (זיכער נישט ווילאנג ס'האט נישט געהאט אן אנדער נארמאלע ליינונג, און אוודאי נישט אין אידיש).
אין טייל פעלער איז די נארם שטארק אנגענומען לויט איין וועג, למשל כוונה, און פאר א גוטע סיבה ווייל אנדערש זענען מיר נישט געוואוינט צו זען די ו' אלס איינס וואס מ'זאגט ארויס, ספעציעל איז אזוי ווען מ'שרייבט אין אידיש.
דערנאך איז דא ווערטער וואס לרוב הִמָּצְאָם זענען זיי גאר באוואוסט און דארט פעלט נישט אויס איבריגע אותיות, למשל דער נאמען דוד שרייבט מען לויט ווי ס'שטייט געווענליך אין תנ"ך און נישט דוויד.
שפעטער איז דא ווערטער וואס ס'אפשר דא וואס לייגן צו אותיות אבער אז מ'וויל שרייבן ריכטיג וועט מען עס בעסער אויסלאזן דארט ווי די כוונה איז קלאר, למשל אז מ'באשרייבט א יאצ"ט לויט'ן מצבה וכדומה, אדער אין א ספר אויף הל' שמחות.
ס'איז מעגליך אז די געוואוינהייט אין אידיש איז אנדערש ווי לשה"ק, אבער דארט רעד איך נישט אריין מכמה טעמים. דא איז די קעפל "דקדוק לשון הקודש"....
כ'האף ס'זאל איינעם זיין צו נוץ.

- ירוחם פישל
- שר חמש מאות
- תגובות: 593
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
- לאקאציע:מאנטריאל
Re: לשון הקודש דקדוק
צווישן אונזערע מחברים וואס האבן שטארק גענויגט צו שרייבן ווי מער בכתב חסר איז באקאנט דער חזו"א ז"ל (למשל: "גטין" וכמובן גנבה ואבדה ועוד ועוד), ס'איז לענ"ט אן ענין פון טעם.
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!
- איש ציון
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3530
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל
Re: לשון הקודש דקדוק
שיין, "לענ"ט- לעניית טעמי", איז בדווקא אדער א טעות?ירוחם פישל האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 07, 2024 1:06 amצווישן אונזערע מחברים וואס האבן שטארק גענויגט צו שרייבן ווי מער בכתב חסר איז באקאנט דער חזו"א ז"ל (למשל: "גטין" וכמובן גנבה ואבדה ועוד ועוד), ס'איז לענ"ט אן ענין פון טעם.
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
- הלבלר בקולמסו
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9999
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am
Re: לשון הקודש דקדוק
לכאורה רעדט מען פון דעם.
דער אבן עזרא זאגט אז מען קען זיך מתייחס זיין צום שם הפעולה וואס פעלט.הגות תבונות האט געשריבן: ↑ דינסטאג דעצעמבער 21, 2021 2:47 pmווען מען איז מתאר א שם דבר, איז די צורת התואר געוואנדן אינעם מין פונעם שם דבר. למשל: "הסיבה של מיתת הפרה, היא עייפות". כ'האב געשריבן "היא", וויבאלד "סיבה" איז א נקיבה.
וואס טוט זיך ווען מען איז מתאר א פעולה, נישט א שם פעולה, נאר א פעל. למשל: "זו שמתה הפרה, היא מחמת עייפות". יעצט, "מתה הפרה" איז א פעל [אויב כ'רוף עס גוט אן], און אויף דעם אליינס איז נישט שייך קיין מין. די שאלה איז צו ווען מ'גייט עס מתאר זיין [זו, היא], וועט מען עס מנתח זיין צום שם פעולה דערפון, וואס אין דעם פאל איז עס א נקיבה, אדער איז דא עפעס אן אנדערע כלל אין דעם?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.
Re: לשון הקודש דקדוק
איז דא אזא ווארט "מחלוקה"?
אין משנה טרעפן מיר "מחלוקת שהיא לשם שמים", אזוי אויך אין גמרא "במחלוקת שנויה". דערפון זעען מיר אז אפילו ווען ס'איז נישט סמוך קומט א ת'. איז דער ה' פשוט א טעות?

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
- איש ציון
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3530
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל
Re: לשון הקודש דקדוק
א לשון גענוצט אסאך אין ספרים
דא האסטו די תוצאות אין אוצר החכמה
- אטעטשמענטס
-
- צילום מסך 2024-02-16 002505.png (47.84 KiB) געזען 361 מאל
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
Re: לשון הקודש דקדוק
די ווארט מחלוקת שטייט שוין אין תנ"ך.
עס איז לשון יחיד אבער הערט זיך אפשר אין אידיש ווי רבים און דערפאר האט מען געטוישט אויף 'מחלוקה'.
גלייבט זיך שווער אז ס'געפונט זיך אין פריערדיגע ספרים.
