היסטאריע פון מלכי יהודה\ישראל - אין פארזעצונג
אלעס וואס איך שרייב איז גענומען בלויז פון די פסוקים אין ספר מלכים וספר דברי הימים לויט ווי די מפרשים (מראות גדולות המאור) האבען עס אפגעלערנט. אויך פראביר איך צו ברענגען דרשות חז"ל עד היכן שידי מגעת, ווילאנג עס טוט נישט צו שטארק ארויסשלעפען פון פשוטו של מקרא.
אינעם מעשה גופא גיי איך נישט אריין אין קיין פיהלע פשטים וכדומה, נאר ווען עפעס פארלאנגט א לענגערע הסבר פארצייכען איך עס מיט אן אות, און פון אונטען שרייב איך צו דעם הערה. אויפען פארום זענען אלע אותיות גלייך דעם גרויס און איך האב נישט דעם געדולד צו פארקלענערען, אבער אינעם PDF זענען די אותיות פארקלענערט.
בדרך כלל זענען די ווערטער אין bold (אינעם PDF) דעם לשון הפסוק.
מיין ציהל איז דאס איין טאג ארויסצוגעבן אלץ א בוך, אלזא בעט איך דער וואס האט סיי וועלכע הערה, צי אין פשט, צי אין גענויאיגקייט, צי גאר אין אויסלייג אדער גראמאר, זאל מוחל און שרייבען. בכדי דער ליינער זאל גרינגערהייט קענען אפליינען אלע פרקים וועל איך עפענען א באזונדערע אשכול פאר הגהות און הערות און איך בעט מען זאל אלעס שרייבען דארט.
והמלך דוד זקן בא בימים – דער גרויסע און מעכטיגע קעניג דוד האט זיך געעלטערט און עס האט זיך ארויסגעוויזען. זיינע פיהלע און שווערע איבערלעבענישען האבען געמאכט א רושם אויף איהם און זיין הייליגען גוף איז געווארען אפגעשוואכט. מער האט ער שוין נישט געהאט קיין כח צו פירען די קיין קאמפען ווי אמאל, און ער האט שוין נישט געפירט דעם פאלק מיטען גאנצען קראפט ווי אין די יונגע יארען. די זקנה האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט אויף איין אופן: ער האט זיך תמיד געשפירט קאלט. אויך ווען מען האט איהם איבערגעדעקט מיט דיקע קליידער האט עס נישט געהאלפעןא.
עס האט זיך גענויטיגט א ספעציעלע גבאי וואס זאל איהם שטענדיג באדינען, האבען זיינע באדינער איהם געשאפט א דינסט-מיידעלב מיטען נאמען אֲבִישַׁג, איהם צו באדינען. זי איז געקומען פונעם שטאט שׁוּנֵם און מען האט איהר גערופען אבישג הַשׁוּנַמִית. זי האט לעולם געוואלט אז דוד המלך זאל מיט איר חתונה האבען, און זי האט דאס אפילו אנגעטראגען פאר איהם, אבער ער האט אפגעווארפען איר באגער צוליב דעם וואס ער האט שוין געהאט אכצען פרויעןג.
דוד המלך האט געהאט א זון מיטען נאמען אֲדוֹנִיָהוּ בן חַגִית, א הויכע מאן מיט א שיין געשטאלט, וואס האט נאטורליך געצויגען צו זיך פיהל מענטשען, צווישען זיי גאר חשוב'ע לייט, ווי צ.ב.ש. יוֹאָב בן צְרוּיָה און אֶבְיָתָר הכהן. אדוניהו האט געהאט א שיינעם רייטוואגען מיט פערד און ווען ער האט געדארפט ערגעץ רייטען פלעגט ער האבען פופציג מענטשען וואס זענען געלאפען פאראויס פון זיין רייטוואגען. זייענדיג אזוי געלונגען און באליבט פלעגט ער זיך שטענדיג גרויסען "אני אמלוך – איך וועל קעניגען נאכען הסתלקות פון מיין טאטע דודד."
