טיפס צו קאכען גוטע מאכלים (לכבוד שבת ויו"ט)

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

טיפס צו קאכען גוטע מאכלים (לכבוד שבת ויו"ט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אין דעם אשכול גיי איך נישט שרייבען קיין רעצעפטען אדער פראבירען מאכען פון איינער וואס ווייסט קוים וויאזוי צו פרעגלין אן איי ער זאל ווערן א מישעלין שעף. באמת, אזוי ווי ביי רוב זאכען, איז נישט דא קיין ערזאץ פאר נאטורליכע טאלאנט, נאר אפילו דער גרעסטע מומחה אין סיי וועלכע זאך קען זיך אלעמאל פארבעסערען. ווער עס האט עפעס טיפס צו-צולייגען זאל מוחל זיין און שרייבען.

*געמאלענע פעפער קען זיך בשו"א פארגלייכען צו פרישע פעפער. דער פשוט'סטע סאלאט קריגט גאנץ א צווייטען טעם ווען מען נוצט פריש-געמאלענע פעפער. עס איז דא צו באקומען האנט-מילעכלעך אדער עלעקטראנישע פאר גאר מעסיגע פרייזען. פערזענליך האב איך געהאט געשמאקע עקספעריענס מיט דעם האנט-מיל און דעם עלעקטראנישען . בד"א, ביי זאלץ מאכט בכלל נישט אויס פריש צי געמאלען און עס איז א שאד ס'געלט אויסצוגעבען דערויף.

*עסיג (vinegar). ביי אנ"ש איז שטארק איינגעפירט צו נוצען ווייסע עסיג. רבותי, דאס איז גוט אפשר אויף צו אויפשטאפען א סינק אדער בשעת הדחק אפילו אויף צו מאכען פיקעלס. בכלל אין די גארער וועלט (יא, אויסער אמעריקע זענען נאך דא צוויי דריי לענדער) רופט מען עס גארנישט אהן vinegar נאר acetic acid. עכטע וויניגער, וואס האט א טעם און געבט אריין טעם, איז צ.ב.ש. באלסאמיק, רויטע וויין, ווייסע וויין, עפל סיידער ועוד. You can't go wrong with balsamic.

*קנאבעל וואס מען וויל נוצען אין געקעכץ, צ.ב.ש. יוהך אדער טשולענט ועוד, פעלט נישט אויס צו שיילען. עס איז א שאד די צייט און געדולד. מען ברויך עס בלויז איבערשניידען (ליתר שאת) אז דער טעם זאל גרינגערהייט ארויסגיין, און אריינווארפען אין טאפ כמו שהיא.

*צו קאכען אייער און גרינג שיילען דארף מען אויפשטעלן א פארמאכטע טאפ אויף א הויעכען פלאם. באלד ווען די וואסער הייבט אהן קאכען זאל מען אויסלעשן דעם פייער און לאזען שטיין בערך 15 מינוט. דערנאך אויסגיסען די הייס וואסער, און אנפולען מיט קאלטע (לאזען רינען די קאלטע א פאר מינוט אויף די אייער). ווען די אייער זענען אפגעקילט איז זייער גרינג זיי צו שיילען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29822
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח פאר אלע טיפס ביז אהער [צוביסלעך רינען אייערע טאלאנטן ארויס, איינציגווייז].

דאס וואס איר שרייבט בדרך אגב וועגן זאלץ, איז א גמרא אין ביצה [דערפאר מאכט מען א שינוי ביי זאלץ, ווייל ווען האט דאס געדארפט טוהן ערב יו"ט און עס וואלט נישט אויסגעוועפט דער טעם, משא"כ פעפער].

די לעצטע זאך, וועגן אייער, האט דאס צוטאן מיטן דעקל אויפן טאפ? ווייל ביי מיר קאכט מען די אייער אן קיין דעקל [דער טאפ פארמאגט ניטאמאל אזאנס], און עס שיילט זיך שווערליך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36778
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיינע אייער טעפ פארמאגן נישט קיין שטארצן, וכן עמא דבר.

צו שיילן אייער גרינג ברויך מען זיי גוט אפשווענקן עטליכע מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דער סוד פון גרינג שיילען איז שנעל אפקילען. דער דעקל איז נייטיג טאמער וויל מען קענען גענצליך אויסלעשן דעם פייער באלד ווען דער וואסער הייבט אהן צו קאכען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ניין ס' פעילט נישט אויס א פארמאכטע טאפ, די עיקר איז אז ווען ס' ענדיקט זיך קאכן לויט מען רינען דערויף קאלטע וואסער און ס'שיילט זיך גרינג!

