משפחה נעמען, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
יחוס און אפשטאם
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
yield האט געשריבן: וואס טיט זיך מיט די נעמען ווי פרחי, בבנישתי, אבולעפיא, עמדין, פלאג'י, וויטאל, איך קען נישט טראכטן די שורש דערפון
עמדין איז א נאמען פון א שטאט, דארט וואו רבי יעקב האט געוואוינט. טיילמאל שרייבט ער זיך אונטער יעקב מעמדין.
בנבנשת, איז די זעלבע נאמען פון ן' ויניסטי, וואס איז באקאנט צווישן אחינו בני הספרדים.
- SPUSMN
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת
זיס האט געשריבן: אוי, דער עולם דמיונ'ט
משפחה נעמען איז געווען פיל פריער, כמעט אלע דורות, נאר נישט יעדער האט געהאט און עס איז נישט געווען פארמאל. דער טאטע האט געקענט הייסן אזוי און דער קינד אנדערש.
נאפאליען, אדער בעסער געזאגט יוזשעף דער צווייטער, האט דאס געמאכט אפיציעל.
נאפאליען האט מלחמה געהאלטען מיט יוזשעף דער צווייטער'ס נעפיו, פראנץ דער צווייטער. יוזשעף דער צווייטער האט רעגירט ביז 1790 למספרם, און נאפוליען ביז 1815 למספרם. יוזשעף דער צווייטער (זוהן פון די מכשפה מאריע טערעזיע) איז באוויסט פאר איין פירען "טאלאראנץ", דאס מיינט נישט גלייך בארעכטיגונג, נאר מען טאלערירט דיר אפיציעל. פאר דער "מתנה" וואס ער האט געגעבען פאר די אידען, האבען די אידען אין אמסטרדם ארויס געגעבען און 1882 לכבודו צוויי מעדאלען. איין קלייניגקייט, מען טאלערירט אונז. טאלערירונג איז געקומען מיט א פרייז; דינען און דער ארמיי, לערנען וואס דער רעגירונג הייסט, וכו'.
א באווייז אויף דער נאפאליען טעאריע (למעשה זאגען היסטאריקער דאס אלץ פאקט אז נאפוליען האט געהייסען ציילען און אפשרייבען די באפעלקערונג און יעדער לאנד וואס ער האט איין גענומען) קען מען זעהן פון די מאנטיפיורא צענזוס וואס איז געמאכט געווארען און ארץ ישראל, ספעציעל די ערשטע צענזוס פון שנת תר"ט. דארט קען מען זעהן ווער עס האט א לעצטע נאמען, און א סאך א גרעסערע טייל פון די רוסישע אידען הייסען נאך זייער שטעט ווי די אידען וואס זענען געקומען פון מערב אייראפע.
אוודאי איז געווען א סאך מענטשן מיט לעצטע נעמען לאנג פאר נאפוליען (און ביי אידען נאך מער ווי ביי גוים), און עס וואלט געווען אינטרעסאנט ווען איינער קען מאכען א שטודיע וויפיל פרוצענט און ווען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- SPUSMN
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת
זאגסט גוט.
קען זיין ווייל מען האט דאס נאך געהערט ערשט האנטיג פון אלטע מענטשען, עס איז געווען א דבר פשוט, איז עס קיינעם נישט איין געפאלען צו שרייבען עס אלץ היסטאריע.
ענליך צו דער געשיכטע פון די צווייטע וועלט מלחמה וואס מיר וואס האבען מיט געלעבט מיט דער דור נאך דער מלחמה, איז נישט איין געפאלען עס צו דאקומענטירען (די היסטאריקער וועלען עס שוין פאר שרייבען), און היינט איז שוין באלד צו שפעט. וויפיל משפחות ווייסען זייער היסטאריע וויאזוי זיי זענען געקומען מהתם להכא? ווען זייערע אייניקלעך וועלען זיי פרעגען וועלען זיי בלייבען מיטען צינג אין דרויסען. טייל ווייסען אפילו נישט דער נאמען פון דער שטאט ווי זייער טאטע איז געבוירען געווארען! איך הער טייל מאל מענטשען ענטפערען מיר "איך מיין דער שטאט, אדער דער שטאט" און "איך מיין אז עס איז אין אונגארן אדער רומעניע, אפשר גאר פוילין".

- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5127
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
הסרפד, וואס איז מיט משפחת אברבנאל, און ר' אברהם זכותא.
ספוסמן, האסט פארגעסן ביי: יצחק'ס זוהן - אייזיקאוויטש.
ביי די נעמען ווי גאלד זילבער אדער דיימאנד - גאלדמאן/גאלדשטיין/גאלדבערג-גאלדנבערג-גאלדבערגער/גאלדפארב
- זילבערמאן/זילבערשטיין/זילבערבערג/זילבערפארב
קענסטו צו דעם רשימה צולייגן: רובין/רובינשטיין/רובינפיין
- פערל/פערלמאן/פערלשטיין
- סאפיר/סאפירשטיין/זאפיר
נעמען נאך שטעט איז אזוי:
אפילו די נעמען הארוויץ און שפירא (וואס די זענען שוין גאר אלטע נעמען) זענען נאך שטעט, אבער אויך נעמען ווי האלבערשטאם (וואס איז געטוישט פון האלבערשטאט), ראטטענבערג, אבערלענדער (אקעי, א געגענט, נישט א שטאט), לאנדא, פאללאק, טירנויער, וויזניצער, קאליש/קאלישער
ביי פערשעמונגס נעמען קענסטו צולייגן מויזקאפ (איך האב זיך אלעמאל געוואונדערט אויב עס איז נישט פערצופאל אויך געווען א פערדסקאפ נאר מען האט עס געטוישט צוליב די בושות).
נאכדעם איז דא נעמען נאך א פאך, ווי שוסטער, בעקער/בעקערמאן/ שניידער (איך האב אמאל געטראפן א מאדערנעם איד הייסט ער טעילאר, פרעג איך אים וואו קומט צו דיר אזא נאמען, זאגט ער מיר זיין זיידע האט געהייסט חייטאווסקי, קומענדיג קיין אמעריקא האט ער עס אמעריקאניזירט און געמאכט פון דעם טעילאר) האלצער, אפשר אויך שטיין און שטיינער/שטיינמאן/שטיינבערג.
ואידך פירושא זיל גמור...

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
אלע "אוויטש"עס (לעפק=אוויטש, הערשק=אוויטש וכדומה) מיינען אויף רוסיש "זון", דאס הייסט אז הירשזון און הערשקאוויטש מיינט דאס זעלבע. אין רוסלאנד, האט מען חוץ דעם לעצטן נאמען געהאט נאך א מיטלסטן נאמען וואס האט זיך געעדיגט מיט אן "אוויטש", דאס הייסט אזוי ווי "ראובן יאקאבאוויטש (בן יעקב) הערשקאוויטש" (דאס איז שוין יא א לעצטע נאמען..). עס איז אלזא גאר פשוט וויאזוי די אוויטש נעמען האבן זיך אנגעהויבן. יעדער איינער נאך וויאזוי זיין טאטע האט געהייסן. די שאלה איז וויאזוי די נעמען זענען אנגעקומען קיין אונגארן.
אלע "סקיס" (גאלינסקי קרישעבסקי וכו' וכו') זענען דוכט זיך פוילישע (נישט גאליציאנע) אדער רוסישע נעמען. כמדומה אז מען קען נישט טרעפן קיין איין אונגארישער מיט אזא נאמען.
זינט די צייטן פון די ראשונים, קען מען בכלל טרעפן דערמאנט א ספרדישן איד אן א לעצטע נאמען?

מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5127
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
קיקיון האט געשריבן: פארגעסען!!!
ביי די גרוזינער שווילי
אבער וואס איז אינטערעסאנט ביי די גרוזינער איז, אז כמעט יעדער איינער הייסט שווילי. דאס הייסט, עפעס א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט שווילי. עס זענען דא א מיעוט מענטשן וואס נישט, אבער ממש רוב, (בערך ניינציג פראצענט!!) ענדיגט זיך זייער נאמען מיט שווילי (למשל, יאזיף סטאלין ימ"ש, האט געהייסט יאזיף וויסאריאנאוויטש דשוגאשווילי). דאס איז אזוי ווי מיר זאלן זאגן אז אלע אונגארישע אידן וועט זיך ענדיגן זייער נאמען מיט אוויטש.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
טהור-עיניים האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן: פארגעסען!!!
ביי די גרוזינער שווילי
אבער וואס איז אינטערעסאנט ביי די גרוזינער איז, אז כמעט יעדער איינער הייסט שווילי. דאס הייסט, עפעס א ווארט וואס ענדיגט זיך מיט שווילי. עס זענען דא א מיעוט מענטשן וואס נישט, אבער ממש רוב, (בערך ניינציג פראצענט!!) ענדיגט זיך זייער נאמען מיט שווילי (למשל, יאזיף סטאלין ימ"ש, האט געהייסט יאזיף וויסאריאנאוויטש דשוגאשווילי). דאס איז אזוי ווי מיר זאלן זאגן אז אלע אונגארישע אידן וועט זיך ענדיגן זייער נאמען מיט אוויטש.
Thus, many surnames from western Georgia end in the suffix –dze (Georgian: ძე), literally meaning “a son”, while those from eastern Georgia end in –shvili (შვილი), literally meaning “a child”.