האב איך געטראכט דא דער זעלבע, אז איינמאל דאס זענען געווארען אידישע נעמען זענען זיי אידיש בתכלית און האבען מיט פון ווי זיי קומען מער גארנישט. זיי זענען געטובלטע נעמען, געטובלט און יהדות.
משפחה נעמען, ווען האט זיך עס אנגעהויבן?
יחוס און אפשטאם
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- SPUSMN
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת
איין מדרש זאגט אזוי, אבער א צווייטער מדרש (א גמרא איז עס אויך) זאגט אנדערש אז עס הייסט ע"ש טוב רואי. איז קען מען זאגען אז עס איז מדרשים חלוקים, אבער מען מוז נישט אזוי זאגען, ווי אנדערע מפרשים זאגען אז עס הייסט ע"ש טבריוס קיסר, אבער חז"ל האבען עס געוואלט געבען א אידישער צורה און מלבש זיין אין דעם (ווי רמח"ל איז מסביר אין זיין הקדמה צו מדרש) סודות נפלאים פון די מסורה (פון תורה שבעל פה) וואס לא ניתן לכתוב אלץ דער עת לעשות לה'.
האב איך געטראכט דא דער זעלבע, אז איינמאל דאס זענען געווארען אידישע נעמען זענען זיי אידיש בתכלית און האבען מיט פון ווי זיי קומען מער גארנישט. זיי זענען געטובלטע נעמען, געטובלט און יהדות.
האב איך געטראכט דא דער זעלבע, אז איינמאל דאס זענען געווארען אידישע נעמען זענען זיי אידיש בתכלית און האבען מיט פון ווי זיי קומען מער גארנישט. זיי זענען געטובלטע נעמען, געטובלט און יהדות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- SPUSMN
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת
כ'הייב זיך שוין אן מצייר זיין ווי אזוי געבען די נעמען איז צו געגאנגען. דער שליח פון קיסר קומט אריין און שטאדט און גיט ארויס א באפעיל אז מטעם הקיסר מוזען מהיום והלאה יעדער אן קיין אויסנאם באקומען א משפחה נאמען.
נו, מען שטייט און שורה, און עס קומט יענקל אויף דער ריי, דער בא'אמטע קוקט אים אן און זאגט: די יענקל, דיין טאטע האט דאך געהייסען שמעון, וועסטו הייסען יענקל שמענדריק. עס ווערט נישט גוט פאר יענקל, נעמט ער ארויס א טייערע ציגאר אין גיט פארען בא'אמטע און בעהט זיך צו אים: איך האב דאך זייער ליעב דעם קיסר, ממש אהבת נפש, איך וויל אייביג געדענקען פון זיין גוטסקייט, איז ביטע, לאז מיך הייסען יענקל פרידריך, דער בא'אמטע איז מסכים, און יענקל גיט א שריי: יחי קיסר פרידריך לעולם. עס איז געלונגען, ער לויפט שנעל אהיים דערציילען זיין ווייב און קינדער און גוטע פריינד די גרויסע חסדים פון באשעפער וואס האט אריין געגעבען בלב מלכים ושרים עס אדורך צו לאזען. זיין פרוי גייט אלעמען דערציילען אז פון הייינט און ווייטער זאל מען איר רופען פרוי פעסיל פרידריך און נישט מער פעסיל, בילא, חנה'ס.
יעצט פעילט נאר אויס צו זעהן ווען קיסר פרידריך האט געלעבט, און מען ווייסט שוין ווען דער משפחה האט באקומען איר נאמען. פשוט, ניין?
נו, מען שטייט און שורה, און עס קומט יענקל אויף דער ריי, דער בא'אמטע קוקט אים אן און זאגט: די יענקל, דיין טאטע האט דאך געהייסען שמעון, וועסטו הייסען יענקל שמענדריק. עס ווערט נישט גוט פאר יענקל, נעמט ער ארויס א טייערע ציגאר אין גיט פארען בא'אמטע און בעהט זיך צו אים: איך האב דאך זייער ליעב דעם קיסר, ממש אהבת נפש, איך וויל אייביג געדענקען פון זיין גוטסקייט, איז ביטע, לאז מיך הייסען יענקל פרידריך, דער בא'אמטע איז מסכים, און יענקל גיט א שריי: יחי קיסר פרידריך לעולם. עס איז געלונגען, ער לויפט שנעל אהיים דערציילען זיין ווייב און קינדער און גוטע פריינד די גרויסע חסדים פון באשעפער וואס האט אריין געגעבען בלב מלכים ושרים עס אדורך צו לאזען. זיין פרוי גייט אלעמען דערציילען אז פון הייינט און ווייטער זאל מען איר רופען פרוי פעסיל פרידריך און נישט מער פעסיל, בילא, חנה'ס.
יעצט פעילט נאר אויס צו זעהן ווען קיסר פרידריך האט געלעבט, און מען ווייסט שוין ווען דער משפחה האט באקומען איר נאמען. פשוט, ניין?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- SPUSMN
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת
ולא פליגי, דער סדר הדורות האט עס געהערט פאר עס איז געווען א וויקיפעדיע וואס האט עס געשטעלט אין א פראגע צייכען.