ער וואלט אפשר געוועהן פאסיג פארן מלוכה, אבער דוד האט שוין געהאט צוגעזאגט פאר בת שבע אז איר זוהן שלמה וועט קעניגען נאך איהם. די הבטחה איז געוועהן עפ"י ה', און דערפאר האבען נָתָן הנביא, צָדוֹק הכהן, בְנָיָהוּ בן יְהוֹיָדָע, שִׁמְעִיה, רֵעִיו און די גיבוריםז פון דוד (וועלכע זענען אלע געוועהן געטריי צו דוד המלך) געשטיצט שלמה'ן.
ויהי היום האט אדוניהו געמאכט א סעודה נעבן דער גרויסע שטיין אֶבֶן הזוֹחֶלֶתח, וואס איז געוועהן ביים קוואל עֵין רוֹגֶל - דער פלאץ וואו מען פלעגט וואשען קליידער. ער האט גע’שחט‘ען פיהל געשטאפטע אקסען און שאף און גערופען אלע זיינע מענטשען. דער סעודה האט געזאלט זיין אן הכתרה פאר אדוניהו, און דערפאר זענען געוועהן געלאדענט בלויז זיינע געטרייע מענטשען, און נישט זיין ברודער שלמה וסייעתו.
נתן הנביא האט זיך דערוואוסט פון דעם סעודה און ער האט באלד געשיקט רופען בת שבע. ”זאלסטו וויסען אז אדוניהו פאררופט זיך אלץ מלך. ער פראוועט יעצט א סעודה מיט זיינע מענטשען, וואו ער האט גערופען אלע זיינע קרובים אויסער זיין ברודער שלמה און די וואס שטיצען איהם. דאס אלעס האט ער געטוהן אהן דעם וויסען פון אונזער האר דוד.
”אצינד וועל איך דיר געבן אן עצה וויאזוי זיך צו ראטעווען צוזאמען מיט דיין זוהן: גיי אריין צום קעניג און פארצייל איהם וואס האט דא פאסירט, און טוה אים פארהאלטען היתכן ער לאזט דאס צו. פארלאנג פון איהם ער זאל האלטען זיין צוזאג און נישט צולאזען אזא מרידה.
”ווילאנג דו שטייסט דארט און רעדסט וועל איך שוין אריין קומען און קלארער פארשטעלן דעם גאנצען בילד.“
דוד המלך איז שוין געוועהן אלט און שוואך און האט שוין נישט געהאט קיין כח ארויסצוגיין. אבישג השונמית איז געוועהן ביי איהם אין צימער און איהם באדינט ווען בת שבע קומט אריין און בוקט זיך.
”וואס איז דיין באגער?“ פרעגט איר דוד המלך.
”מיין האר דוד,“ הייבט זי אהן זאגען, ”דו האסט מיר דאך צוגעזאגט אז מיין זוהן שלמה וועט קעניגען נאך דיר, אבער אצינד האט אדוניהו בן חגית זיך געקרוינט. ער פראוועט יעצט א סעודה מיט אלע זיינע אנהענגער, און ער האט גערופען אלע דיינע קינדער אויסער מיין זוהן שלמה און זיינע תומכים האט ער נישט געלאדענט."