אויב מ'וויל זוכן אויף אוצה"ח מוז מען ארויסנעמען אלע 'מחלוקת' וואס ער ליינט נישט ריכטיג, ווי אויך אלע 'מֵחלוקה' וואס איז אן אנדער ווארט. ס'וועט מסתם נישט בלייבן קיין סאך.
Re: לשון הקודש דקדוק
וואו שטייט אזא ווארט אין תנ"ך?להודות האט געשריבן: ↑ זונטאג פעברואר 18, 2024 9:17 pmדי ווארט מחלוקת שטייט שוין אין תנ"ך.
עס איז לשון יחיד אבער הערט זיך אפשר אין אידיש ווי רבים און דערפאר האט מען געטוישט אויף 'מחלוקה'.
גלייבט זיך שווער אז ס'געפונט זיך אין פריערדיגע ספרים.
אויב מ'וויל זוכן אויף אוצה"ח מוז מען ארויסנעמען אלע 'מחלוקת' וואס ער ליינט נישט ריכטיג, ווי אויך אלע 'מֵחלוקה' וואס איז אן אנדער ווארט. ס'וועט מסתם נישט בלייבן קיין סאך.
פוצה פה ומצפצף
Re: לשון הקודש דקדוק
איך מיין אז עס שטייט נישט, אבער אין חז"ל זעט מען עס,Mezofzef האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:47 amוואו שטייט אזא ווארט אין תנ"ך?להודות האט געשריבן: ↑ זונטאג פעברואר 18, 2024 9:17 pmדי ווארט מחלוקת שטייט שוין אין תנ"ך.
עס איז לשון יחיד אבער הערט זיך אפשר אין אידיש ווי רבים און דערפאר האט מען געטוישט אויף 'מחלוקה'.
גלייבט זיך שווער אז ס'געפונט זיך אין פריערדיגע ספרים.
אויב מ'וויל זוכן אויף אוצה"ח מוז מען ארויסנעמען אלע 'מחלוקת' וואס ער ליינט נישט ריכטיג, ווי אויך אלע 'מֵחלוקה' וואס איז אן אנדער ווארט. ס'וועט מסתם נישט בלייבן קיין סאך.
(עס שטייט אפאר מאל אין תנ"ך מחלוקת אבער עס מיינט נישט א קריגעריי, די נענסטע איז סלע המחלקת שמואל א כג גח).
מלך בשדה..
Re: לשון הקודש דקדוק
די ווארט מחלוקת שטייט כמ"פ אין תנ"ך, למשל דברי הימים א' כ"ז א' (און נאך מאל אין פארשידענע נטיות).
איך בין נישט אריין אין די פרט צי ס'מיינט פונקט די זעלבע ווייל ס'מאכט נישט אויס לעניננו. ס'איז די זעלבע ווארט ווי אין משנה.
למעשה איז עס די זעלבע שורש און מיינונג: טיילונג.
אין פסוק איז עס ווי א גרופע מענטשן איז נחלק פון די 2טע [אפטיילונג], און אין חז"ל זענען זיי צוטיילט צוליב דעות.
כנלע"ד פשוט, והרוצה לחלוק וועט עס נאר זיין צי די מיינונג איז ממש היינו הך, אדער ס'איז אפשר אביסל א נייע צווייג.

עס איז זיכער א נייע צווייג הגם דער שורש איז דער זעלבער, אין דברי הימים און אין כמעט אלע אנדערע פלעצער אין תנ"ך איז עס אן אפטיילונג און עס גייט ארויף אויף די מענטשען (חוץ סלע המחלקת וואס איז אנדערש געפינטלט), אין חז"ל איז עס די פעולה פון א צוטיילונג און עס גייט ארויף אויף די פעולה.להודות האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:09 amדי ווארט מחלוקת שטייט כמ"פ אין תנ"ך, למשל דברי הימים א' כ"ז א' (און נאך מאל אין פארשידענע נטיות).
איך בין נישט אריין אין די פרט צי ס'מיינט פונקט די זעלבע ווייל ס'מאכט נישט אויס לעניננו. ס'איז די זעלבע ווארט ווי אין משנה.
למעשה איז עס די זעלבע שורש און מיינונג: טיילונג.
אין פסוק איז עס ווי א גרופע מענטשן איז נחלק פון די 2טע [אפטיילונג], און אין חז"ל זענען זיי צוטיילט צוליב דעות.
כנלע"ד פשוט, והרוצה לחלוק וועט עס נאר זיין צי די מיינונג איז ממש היינו הך, אדער ס'איז אפשר אביסל א נייע צווייג.
מלך בשדה..
Re: לשון הקודש דקדוק
סלע המחלקות איז די זעלבע ווארט בלשון רבים.
ביזט גערעכט אז די טייטש פון מחלוקת בדברי חז"ל איז נישט ווי די אין דברי הימים.
