אפלאודן פיקטשערס אויף אייוועלט

טעכנישע סייט הילף און אפדעיטס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

אפלאודן פיקטשערס אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

א גוטן טאג
אזויווי עס קומט כסדר ארויף די שאלה, וואלט איך געוואלט עס איינמאל פאר אלעמאל אויסשמועסן

ווי עס איז באקאנט פאר אונז אלע אייוועלט באנוצער - שטויסן מיר זיך אפטמאל אן מיט די מעסעדזש
די פייל איז צו גרויס, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KiB.
און רוב עולם ווייסט נישט וויאזוי מ׳געט זיך אן עצה מיט דעם פראבלעם,
אני הקטן האבעך אויכעט געליטן פון דעם פראבלעם, און איך פלעג דארפן פארקלענערן די סייז פון יעדן עטעטשמענט,
(און אויב איז עס געווען א העווי קאלערפול פיקטשער האב איך עס געמוזט מאכן גאר גאר קליין אז עס זאל נישט וועגן אווער די לימיט) ,
ביז איך בין אויפגעקומען מיט א מהלך וועלכע איך נוץ שוין פאר א לאנגע צייט און עס ארבעט א מחי׳.

די מהלך איז - אנשטאט צו פארקלענערן די פיקטשער סייז, זאל מען פארקלענערן די Quality Amount,
למשל אין פאטאשאפ ווען מען סעיווט א JPEG קומט ארויף א דייאלאג-באקס (זעה בילד) וואו מ׳קען אנשטעלן די אימעדזש קוואליטי,
די מאקסימום איז 12, אין אונזער פאל זאל מען עס אנשטעלן צו 5 אדער 6, די חילוק אינעם פייל סייז וועט זיין א גרויסע, פרובירט דאס אויס.
JPEG Options.jpg

נאך א זאך, די Image Mode זאל זיין אנגעשטעלט צו RGB , אימעדזשעס וואס זענען אנגעשטעלט אויף CMYK וועגן אסאך מער ווי RGB.
RGB Setting.jpg

אלעס גוטס
פאטאשאפ
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יש"כ

מיר נוצן שוין דעם עצה א לענגערע צייט, אבער עס מאכט זיך אז דער דייאלאג באקסל קומט נישט ארויף, איז דא אן עצה עס ארויפצוברענגען מעניולי?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

יישר כח. וואס טוט מען אויב האט מען נישט פאטאשאפ... כ'נוץ פעינט.נעט ס'האט אסאך פיטשער'ס קען זיין מ'קען דאס אויך טרעפן דארט.
אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקראסאפט »

פארוואס טאקע איז דא א לימיט אין דעם?
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

מייקראסאפט האט געשריבן: פארוואס טאקע איז דא א לימיט אין דעם?

אייוועלט האט נישט קיין דאטא-סענטער צו האלטן אזויפיל אינפא...
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

שנאפס האט געשריבן: מיר נוצן שוין דעם עצה א לענגערע צייט, אבער עס מאכט זיך אז דער דייאלאג באקסל קומט נישט ארויף, איז דא אן עצה עס ארויפצוברענגען מעניולי?

די עצה איז צו מאכן Save As דעמאלטס קומט אייביג ארויף דער באקסל
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

היימישער איד האט געשריבן: יישר כח. וואס טוט מען אויב האט מען נישט פאטאשאפ... כ'נוץ פעינט.נעט ס'האט אסאך פיטשער'ס קען זיין מ'קען דאס אויך טרעפן דארט.

די אפציע פון קוואליטי סעטינגס איז געווענטליך עוועילעבל אין די אלע ריסייזינג סאפטוועירס, פרעג ר׳ גוגלען וואו מ׳טרעפט די סעטינג אין דיין סאפטוועיר.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: מיר נוצן שוין דעם עצה א לענגערע צייט, אבער עס מאכט זיך אז דער דייאלאג באקסל קומט נישט ארויף, איז דא אן עצה עס ארויפצוברענגען מעניולי?

די עצה איז צו מאכן Save As דעמאלטס קומט אייביג ארויף דער באקסל


טענקס!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

א גרויסן יישר כח מר
זינט אפאר חדשים וואס פאטא האט מיר געגיבן די עצה פארט אלעס אסאך בעסער:grin:
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2744
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

ווען איך וויל לייגן א פיקטשער קומט אייביג ארויף א מעסעדזש אז די מין בילד איז נישט ערלויבט, עפעס אן עצה?
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

וואס איז די נאמען פון די פייל עקסטענשאן?

די בעסטע איז צו לייגן אדער א jpg אדער א png
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

דאס קומט אסאך מאל ארויף ווען מ'אפלאוד פון א פאון, פרוביר צו טוישן עקסטענשן.


קען מען ריקן דעם אשכול צו ברוכים הבאים?
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער נייגעריג האט געשריבן: דאס קומט אסאך מאל ארויף ווען מ'אפלאוד פון א פאון, פרוביר צו טוישן עקסטענשן.

