לשון הקודש דקדוק

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

Anonymous

לשון הקודש דקדוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

סאכדעס האט געשריבן: ווארט איך נאך אויפן כלל פון משה מוציא / כלב מכניס, (גוט געזאגט?)
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=843
נישט ממש. דער כלל איז "משה מוציא וכלב מכניס" (וכלב מיט א וי"ו).

איך וועל ערקלערן:

די צוויי און צוואנציג אותיות פון לשון הקודש זיינען איינגעטיילט אין צוויי גרופעס. די אותיות: א,ב,ה,ו,י,כ,ל,מ,נ,ש,ת ווערן אנגערופן "אותיות השימוש" (דער סימן דאס צו געדענקען איז אית"ן מש"ה וכל"ב). די אנדערע אותיות ווערן אנגערופן "אותיות יסוד".

די אותיות אין די ערשטע גרופע קענען דינען סיי אלס אותיות פון דעם עיקר ווארט און סיי אלס "באדינערס" צום ווארט. די אותיות אין די צווייטע גרופע דינען נאר אלס דעם עיקר ווארט.

לדוגמא: שלחנך: דער יסוד פונעם ווארט באשטייט פון די אותיות "שלחן". די אות 'ך' איז א צוגעגעבענער זי איז א באדינערין פון דאס ווארט: שלחן = טיש, שלחנך = דיין טיש.

די אותיות השימוש אליין דערהאלטן פארשידענע גרופעס וועלכע דינען אויף פארשידענע אופנים און האבן פארשידענע סימנים: אית"ן, בכל"ם און נאך.

כגון: ביים אנפאנג ווארט - ב פאר "אין", ו פאר "און", ל "צו", מ "פון". ביים סוף ווארט - ך פאר "דיר/דיינע", כם פאר "אייערע" א.ד.ג. די זיינען נאר אפאר דוגמאות.

איינער פון די גרופעס ווערט אנגערופן מש"ה וכל"ב (די זיבן אותיות). וואס אנבאלאנגט אונזער ענין איז די גרופע פארבינדען מיט די אותיות אהו"י ביים אנפאנג ווארט, ווי פאלגענד:

אויב א ווארט הויבט זיך אן מיט איינע פון די אותיות אהו"י (לדוגמא: אלוקים, ה', אד-י, יהושע) און אויף דערויף איז נאך צוגעלייגט איינער פון די אותיות מש"ה וכל"ב (מאלוקים, לאלוקים, מה', וה', ויהושע,) דאן איז גילטיק דער כלל פון משה מוציא וכלב מכניס. משה מוציא דהיינו מען זאגט ארויס די אותיות אהו"י, וכלב מכניס דהיינו מען זאגט נישט ארויס די אותיות אהו"י.

משה מוציא

מואלוקים זאגט מען מו אזלוקים און נישט מולוקים - מען זאגט ארויס די אל"ף וויבאלד זי קומט נאכ'ן מ"ם.
הטאלוקים זאגט מען הט אזלוקים און נישט הלוקים - מען זאגט ארויס די אל"ף וויבאלד זי קומט נאכ'ן ה"א.

וכלב מכניס

וואלוקים זאגט מען וולוקים (כאילו ווי ס'נישט דא קיים אל"ף) - וויבאלד פאר'ן אל"ף קומט די אות וי"ו.
וחה' זאגט מען ושם נישט ו-א-שם (כאילו עס איז נישט דא קיין אל"ף) - צוליב דעם וי"ו.

איך וואלט דאס בעסער מסביר געווען נאר דאס בעטל בעט זיך שוין ביי מיר.

אלזא, כל טוב.[/code]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח פאר די הערליכע שיעור, מיר האפן אז דאס איז די ערשטע אין א סעריע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

WOW!!!
און נאכאמאל:
WOW!!!

מיר האבן דא א געלערנטן און פארשטענדליכן מענטש!
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע:דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

שקויח האלב לעבעדיג, פאר די הערליכע שיעור,

דקדוק איז איינע פון די זאכן וואס רוב עולם האט קיין שום ידיעה נישט דערינען, דעריבער זיי ממשיך מיט דער הערליכען שיעור לזכות את הרבים.

אגב, די בעל קורא'ס וואס ליינען "ויראת מאלקיך אני ה'" (און זאגן נישט ארויס די אלף ביי אלקיך) איז לכאורה נישט ריכטיג.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כאב נישט געמערקט אז דו האסט דא פארגערלערנט א שיעור פאר מיר ספעציעל, כ'מיין מאשקע נעקסטיים געב מיר א רוף אן א צען מינוט פאר'ן שיעור.

אלזא זעהר קלאר און שיין. כאב דיר נישט מיט וואס צו באצאלן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

סאכדעס האט געשריבן: כאב נישט געמערקט אז דו האסט דא פארגערלערנט א שיעור פאר מיר ספעציעל, כ'מיין מאשקענעקסטיים געב מיר א רוף אן א צען מינוט פאר'ן שיעור.