כאטש דער מאמע בימים ההם האט געהאט א שוואכע שאנס צו רעקאווערען נאך א יוצא דופן אפעראציע, איז עס פארט געשעהן. דער חכמת הניתוח האט געהאט ups and downs, און די מיטעל אלטער יארען האט עס געהאט א גרויסע ירידה, ביים רענעסאנס א גרויסע עליה, און בימי בית המקדש זעהט אויס איז עס גארנישט געווען אזוי צוריק געשטאנען ווי הונדערטער יארען שפעטער.
זיס, וועגען נירון קיסר איז דא עטליכע מהלכים. די גמרא זאגט אז שלח עלויה נירון קיסר און נאכדעם שלח עלויה אספסינוס קיסר. ביי נירון מוז מען פשטות אנדערש טייטשען ווי ביי אספסינוס. ביי דער רוימער האט דער קעניג געטראגען דער טיטל אוגוסטוס וואס דאס מיינט אבסולוט הערשער, און אונטער זיך האט ער געקענט האבען איין אדער צוויי (און אפילו דריי) משנה למלך'ס וואס האבען געטראגען דער טיטל "קיסר".
ביי אספסינוס וואס איז געווען דער גענעראל פון דער (דאכט זיך מיר) צעהנטע לגיון ביים חורבן בית המקדש, קען מען זאגען אז ער האט אויך געטראגען דער טיטל "קיסר" איידער מען האט אים געקרוינט אוגוסטוס (קעניג) גלייך נאכדעם וואס רבן יוחנן בן זכאי האט דאס אים פאראויס געזאגט.
אבער ביי נירון קיסר אויב מען טיייטשט אז ער איז געווען א גענעראל (און אפשר אויך מיט דער טיטל קיסר) האט דאך אים געשיקט נירון קיסר, מלך פון רוים? איז וויל מען טייטשען אז נירון מלך פון רוים בעצמו איז ארויף אויף ירושלים. נאכדעם ערק (אנטלאפען) ונפק מיניה רבי מאיר.
אנדערע ווילען זאגען אז דער גענעראל מיט דער מלך האבען געהאט דער זעלבער נאמען נירון, אבער עס איז א דוחק.

זיס האט געשריבן: קיסר איז א משפחה נאמען, דער באדייט דערפון איז 'האריגער'.
דער לעצטער וואס האט פארמאל געטראגן דעם נאמען 'קיסר' אלס משפחה נאמען, איז געווען נירון קיסר.
מיר האבן געטראפן נאך א משפחה נאמען 'קיסר' און דאס מאל א חסידי'שע קיסר.
רבי אלתר נח ב"ר אריה מאיר הכהן קיסר, מדרוהביטש ויורדנוב (תרי"ב - תר"ף)
ווען ער האט זיך געצויגן קיין ענגלאנד האט ער זיך געטוישט דער נאמען אויף קיסר, צוליב דער מושג 'כתר' וואס ווערט דערמאנט אין קבלה.
- yield
- שר חמש מאות
- תגובות: 618
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
- לאקאציע:Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565
SPUSMN האט געשריבן: כ'הייב זיך שוין אן מצייר זיין ווי אזוי געבען די נעמען איז צו געגאנגען. דער שליח פון קיסר קומט אריין און שטאדט און גיט ארויס א באפעיל אז מטעם הקיסר מוזען מהיום והלאה יעדער אן קיין אויסנאם באקומען א משפחה נאמען.
נו, מען שטייט און שורה, און עס קומט יענקל אויף דער ריי, דער בא'אמטע קוקט אים אן און זאגט: די יענקל, דיין טאטע האט דאך געהייסען שמעון, וועסטו הייסען יענקל שמענדריק. עס ווערט נישט גוט פאר יענקל, נעמט ער ארויס א טייערע ציגאר אין גיט פארען בא'אמטע און בעהט זיך צו אים: איך האב דאך זייער ליעב דעם קיסר, ממש אהבת נפש, איך וויל אייביג געדענקען פון זיין גוטסקייט, איז ביטע, לאז מיך הייסען יענקל פרידריך, דער בא'אמטע איז מסכים, און יענקל גיט א שריי: יחי קיסר פרידריך לעולם. עס איז געלונגען, ער לויפט שנעל אהיים דערציילען זיין ווייב און קינדער און גוטע פריינד די גרויסע חסדים פון באשעפער וואס האט אריין געגעבען בלב מלכים ושרים עס אדורך צו לאזען. זיין פרוי גייט אלעמען דערציילען אז פון הייינט און ווייטער זאל מען איר רופען פרוי פעסיל פרידריך און נישט מער פעסיל, בילא, חנה'ס.
יעצט פעילט נאר אויס צו זעהן ווען קיסר פרידריך האט געלעבט, און מען ווייסט שוין ווען דער משפחה האט באקומען איר נאמען. פשוט, ניין?
עפעס ווערט מיר א קליק אין מח פון א קלוג אידל וואס האט ארויסגענארט א חתימה פון פראנץ יוזעף איינער ווייסט וואס איך מיין
yield the right of way