אויך איז דא אן עצה אז בשעת'ן קאכן לייגט מען אריין זאלץ. ס'דארף צו העלפן !!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29822
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

farshlufen האט געשריבן: מיינע אייער טעפ פארמאגן נישט קיין שטארצן, וכן עמא דבר.

צו שיילן אייער גרינג ברויך מען זיי גוט אפשווענקן עטליכע מאל.

איז דאס א הלכה זאך?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

כ'מיין דאס שטאמט במקור פון די וואס נוצען אלטע קאנסערווען פושקעס אלץ אייער-טאפ (דאס האט גראדע יא א הלכה'דיגע מקור, טאמער קאכט מען בלויז איין איי און מען טרעפט א בלוטס-טראפ).

*אנשטאטס צוגאנגענע פוטער (מילכיגע קוכענס האבען גאר אן אנדערע טעם פון די פארווע) קען מען נוצען whipping cream.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3041
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כמדומה איז דער אשכול געאייגנט אין לאחיו איש את ריעהו יעזורו אפטיילונג,
מנהלים ביטע פירט'ס אים ביי די אויערן אהין,
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

אנעים, איר ווילט מיר זאגן אז טאמער מען פארלעשט דעם גאז פונעם פארדעקטן אייער טעפל, און מ'לאטעס שטיין 15 מינוט דאן ווערטעס פולקאם פארקאכט?, טאקען א חידוש
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36778
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לכאורה האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: מיינע אייער טעפ פארמאגן נישט קיין שטארצן, וכן עמא דבר.

צו שיילן אייער גרינג ברויך מען זיי גוט אפשווענקן עטליכע מאל.

איז דאס א הלכה זאך?


אפשר אלס אל תטוש..

---

פרובירט דעם ערש"ק אפקאכענדיג קרוב צו 2 דאזען אייער צו טאן רב אנעים'ס עצה, צודעקענדיג דאס טעפל מיט א שטיקל זילבער פאפיר, עס ארבעט וואונדערבאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36778
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואסערפאל האט געשריבן: אנעים, איר ווילט מיר זאגן אז טאמער מען פארלעשט דעם גאז פונעם פארדעקטן אייער טעפל, און מ'לאטעס שטיין 15 מינוט דאן ווערטעס פולקאם פארקאכט?, טאקען א חידוש

נישט נאר אייער, א יעדעס מאכל, די היץ קאכט, נישט דער פלאם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך קאך אלע אייער אויף דעם שטייגער. ווייזט אויס אייער זענען מקלי הבישול.

*ביים באקען חלות פעלט איבערהויפט נישט אויס קודם צו לאזען דער הייוון זיך יעהרען אין אן עקסטערן כלי מיט ווארעם וואסער און צוקער וכדומה. בכלל איז כמעט נישט דא קיין נפק"מ וויאזוי און אויף וואספארא סדר מען לייגט אריין די אינגרידיענטס (אויסער מען זאל נישט מישען דעם זאלץ מיטען הייוון).

נ.ב. לייגען דעם הייוון פריער אין א כלי רופט זיך to prove the yeast. דער ווארט prove האט במקור געמיינט בוחן זיין (שטעלן צום פארהער). היות מען וויל וויסען צי דער הייוון איז פריש און נאך אקטיוו איז געוועהן א גוטע עצה דאס צו פראבירען פריער אין א באזונדערען שיסעל. היינטיגע צייטען איז הייוון בדר"כ אייביג פריש און עס פעלט נישט אויס צו פראבירען. בד"א טרוקענע הייוון איז פונקט אזוי גוט ווי 'פרישע' נאר עס איז פיהל ביליגער און האלט זיך אסאך לענגער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אנעים, א געשמאקע רעסעפי פאר קארטאפל קוגל האט איר? ביי מיין שטוב געלונגט קיינמאל נישט דאס קוגל. אלס ווערט די מיטעלסטע חלק פארהארטעוועט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12737
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געלעגער, כמדומה דאס האט נישט מיט די רעסעפי, כמדומה עס ווענד זיך אויף וועלכע גראד מען באקט עס.
אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ron Paul »

לייגט זי אריין א גלעזעל סעלצער?
Im old but i don't kalech yet.
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