אלזא זעהר קלאר און שיין. כאב דיר נישט מיט וואס צו באצאלן.


וואו קום איך דא אריין אין בילד?
Anonymous

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Anonymous »

מאשקע האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן: כאב נישט געמערקט אז דו האסט דא פארגערלערנט א שיעור פאר מיר ספעציעל, כ'מיין מאשקענעקסטיים געב מיר א רוף אן א צען מינוט פאר'ן שיעור.

אלזא זעהר קלאר און שיין. כאב דיר נישט מיט וואס צו באצאלן.


וואו קום איך דא אריין אין בילד?


יא אלס לכבוד סאכדעס.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שכוייח חצי בחנם פאר די לעקטשורס.

ווייסט איינער די חילוק פון 'לך' מיט 'אליך', לי-אלי, לו-אליו ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע:דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

לאמיך צולייגן נאך צוויי, וואס איז די חילוק פון "לכם-עליכם", "להם-אליהם"?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דיר, צו דיר.
מיר, צו מיר.
אים, צו אים.
צו ענק, אויף ענק.
להם-אליהם קען איך נישט מסביר זיין.
א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע:דרייט זיך אינמיטען וועג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א אידעלע »

וואס איז די פראבלעם 'להם' טייטש צו זיי, 'אליהם' טייטש אויף זיי.

(איי עס שטימט נישט, די איבעריגע זאכן שטימען אויך נישט).
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאס שטימט נישט, און די איבריגע זאכן שטימען יא.
קוק אינעם אשכול דיר/דיך, מיר/מיך, וועסטו בעסער פארשטיין מיין היגע קורצע תגובה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31452
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מאשקע האט רעכט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

האלב טויט.
אוי ביסטו געשמאק.

דער אבן עזרא האט די באקאנטע חידה איבער די אותיות אהו"י און שטעלט אראפ אלע יסודות פון די אותיות אהו"י
די חידה איז אין זיין הקדמה צום פירוש אבן עזרא אויף חומש בראשית
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דעם שב"ק האביך געטראפן א כלל אין דקדוק לשה"ק, אינעם פי' מגילת סתרים פון ר' יעקב מליסא אויף מגילת אסתר, שרייבט ער אז די אותיות האמנתי"ו זענען אלעס אותיות וועלכע קענען ווערן גענוצט צו מאכן קלענער א באגריף.

להסבר הענין, בחצר גינת ביתן המלך, די ווארט 'ביתן' טייטשט ער א הייזקעלע/שטובעלע אוו דער ן' לבסוף קומט להקטין המכוון פון דעם ווארט 'בית' און אזוי אויך די אנדערע אותיות הנ"ל.

אגב דער אבן עזרא דארט אויפ'ן פלאץ טייטשט אנדערש דעם ווארט 'ביתן' עיי"ש.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

סקרענטאנער רב.
וואס טייטשט דער אבן עזרא?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין כאן הרב מ'סקרענטאן, יעמוד קרעמער המצטט:

אבן עזרא על מגילת אסתר פרק א פסוק ה
ביתן - מגזרת בית והוא סמוך וגם מוכרת וטעמו כמו לפנים וכן מבית ומחוץ והוא דרך קצרה ביתן בית המלך:
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

יישר כח
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שכוח קרעמער,
רבי, איך האב נישט געברענגט דעם אב"ע ווייל עס איז נישט נוגע צום דקדוק וואס מיר רעדן דא, למעשה זוך איך ווערטער מיט די אויבנדערמאנטע אותיות האמנתי"ו וועלכע ווערן גענוצט להקטין הטראסק, מי בעל דברים יגש.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

דער מלבי"ם זאגט דאס אויך אויף "אנוש".
איש מיינט א גרויסער מענטש, "אנוש" מיינט א מענטשעלע.

אזוי טייטשט ער אין ישעי' נ"א
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

פון אמנון (דוד'ס זון) האט מען אויך געמאכט האמינון. (שמואל ב' י"ג).
אויף יענץ דער אבן עזרא אז עס איז נישט קיין לשון הקטנה.

דער רבינו בחיי זאגט אז יא, אזוי אוך זאגט דער רד"ק און מצודות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח הרב ווייסער פאר די מראי מקומות.

סך-הכל האמיר א נ/ן (ביתן/אנוש) און א י' (אמינון) לויט טייל מפרשים.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

ניין ס'איז דא נאך.

אישון - (שווארצאפעל)
זאגן עטליכע מפורשים אז "אישון" מיינט שווארצאפעל ווייל מ'זעט דערין א קליין מענטשעלע.
ס'איז דאך נאך ווערטער וועלכע זענען מקטין.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

סאו אישון קען זיין די "ואו" אדער די "ן".
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”