(מחלוקת הלל ושמאי וואלט נאך אפשר געשטומט, אבער מ'טרעפט אנדערע וואס נישט ווי "אין מחזיקין במחלוקת.")
ביזט גערעכט אז די טייטש פון מחלוקת בדברי חז"ל איז נישט ווי די אין דברי הימים.
(מחלוקת הלל ושמאי וואלט נאך אפשר געשטומט, אבער מ'טרעפט אנדערע וואס נישט ווי "אין מחזיקין במחלוקת.")
- איש ציון
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3530
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל
Re: לשון הקודש דקדוק
וואס הייסט ביי דיר פריעדיגעלהודות האט געשריבן: ↑ זונטאג פעברואר 18, 2024 9:17 pmדי ווארט מחלוקת שטייט שוין אין תנ"ך.
עס איז לשון יחיד אבער הערט זיך אפשר אין אידיש ווי רבים און דערפאר האט מען געטוישט אויף 'מחלוקה'.
גלייבט זיך שווער אז ס'געפונט זיך אין פריערדיגע ספרים.
אויב מ'וויל זוכן אויף אוצה"ח מוז מען ארויסנעמען אלע 'מחלוקת' וואס ער ליינט נישט ריכטיג, ווי אויך אלע 'מֵחלוקה' וואס איז אן אנדער ווארט. ס'וועט מסתם נישט בלייבן קיין סאך.
געב א קוק אין אוצר החכמה וועסטו זען פילע אחרונים וואס ניצן עס אויף מחלוקת
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
Re: לשון הקודש דקדוק
@איש ציון
איך האב געוואוסט דאס וועט קומען...
ברענג ביטע איינער צוויי פון, לאמיר זאגן, 250 יאר צוריק ווען אידיש האט אפשר נאך נישט געהאט אזא איינפלוס אויפ'ן שרייבן.
איך האב געוואוסט דאס וועט קומען...
ברענג ביטע איינער צוויי פון, לאמיר זאגן, 250 יאר צוריק ווען אידיש האט אפשר נאך נישט געהאט אזא איינפלוס אויפ'ן שרייבן.
- איש ציון
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3530
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל
Re: לשון הקודש דקדוק
ווייל אנשטאט גיין און נאכקוקן שרייבט מען "גלייבט זיך שווער וכו'" און איך ברויך שווייגן...
ראה פירוש המשניות להרמב"ם שבועות פ"א משנה ד'
אויב ווילסט נאך מראי מקומות דאן זאג מיר
זוכט איר א מגיה פאר אייער ספר/גליון וכדומה, דאן קומט אריין אין אישי.
Re: לשון הקודש דקדוק
@איש ציון
אין די 2 דרוקן וואס כ'האב געטשעקט (וואגשאל גמרא וואס איז א קאפּי פון ווילנא, און זייער משניות) שטייט מחלוקת.
אויסער דעם האט דער רמב"ם געשריבן אין אראביש און די לשה"ק איז נאר א תרגום. אויך מעגליך אז אין עפעס א דרוק איז געשטאנען מחלוק' און א 2טע דרוקער האט עס געעפענט אומריכטיג.
האסט נאך?

דער אור החיים הקדוש נוצט די ווארט, און ער האט נישט געקענט קיין אידיש...
פוצה פה ומצפצף
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36557
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re: לשון הקודש דקדוק
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
Re: לשון הקודש דקדוק
@Mezofzef
און @farshlufen
א דאנק פאר אייערע קאממענטארן. עס איז הילפבאר אויב מ'קען ברענגן א פונקטליכע מ"מ כדי מ'זאל קענען נאכקוקן גרינגערהייט.
אין 2 פלעצער אין אוה"ח האב איך נאר געזעהן "ולא תמנע מחלוקה", וואס לכאורה מיינט אז דו קענסט דיך נישט צוריקהאלטן פון קלויבן איינס פון די 2 זאכן וואס ער זאגט דארט * (איך האב לכתחילה געזאגט אז מ'דארף פילטערן די ווארט מֵחלוקה) .
מער האב איך נישט געזוכט, און אויב מצפצף האסט עפעס מער ספעציפיש ביטע ווייז.
אין חיד"א איז שווער צו זוכן אין אלע ריזאלטאטן וואס קומען ארויף - טייל זענען א טעות פון דער קאמפיוטער זוכער (עס שטייט אפן מחלוקת) און צו טייל האב איך נישט צוטריט. איין פלאץ וואס איז ארויפגעקומען איז אין עבודת הקודש, און דארט שטייט אין אן אנדערע דרוק מחלוקת. אויב איז דאס די איינציגסטע מאל איז עס גרינג צו תולה זיין בטה"ד.
* די לשון "ולא ימנע מחלוקה" געפונט זיך אין פארשידענע פריערדיגע ספרים מיט די מיינונג.