אנעים, די אידענע שטומט צו לגבי די הייוון, זי איז מוסיף אז טאמער מ'פראווד די הייוון, איז עלול אז די הייוון זאל פארלירן דעם כח, און מהאי טעמא, לייגן אידענעס צו מער הייוון ווי די מאס פארלאנגטזיך, קריגט ס'חלה א שטארקן הייוון טעם, אויב אבער מ'לייגט גראד אריין די הייוון דאן איז גענוג א קליינע מאס. ביינונז למשל לייגט מען 3 אונסעס הייוון פאר 7פאנט מעל.
על מי מנוחות ינהלנו
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

געלעגער האט געשריבן: אנעים, א געשמאקע רעסעפי פאר קארטאפל קוגל האט איר? ביי מיין שטוב געלונגט קיינמאל נישט דאס קוגל. אלס ווערט די מיטעלסטע חלק פארהארטעוועט.


מיין באנע זאגט אז די בעסטע אינגרידיענט אין א קארטאפל קוגל איז הויט - מען רייבט די קארטאפעל מיט דעם אלטען ריב אייזען.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

איך אליין האב נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין קוגעל טא וועל איך מוזען פרעגן מיין ב"ב. אי"ה מארגען וועל איך איר פרעגן (ווייל מארגען מוז מען זיך איבערבעטען וועל איך שוין זיין אויף speaking terms...) און פאוסטען נאך יוה"ק.

אפדעיט: מיין אידענע איז יעצט אריין צו מיר אין געשעפט האב איך איהר געפרעגט: האנט-געריבענע קארטאפעל, האנט געריבענע צוויבעל, אייער, וואסער, זאלץ, פעפער צוזאמען געמישט. אויפדערווייל הייצט זי אהן אויל אין א טאפ, און דאס גיסט זי אריין אינעם מישעכץ (כ'געדענק נישט וואס אבער עפעס איז בעסער אויף דעם וועג), אריין אין אויוון אויף 180 גראד (צעלציוס) ביז עס ווערט פארטיג.

*האנט געריבענע קארטאפעל איז פיהל געשמאקער ווי מיט דעם פוד פראסעסער.

*עס פעלט נישט אויס צו שיילען די קארטאפעל פאר קוגעל - מען ברויך נאר גוט אפשווענקען (לכתחילה נוצען פון די ריינע סארט) פריער. דער שאלאכץ געבט אריין א בעסערען טעם.

אויף חלות באקען איז שווער צו זאגען טיפס ווייל עפ"י רוב איז דאס ווי הלכה למשה מסיני וואס די פרוי וועט נישט משנה זיין און עס איז א שאלה פון פקוח נפש אפילו פארצושלאגען אירגענד וועלכע שינוי. דאך, טאמער טוט איר אליין באקען חלות (אני הקטן האב עס געטוהן עטליכע יאר), אדער האט איר צו מזל א פרוי וואס איז גרייט צו הערן וועל'עך שרייבען עטליכע פונקטען. ב.ד.וו. דאס נישט זיין אנטשלאסען און לאזען זיך לערנען איז א גוטע זאך אלגעמיין, נישט נאר ביי חלות.

*אין רוב רעצעפטען (בפרט אמעריקאנער) איז דא צופיהל אויל מיט צוקער. דאס וועגט אראפ דער טייג און מאכט עס שווערער אויפצוגיין, ע"כ דארף מען נוצען מער הייוון. עס איז ראטזאם זיך צו שפילען מיט די אינגרידיענטס, ביי היוון אראפצונעמען א האלבע teaspoon אויף אמאל (טרוקענע הייוון, מיט פרישע בין איך נישט אזוי קלאר באהאווענט אין דעם שיעור), און איין tablespoon אויל און\אדער צוקער. אזוי קען מען זעהן וויפיהל עס פעלט באמת אויס און צי איז עס אפשר גאר בעסער מיט ווייניגער. אויך מיט זאלץ קען מען זיך שפילען א האלבע teaspoon (ארויף אדער אראפ) אויף אמאל.