דוד המלך איז געווארען ערשטוינט פון דעם נייעס, אבער בת שבע לאזט איהם נישט אריינהאקען. ”די אויגן פונעם פאלק זענען געוואנדען צו דיר צו זעהן וועמען דו וועסט באשטימען אלץ ממלא מקום. טאמער וועסטו גארנישט טוהן יעצט, דאן נאך דיין פטירה וועל איך מיט מיין זוהן שלמה בלייבען אויסגעשפילטט.“
בשעת זי האט אזוי גערעדט צו דוד המלך איז אריינגעקומען נתן הנביא און זיך געבוקט. ווען בת שבע האט געענדיגט וואס זי האט געהאט צו זאגען האט זי זיך שטילערהייט ארויסגערוקט, און נתן הנביא האט איבערגענומען דעם ווארט. ”אדוני המלך,“ פרעגט ער, ”האסטו געזאגט אז אדוניהו וועט קעניגען נאך דיר? ווייל ער פירט יעצט א סעודה מיט אביתר הכהן און דער גענעראל יואב און זיי רופען אויס ’יחי המלך אדוניהו‘. איז דאס טאקע דיין ווילען? און אויב יא, פארוואס האסטו מיר גארנישט פארציילט?“
ווען דוד המלך האט געהערט ווי נתן באשטעטיגט אז אדוניהו בן חגית האט זיך טאקע אליין געקרוינט האט ער אויסגערופען, ”רופטס צוריק בת שבע."
זי איז געקומען פאר איהם און האט זיך געבוקט.
”איך שווער אין נאמען פון דער באשעפער וואס האט מיר אויסגעלייזט פון אלע צרות,“ הייבט אהן דוד צו זאגען, ”אז פונקט ווי איך האב דיר אמאל געשוואוירען אין זיין הייליגען נאמען אז דיין זוהן שלמה וועט קעניגען נאך מיר, אזוי וועל איך שוין אינעם היינטיגען טאג אויספירען.“
ביים הערנדיג די ווערטער האט בת שבע זיך ווידער געבוקט צו דוד און געזאגט, ”יחי המלך דוד לעולם.“
”אצינד,“ איז דוד המלך ממשיך, ”ברענגטס מיר אהער צדוק הכהן, נתן הנביא און בניהו בן יהוידע.“
ווען זיי זענען אנגעקומען האט ער זיי באפוילען, ”נעמטס מיינע קנעכט מיט אייך, און צוזאמען זאלט איר ארויפזעצן שלמה אויף מיין מויל-אייזל (פְּרֵידָה), און ברענגטס איהם צום טייך גיחוןי. דארט זאלען צדוק הכהן און נתן הנביא איהם זאלבעןיא. מען זאל בלאזען שופר און אויסרופען ’יחי המלך שלמה‘. דערנאך זאלט עטס איהם צוריק ברענגען אהער און איהם זעצן אויף מיין בענקל. אזוי וועט זיין פעסטגעשטעלט ביי גאנץ כלל ישראל אז ער וועט זיין דער נעקסטע קעניג.“
בניהו ענטפערט פאר דוד’ן, ”אמן, כן יהי רצון. דער באשעפער, דער גאט פון אונזער האר דוד, זאל אויך אזוי זאגען. מיר וואונטשען אז דער רבוש”ע זאל שטענדיג זיין מיט שלמה פונקט ווי ער איז געוועהן מיט דיר, און זיין מלוכה זאל איבערשטייגען דיינסיב.“
זיי האבען באלד אראפגענידערט שלמה צום גיחון ווען ער רייט אויף דעם קעניג’ס מויל-אייזל. זיי האבען מיטגענומען מיט זיך דער כלי פון שמן המשחה וואס איז געלעגן ביים ארוןיג, און דער כְּרֵתִי וּפְּלֵתִייד. צדוק הכהן האט געזאלבט שלמה אלץ מלך, מען האט געבלאזען שופרטו און יעדער איינער האט אויסגערופען ’יחי המלך שלמה‘. עס איז באלד געווארען א גרויסע שמחה ביי אלע יודען. מען האט געשפילט מיט טראמפייטערס און די קולות פון שמחה זענען געוועהן גאר הויעך.
