בן בוזי האט געשריבן:
ס'איז מיר אונטער געקומען די האנט ביידע בילדער ביכלעך וועלכע פאראייביגן דעם נוא יארקער אמאל, און כ'קען אנווייזן אויף רוב בילדער פון דער "דער בליק" אויסגאבע אז ס'איז נישט גענומען געווארן פון ערגעץ אנדערש ווי פון אונזער אייוועלטל. אמת טאקע אז זיי טוען דערמיט נישט קיין עוולה ווייל דערמיט וואס עס ליגט אויפן פאבליק דאמיין איז עס נחלת הכלל, אבער עס וואלט זיך געפאדערט אז די אלע ארויסגעבער'ס זאלן מיט עטליכע ווערטער ארויסהייבן לשבח פון ווי עס איז גענומען געווארן, איינס פשוט דערפאר, וואס זיי האבן עס פון דא גענומען, און צווייטנס, ווייל אייוועלט איז ווערט אז זי זאל באערט ווערן אין די אידישע פרעסע אלס דער איינציגסטער אידישע נייעס און אינפארמאציע קוואל וועלכע איז הונדערט פראצענטיג ריין אומאפהענגיק, וואס מאכט אונזער וועבזייטל א יחיד בדור סיי אין דעם געביט און אויך אין אנדערע געביטן.
עמו אנכי בצרה, איך האב געזעהן ביידע אויסגאבעס, די עוולה איז אומדערהערט! זיי האבן נאך די חוצפה צו שרייבען אין די פארווארט (זעה בייגעלייגט) אז זיי האבן אריינגעלייגט א גרויסען ארבייט אפירצוזוכען די בילדער וועלכע זיי פארעפנטליכען צום ערשטן מאל! איר הערט? זיי האבן געזוכט די בילדער, און זיי זענען גאר די ערשטע ערפונדער דערפון! א פאלנער ליגענט, איך קען צייגען כמעט ביי יעדן בילד אז עס איז נישט מעגליך אנדערש נאר זיי האבן עס פראסט און פשוט אראפגענומען פון אייוועלט הנרחבת ווי מעמבערס האבן בזיעת אפים אפירגעקראצט היסטארישע בילדער און זאגאר געקאפיעט/פעיסט די בילדער מיט אדער אן די ריכטיגע אידענטיפיקאציעס, אן דאס מינדענסטע קרעדיט פאר די ריכטיגע ערפינדער, דאס איז ריכטיג מתכסה בטלית שאינו שלהם, וגניבת דעת הבריות אויפן העכסטען פארנעם.
פון הונטער די קוליסען דערוויסען מיר זיך אז עס שאפט זיך היצטערט א קאמיטע וועלכע וועט זיך אפגעבן מיט די טענות עפ"י דיני תורה ולהבדיל ע"פ דינא דמלכותא, צו פארלאנגען די ריכטיגע קאמפענסאציע ולכה"פ עפנטליכע אנטשולדיגונג, פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים.
בנתיים, ווער עס קענען אריינסקענען בלאט נאך בלאט און מיר וועלן פרובירען צושטעלן לינקס צו יעדן בילד, ווי זי איז ערשינען בתוכינו, מיט קלארע ראיות צו די תביעה אז די בילדער קומען נישט פון ערגעץ אנדערש נאר פון דא, וירא הקהל וישפוט.
החותם בצער פה סקרענטאן יצ"ו בשם מכון מורשת חכמי אמעריקא הק' יעקב דוב מיללער מזכיר המכון
איך פארשטיי באמת נישט מה כל הרעש, היינט איז אן אינטערנעט עפאכע. אסאך בילדער פון אייוועלט, קומט פון אנדערע סייט'ס אויכעט, נו יעדעס מאל דארף מען שרייבן די אריגינאלער מקור? און אפשר דארף מען צושרייבן די נעמען פון די ניק'ס אויכעט?? אין מיינע אויגן, וואס ס'געפונט זיך אויף אינטערנעט איז א רשות הרבים, און ס'איז ווי מופקר מאליו, און יעדער איז ערלויבט אראפצונעמען דערפון.