*ביים באקען איז אויך כדאי אויסצופראבירען מאכען עטוואס העכער די היץ פאר ווייניגער צייט. ווי הייסער און שנעלער מען באקט די חלות זענען זיי אלץ ווייכער און פייכטער אינעווייניג, מען דארף נאר טרעפען די מאס עס זאל נישט זיין רוי, און דערפאר מוז מען עקספערימענטען (trial and error). טאמער וויל מען קריספי פון אינדרויסען זאל מען קודם לאזען די חלות זיך אפקילען און נאכער צוריקלייגען אין א הייסע אויוון (דאס איז בעסער ממש ערב שבת).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מיין פראבלעם איז נישט די רעצעפי. די טעם איז פיין. די פראבלעם איז אז די מיטעלסטע חלק ווערט זייער פארהארטעוועט.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

אפשר שרייב וויאזוי עס ווערט געמאכט וועךן מיר קענען זעהן וואס טויג נישט. כ'האב געשריבען וויאזוי מין ב"ב מאכט עס און עס געלונגט ב"ה. אפשר איז דיין טאפ צו טיעף? אדער דער אויוון צו הייס?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36778
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געלעגער האט געשריבן: מיין פראבלעם איז נישט די רעצעפי. די טעם איז פיין. די פראבלעם איז אז די מיטעלסטע חלק ווערט זייער פארהארטעוועט.

לבי אומר לי אז דער אויוון איז נישט גענוג הייס, אדער באקט איר נישט גענוג לאנג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע:מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

וואס איר שרייבט וועגן גרינג אפשיילן אייער, עס האט גארנישט מיט די דעקל וכדו' עס האט פשוט מיט די קאלטע וואסער דערנאך, איך קאך פונעם באבלען נאך צעהן מינוט אויפגעדעקטערהייט און דערנאך לייג איך עס אונטער קאלט וואסער און די שאלעכטס שיילט זיך גאר גרינג, עס קומט אראפ כמעט גאנצערהייט, די סיבה איז ווייל עס איז דא א גאר קליינע 'ספעיס' צווישן די שאלעכטס און די איי, און וויבאלט די איי איז זייער הייס און די גיסט ארויף קאלטע וואסער ווערט די ספעיס אנגעפילט מיט וואסער (פון פארע) און דאס מאכט אז די הייטל פון די איי וואס איז קאנעקטעד צו די שאלעכטס זאל ווערן אינגאנצן אפגעטיילט פון די איי און די שאלעכטס פארט אראפ גאר גרינג.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

ריק פערי האט געשריבן: וואס איר שרייבט וועגן גרינג אפשיילן אייער, עס האט גארנישט מיט די דעקל וכדו' עס האט פשוט מיט די קאלטע וואסער דערנאך, איך קאך פונעם באבלען נאך צעהן מינוט אויפגעדעקטערהייט און דערנאך לייג איך עס אונטער קאלט וואסער און די שאלעכטס שיילט זיך גאר גרינג, עס קומט אראפ כמעט גאנצערהייט, די סיבה איז ווייל עס איז דא א גאר קליינע 'ספעיס' צווישן די שאלעכטס און די איי, און וויבאלט די איי איז זייער הייס און די גיסט ארויף קאלטע וואסער ווערט די ספעיס אנגעפילט מיט וואסער (פון פארע) און דאס מאכט אז די הייטל פון די איי וואס איז קאנעקטעד צו די שאלעכטס זאל ווערן אינגאנצן אפגעטיילט פון די איי און די שאלעכטס פארט אראפ גאר גרינג.

makes sense
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8082
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וואס איז מיט ענק..

פון אלע געראטענע טיפס זענט איר פארנומען מיט שיילן,

דער מר אנעים זמירות גיבט אייך דא סודות פון חדר, ער רעדט וועגן פרישע פעפער, בדידי הוי עובדא, וויניגער... וכו׳...

ברענג נאך סחורה...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מען האט שוין גערעדט פון שיילען אייער און איך האב אויסגעשמועסט אז אין מיין אויבערדערמאנטען טיפ זענען פארהאנען צוויי נקודות: 1. קאכען אהן פייער, און פארדעם מוז מען האבען א דעקל, 2. גרינג שיילען, און דערפאר מוז מען שנעל אפקילען.

*צו מאכען זופ פון butternut squash (פון די pumpkin פאמיליע, וכן אלע אנדערע קאזינס), פעלט איבערהויפט נישט אויס צו שיילען - דאס גילטעט נאר אויב מען גייט שפעטער צומאלען דעם זופ (blended).

* צו קאכען butternut squash אויף צו עסן (פאר א בעיבי וכדומה) קען מען איבערשניידען אין האלב, ארויסנעמען די קערנלדלעך (איך נוץ דיספאזעבעל הענשטעקעס דערפאר) און באקען אין אויווען. ווי נאר א חלק איז גענוג ווייך קען מען עס ארויסקראצען מיט א לעפל און געבן צו עסן. שפעטער צוריקלייגען אין אויוון. אזוי טוט מען ביז מען בלייבט מיט א לעהרע shell וואס מען טוט אוועקווארפען.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”