דערווייל האט אדוניהו בן חגית נאך געפראוועט זיין הכתרה. די פארזאמעלטע האבען נארוואס געענדיגט עסן ווען זיי הערן פלוצלינג שופר בלאזען פון שטאט. רופט זיך אהן יואב, ”וואס זענען די קולות וואס מיר הערן?“
ער האט נישט עספיעט צו ענדיגען זיין פראגע ווען זיי דערזעהן יונתן בן אביתר הכהן ווי ער דערנענטערט זיך. ”קום,“ רופט צו איהם אדוניהו, ”דו ביזט דאך פון אונזערע מענטשען און דו האסט אוודאי עפעס א גוטע בשורה.“
”צום באדויערען האב איך היינט נישט קיין גוטע בשורה פאר דיר, אדוניהו. דוד המלך האט יעצט באפוילען צו קרוינען דיין ברודער שלמה און פראקלאמירען אז ער וועט קעניגען נאך איהם. זיינע געטרייע מענטשען האבען געפירט שלמה אויפען קעניג’ס מויל-אייזל און איהם געזאלבט ביים גיחון. דער טומעל וואס דו הערסט אין שטאט איז פון דער עולם וואס פרייט זיך מיט.
”די עבדי המלך זענען שוין אפילו געגאנגען צו אונזער האר דוד איהם אנוואונטשען אז שלמה’ס מלוכה זאל זיך שיין ציהן, און ער זאל נאך איבערשטייגען זיין פאטער. און דוד אליין האט זיך געבוקט אויף זיין בעט און געדאנקט דער אויבעשטער אז ער האט זוכה געוועהן צו זעהן ווי זיין זוהן קעניגט.“
ווען אדוניהו בן חגית מיט זיינע מענטשען האבען געהערט אז דוד המלך האט עפענטליך געקרוינט שלמה’ן האבען זיי באלד פארשטאנען אז זיי האבען פארשפילט, און עס האט זיי אנגעכאפט א ציטער דוד און שלמה זאלען זיך נישט נוקם זיין אין זיי, און משפט'ן אלץ מורדים במלכות. די מסיבה האט זיך באלד אויפגעלאזט און אלע זענען זיך פונאנדערגעגאנגען.
אדוניהו אליין האט דאס מערסטע מורא געהאט און ער האט געציטערט אז דוד זאל איהם נישט דן זיין למיתה. אויס מורא פאר זיין לעבן איז ער געלאפען צום מזבחטז און זיך אנגעכאפט אין איר ווינקלען. מיט דעם האט ער געקלערט זיך צו ראטעווען זיין לעבן ווייל ער האט פארשטאנען אז מען וועט איהם נישט הרג’ענען אין אזא מקום קדוש.
שלמה המלך האט געהערט אז אדוניהו איז ביים מזבח און ער וויל נישט נאכלאזען ביז ווען שלמה וועט שווערן אז ער וועט איהם נישט טויטען. אין ווארהייט האט אדוניהו נישט געהאט וואס צו זארגען ווייל שלמה האט אצינד נישט געהאלטען ביי איהם מעניש זיין.
דער ניי-געקרוינטע קעניג האט איהם געשיקט איבערגעבן, ”טאמער וועסטו זיך אויפפירען לייטיש און מיר דינען וועל איך דיר גארנישט טוהן און דו קענסט לעבן רואיג. אבער וויסען זאלסטו, טאמער וועסטו נאך עפעס בונטעווען, אפילו מיט א קלייניגקייט וואס נארמאל געזעהן קומט נישט דערפאר טויט שטראף, וועל איך אבער יא גיין מיטען פולסטען שטרענגקייט און דיר הרג’ענען.“
אויף שלמה’ס באפעל האט מען אראפגענומען אדוניהו פונעם מזבח און ער איז געקומען פאר שלמה. אדוניהו האט געמיינט אז ער וועט פון יעצט מוזען זיין א באדינער פאר שלמה, האט ער האט זיך געבוקט צום נייעם קעניג און געווארט צו הערן וואס זיינע פליכטען זענען. שלמה האט איהם אבער געלאזט אהיים גיין, געבענדיג צו פארשטיין אז ער איז דערווייל פריי פון דינסט, און ווען מען וועט איהם דארפען וועט מען איהם רופען.