וואס הייסט טוישן עקסטענשן? וויאזוי טוט מען דאס?
רוב מאל ווען איך פראביר צו אפלאודן א בילד פון א פאון באקום איך די אויבנדערמאנטע מעסעדזש, איז דא א וועג צו טוישן פארמאט אויפן פאון?
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

ענדרויד?
אויב יא דאונלאוד עני פייל מענעדזשער פראגראם, למשל פייל עקפפערט ווען דו קליקסט אויף די פייל איז דא א אפשען "רינעים" די לעצטע אותיות נאך די דאט למשל .png איז די פייל פארמעט (עקסטענשאן), פרוביר דאס צו טוישן.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע:צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שכוח פאטאשאפ פאר די גוטע עצה...
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער נייגעריג האט געשריבן: ענדרויד?
אויב יא דאונלאוד עני פייל מענעדזשער פראגראם, למשל פייל עקפפערט ווען דו קליקסט אויף די פייל איז דא א אפשען "רינעים" די לעצטע אותיות נאך די דאט למשל .png איז די פייל פארמעט (עקסטענשאן), פרוביר דאס צו טוישן.

יישר כח פאר די אינפארמאציע, איז אבער אויך דא א וועג קלענער צו מאכן די סייז פון א בילד אויף א ענדרויד?
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

עפן דעם בילד ווען עס איז נאך קלאר (פד"ף איז לכאורה די בעסטע). מאך א סנעפשאט פון סקרין מיט'ן PrintScrn קנעפל. עפן א נייע פייל אין פאטאשאפ (די סייז פאפיר וואס ער גיבט דיר איז די גענויע סייז פון דיין סקרין), 72 pixel per inch.
דרוק ctrl v . דאס בילד איז יעצט אריין. נוץ דעם crop tool אויסצושניידן דעם בילד מתוך הפסולת. flatten image.
save as jpg.
א קלארע בילד מיט ווייניג memory
ודו"ק
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

קען מען דאך נוצן "סניפינג טול", אזוי דארף מען נישט עפענען פאטאשאפ
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע:נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדיךארויס »

מיט פאטאשאפ קענסטו מאכן פארשידענע סייזעס
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

איך וויל וויסן וויאוזי מ'לייגט א בילד אינמיטן די תגובה דיינו אז די בילד זאל זיין אינדערמיט און נישט ביים ענדע

לכאורה רעדט מען שוין דערוועגן קען איינער לינקען?
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

לייג די בלינקעדיגע שטעקן (מיט וואס מען טייפט) אויף די פלאץ וואו דו ווילסט די בילד, און דריק 'לייג אריין אין די שורה'.
הק' איש ימיני
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

די פראקטישסטע וועג ארויפצולייגן א בילד איז צו אפלאודן די בילד ערגעצוואו (למשל דראפבאקס) און קאפיען די לינק וואס גייט דירעקטצום בילד, נישטדי געהעריגע שעירד לינק, און עס ארויפלייגן דורך די Img באטן, אזוי איז נישט דא קיין שום ריסטריקשנס ווי גרויס די בילד מעג זיין.

בילד

(ביי דראפבאקס קען מען באקומען די דירעקט לינק דורך אראפנעמען די wwwפון די שעירד לינק און שרייבן אנשטאט דעם dlדאס הייסט אז די לינק וועט אויסקוקן בערך אזוי https://dl.dropbox.com/s/p1ripupth32utfz/Img.JPG , ביי אנדערע סייטס קען מען באקומען די דירעקט לינק אין קראום דורך גיין צום שעירד לינק, רייט-קליקן אויפן בילד און סעלעקטן open image in new tab און דעמאלט עפענט זיך א טעב וואס האט די דירעקט לינק צום בילד)

איך האף אז סאיז גענוג קלאר.
דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

זייער קלאר.

אבער אויב איז די פיקטשער יא אין אייוועלט'ס לימיט (256kb) דאן איז בעסער צו עטעטשן ווי נוצן קלאוד, אזוי ווייסט מען אז עס עקזיסטירט אזוי לאנג ווי אייוועלט עקזיסטירט.

ווען מען קוקט אין אלטע אשכולות זעהט מען אסאך מאל אזא קעסטעלע וואס עס שטייט דערין 'בילד', אבער ופניו לא יראה, מען זעהט איר נישט. דאס איז צוליב וואס זיי פלעגן טוהן אזוי, נוצן דעם img קנעפל (אין אנפאנג האט מען נישט געקענט געהעריג אפלוידן. זיי פלעגן אפלוידן אין היידפארק און נוצן img).
איז די פייל צו גרויס (און מען האט נישט קיין געדולד עס צו פארקלענערן...) מילא, אבער אז נישט איז א שאד אז עס זאל נישט פארבלייבן לדורות.

(די זעלבע איז מיט ארטיקלען צו וואס מען לינקט, זיי עקספייערן אסאך מאל, און דער היינטיגער ליינער קען עס נישט טרעפן. פונקט לעצטנס געליינט א אינטערעסאנטע אשכול אין זכור ימות עולם, וואס ווען נישט איינער האט בשעתו אריינגעפעיסט די טעקסט פון די ארטיקל וואלט איך עס נישט געקענט ליינען.)
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

נישט געטראפן די אנדערע אשכול
waterfro2.jpg
waterfro2.jpg (165.48 KiB) געזען 5643 מאל

fdr.jpg
fdr.jpg (174.61 KiB) געזען 5643 מאל

fdr1.jpg
fdr1.jpg (147.73 KiB) געזען 5643 מאל
איזי
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טראבל מעיקער האט געשריבן: נישט געטראפן די אנדערע אשכול

דא האסטו אים:
דער אפלוידן אשכול
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנישע ווינקל”