וביום השמיני ימול - אף בשבת

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

וביום השמיני ימול - אף בשבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

וואטענדיג אויף מיין חבר היינט פארטאגס, האב איך געבלטערט אינעם קובץ אגרת חזון איש,
האט ער דארט א קורצע תשובה {תשובה ק'} צו איינעם בנוגע מלה בשב"ק אף בזמנה, שרייבט ער אז בי"ד הגדול דווילנא האט געפסק'נט אז א מילה פון א ניתוח קיסרי {יוצא דופן} איז נישט דוחה שבת, און ער נעמט אזוי אן להלכה אז ילד ע"י ניתוח קיסרי איז נישט דוחה שבת,

פירט מען זיך אזוי היינט צוטאגס?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אזוי נעמט מען אן ביי אונז אויך
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

א מוהל פרעגט דען אופן הלידה? איך האב נישט געוויסט דערפון, און איך בין זיכער אז נאר הינדערטער אינגעלייט ווייסען נישט דערפון,

וואס איז די טעם הדבר??
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שטארק זיך האט געשריבן: אזוי נעמט מען אן ביי אונז אויך
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע:על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

מחותן האט געשריבן: א מוהל פרעגט דען אופן הלידה? איך האב נישט געוויסט דערפון, און איך בין זיכער אז נאר הינדערטער אינגעלייט ווייסען נישט דערפון,

וואס איז די טעם הדבר??


אוודאי, מיין מוהל די ערשטע שאלה איז אייביג ווי אזוי איז געווען די לידה,
עס איז דא נאך פרטים באופן הלידה וואס קען אפשטופן דעם ברית, ולדוגמא אויב עס האט געדויערט לאנג ביזן כאפן דעם אטעם.

און דער טעם הדבר לפי ידיעתי איז ווייל א לידת יוצא דופן איז נישט דוחה שבת אזוי שטייט מפורש אין שו''ע יו''ד סי' רס''ו סעי' י'
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35946
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הלכה מפורשת בשו"ע, או"ח סי' של"א סי' ה' ויו"ד רס"ו סי' י'.

ומקורו בש"ס, כל שאין אמו טמאה לידה אין מלין אותו בשבת שנאמר אשה כי תזריע וגו' וביום השמיני ימול. ש' קל"ה ע"א.

אויב איר מאכט א ברית וואלט איר ווען געמעגט אדורכלערנען אדער ר' אליעזר דמילה אדער אביסל שו"ע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

אויך איז דא צומאל וואס מען שטופט אפ די ברית ביז נאכמיטאג ביום השמיני, ווייל עס דארף זיין גאנצע זיבן מעת לעת פון ווען קינד איז ארויס פון קריזיס.

שוין געווען ביי אזא ברית, גאר אינטערעסאנט, אין א זומער טעג, די זון שיינט געל אראנדזש בראשי ההרים, יעדער קומט נאך די ארבייט, און דאן שרייט מען קוואאאאאאאאאאאאאטער!

נאך א זאך, אין אזא פאל, איז דער אבי הבן אסור צו ארבייטן אדער עסן גרויסע סעודה פאר'ן ברית, אפילו א גאנצן טאג, פונקט ווי פאר בדיקת חמץ, נר חנוכה, וכדומה, אויסער אויב מען שטעלט א שומר.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז טאקע נישט צו פארשטיין וואס דער חידוש איז פון בי דינא רבא דווילנא
ווי הרב פארשלאפען שרייבט עס איז א גמרא מפורשת והכי נקטינן בפוסקים אז נאר ווען עס איז דא טומאת לידה איז די מילה דוחה שבת
דער גאנצע נידון איז נאר פארוואס מען מל'ט נישט פאר אכט טעג
ועל זה מפורסם א שיין שטיקעל פון הגר"ח מבריסק עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =39831&st= %u05de%u05d9%u05dc%u05d4
פעידזש 13
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

נו ודאי דברים פשוטים. ס'איז דא מוהלים וואס פארלאזן זיך אויף 2 זאכן.
1. אז פרישע אינגעלייט שמועסן אדורך די זאכן מיט די עלטערן אדער מיט א מורה הוראה, און ביי זיי איז דאך די זאכן פשוט כביעתא בכותחא.
2. אז זיי שמועסן אויס פארשידענע פראגן, אויטאמאטיש וועט די אומגעווענליכע זאכן כמו קייזער שניט וכדומה אויפגעברענגט ווערן.

ליידער איז קיין איינע פון די 2 נישט אקטועל ביי פיל אינגעלייט ואכמ"ל.

ומכאן הקריאה יוצאת! ס'איז דא נאך פארשידענע "גאר הארבע שאלות" וואס מען הערט כסדר ווי עס ווערט גע'פסק'נט מאחורי הפרגוד אשה את רעיתה יעזורו... רח"ל! און די אינגעלייטלעך ווייסן גארנישט אז ס'איז א שאלה. עס איז נישט מעגליך פאר א אינגערמאן "אליינס צו וויסן" פלוצים אלעס וואס איז א שאלה! דורכן אנטוען א גרויסן שטריימל מיט גראדע שפיצן. אויך איז נישט יעדע זאך וואס די דאקטוירים זאגן הלכה למשה מסיני...

סארי, אז ס'טוט וויי שרייט מען. אנטשולדיגט, א גוט שבת.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אוי ווינקל
ביזט דאך גאלדען גערעכט
איך בין שוין עטליכע צוואנציג יאהר נאך די חתונה
און איך לערן צום פיפטען מאהל ה' טהרה
און יעדעס ענין קומט פאר נייע ענינים נייע הערות...
אז מען לערנט נישט קען מען נישט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”