אחז"ל זאגען אונז אז דאס איז געוועהן אן עונש פאר אפשניידען דעם עק פון שאול המלך'ס קלייד, יארען פריער ווען שאול האט איהם נאכגעיאגט. היות ער האט מבזה געוועהן דעם בגד האבען קליידער אצינד נישט געווירקט פאר איהם.
בדער תפארת שלמה ערקלערט פארוואס האבען די קנעכט געברענגט א דינסט-מויד. ער געבט צו פארשטיין אז כדי א מענטש זאל בלייבען לעבן אויף דער וועלט דארף ער פירען א שטענדיגע מלחמת היצר. דאס איז דערפאר ווייל דער גאנצע תכלית פונעם בריאה איז אז דער מענטש זאל זיך שלאגען מיטן יצה”ר און באקומען זיין שכר, און ווילאנג מען לעבט מוז מען בהכרח האבען נסיונות.
דוד המלך, דער צדיק וקדוש, האט עדות געזאגט אויף זיך ולבי חלל בקרבי- מיין יצה”ר איז טויט. ווען זיינע באדינער האבען געזעהן אז ער איז שוין אינגאנצען בייגעקומען זיין יצה”ר און ער האט נישט מער קיין שום נסיונות האבען זיי מורא געהאט אז ער וועט ווערן אוועקגענומען פון דער וועלט. דערפאר האבען זיי איהם געברענגט אבישג השונמית און דאן האט ער געהאט א פרישע נסיון, נעמליך צו נעמען מער ווי אכצען פרויען און מיט דעם האבען זיי איהם געראטעוועט זיין לעבן.
גא פשוט'ע מענטש מעג חתונה האבען מיט וויפיהל פרויען ער וויל (אויסער די בני אשכנז נאכען חרם דרבינו גרשום). א קעניג האט אבער א מצוץ לא תעשה פון לא ירבה לו נשים – ער טאר נישט נעמען צופיהל פרויען. חז"ל דרש'ענען אז דער באגרעניצונג איז אכצען פרויען.
דאדוניהו בן חגית האט זיך געקענט אזוי גרויסען און ווידערשפעניגען אין זיין טאטן ווייל ולא עֲצָבוֹ אביו מימיו - זיין פאטער האט איהם קיינמאל נישט אריינגעזאגט קיין שטראף רייד, אפילו ווען עס איז זיך איהם געקומען. אז דער טאטע געבט קיינמאל נישט קיין פסק פארן קינד וואקסט ער קרום. [עס איז דא א טייטש פון ספה"ק ולא עצבו אביו מימיו – עס האט נישט געעגבערט פאר אדוניהו וואספארא טאטע ער האט און אז דאס ברויך איהם מחייב זיין.]
הדער מצודת שרייבט אז שמעי איז מעגליך געוועהן שמעי בן גֵרָא.
ודער מצודות וויל אויך זאגען אז רעי איז אפשר נישט קיין נאמען פון א מענטש נאר עס איז מלשון רֵעַ - א פריינט. לויט דעם זאגט ער אז דאס גייט ארויף אויף חוּשַׁי הָאַרְכִּי וועלכע ווערט אנגערופען דעם רע המלך - דער פריינט פונעם קעניג.
זדי גיבורים, ברענגט דער מצודת, זענען געוועהן עֲדִינוֹ אֶלְעָזָר און שַׁמָה, ווי עס ווערט געברענגט סוף ספר שמואל (ב’ כ”ג) אז זיי זענען געוועהן די גיבורים פון דוד.
חדער שטיין אבן הזוחלת איז געוועהן א שווערע שטיין ביים וועלכען בחורים פלעגן זיך צוזאמקומען אויסצופראבירען זייער כח, זעהן ווער עס קען שטופען אדער הייבען דעם שווערן שטיין.
טבת שבע האט גענוצט דער לשון והייתי אני ובני שלמה חטאים וגו’. די מפרשים ערקלערן אז חטא איז טייטש פעלן– דהיינו עס וועט פעלן פון זיי דער גרויסקייט פון מלכות (רש”י). אנדערע לערנען אז זי האט געמיינט צו זאגען אז זיי וועלן פעלן פון דער וועלט, ווייל אדוניהו וועט זיי הרג’ענען (מצודת). נאך א פשט אז חטאים איז טאקע מלשון חטע ועון, דהיינו מען וועט זאגען אז שלמה און בת שבע זענען זינדיגער, דערפאר האט ער נישט געקעניגט.
יעס פלעגט זיין דער שטייגער צו זאלבען א קעניג ביי א טייך, עס זאל זיין צו א גוטע סימן. נעמליך, אז דער מלוכה זאל זיך ציהן אזוי ווי א טייך. (דאס אז איינס פון די טעמים פון גיי 'תשליך' אום ראש השנה.]
יאדער הלכה איז אז א מלך בן מלך פון מלכות בית דוד דארף מען נישט זאלבען, אויסער ווען עס איז דא א מחלוקת. דערפאר האט מען געדארפט זאלבן שלמה המלך ווייל עס איז געוועהן א מחלוקת מיט אדוניהו.
יבפון דער ברכה וואס בניהו האט געוואונטשען דוד אז שלמה’ס מלוכה זאל איבערשטייגען זיין אייגענע, לערנען חז”ל ארויס אז א מענטש איז נישט מקנא זיין זוהן, און אפילו ער זעט אז זיין זוהן איז מער מצליח ווי איהם פרייט ער זיך.
יגדער שמן המשחה איז געלעגן אין א כלי וואס איז געוועהן אינעם פארעם פון א האָרן. דאס איז געלעגן ביי דוד המלך אינדערהיים ווייל בימים ההם איז דער ארון נישט געוועהן אין דער משכן נאר ביי דוד’ן.
דרך אגב, ווען דער ארון איז נישט געוועהן אין דער משכן האט דער מזבח פונעם משכן געהייסען ’בָּמָה גדולה‘. ווען מיר טרעפען אין חז”ל דינים פון א במה גדולה רעדן זיי פון אזא צייט וואס דער ארון איז נישט געוועהן אין משכן.
ידלויט איין פשט פון חז”ל איז כרתי ופלתי געוועהן דער אורים ותומים. לויט א צווייטע פשט אין חז"ל איז כרתי ופלתי געוועהן די סנהדרין, און בניהו בן יהוידע איז געוועהן דער ראש הסנהדרין.
אין תרגום יונתן טרעפען מיר א פשט אז זיי זענען געוועהן די סאלדאטען וואס האבען געצילט מיט פייל-און-בויגענס.
א פערטע פשט איז פארהאן אז זיי זענען געוועהן צוויי חשוב’ע משפחות, און בניהו בן יהוידע איז געשטאנען בראשם. (רד”ק)
טזדער טעם פארוואס מען האט געבלאזען שופר איז געוועהן כדי מודיע צו זיין פארן רבים אז מען האט געקרוינט א נייעם קעניג. להבדיל ביים מלך מלכי המלכים טוהן מיר אויך אזוי - מיר בלאזען שופר אויף ראש השנה ווען מיר זענען איהם כביכול ממליך.
טזאין רש”י שטייט אז ער איז געלאפען קיין גבעון צום גרויסען מזבח אינעם אהל מועד. דער מצודות זאגט אבער אז ער איז געגאנגען צום מזבח וואס איז געוועהן בבית דוד פארן ארון.
©כל הזכיות שמורות לאנעים זמירות – אידישע וועלט. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
ביטע שרייבען הערות והארות אין דעם אשכול
- אטעטשמענטס
-
- מלכים 1.pdf
- (122.27 KiB) געווארן דאונלאודעד 226 מאל
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים