~~שטאטוטן איבער די ראש הקהל וואלן (ריווייזט)~~
סעקשאן זיבעצן: וואל פעריאד
אמענדמענט איינס: יעדע 6 חדשים דארף פארקומען וואלן פאר די הויכע אמט פון 'ראש הקהל'.
אמענדמענט צוויי: פיר וואכן בעפאר די וואל פעריאד געפאלט, וועט די הנהלה אפיציעל ארויסשטעלן א הודעה איבער די קומענדיגע וואלן.
אמענדמענט דריי: די הנהלה שטעלט נישט ארויס קיין קאנדידאט מצידם, כדי מ'זאל זיך נישט קומען צו קיין מריבות.
אמענדמענט פיר: די וואל פעריאד ציהט זיך 4 טאג נאכאנאנד, פון מאנטאג אינדערפרי נאך די 4 וואכן, 7:00am, עפענט מען א וואל בודקע אשכול , ביז דאנערשטיג נאכט 7:00pm, א שטימע נאכדעם וועט נישט גערעכנט ווערן.
אמענדמענט פינף: די נעקסטע דינסטאג אינדערפרי קומען ארויס די באשטעטיגטע רעזולטאטן.
אמענדמענט זעקס: אין א ראנאף פאל, פארציהט זיך די וואלן מיט איין וואך פאר קאמפיינען און א וואך די וואלן אזוי ווי אויבן אין אמענדמענט פיר.
אמענדמענט זיבן: אין פאל וואס איינע פון די קאנדידאטן פאדערן א ריקאונט אויפן באזיס פון גערעכטע טענות, זאל מען צולייגן נאך צוויי טעג צו די וואל פעריאד, און די רעזולטאטן וועלן ערשיינען הערשט מיטוואך 6:00 נאכמיטאג.
אמענדמענט אכט: א ריקאונט וועט געמאכט ווערן לפי המקום והזמן, די טענות פונעם קאנדידאט וועלן איבערגעקוקט ווערן מיט גרויס ישוב הדעת, און לויט די אומשטענדן וועט די הנהלה אויפקומען מיט א פאסיגן לעזונג.
אמענדמענט ניין: (קרעמער אמענדמענט) אין פאל וואס ביידע קאנדידאטן קומען ארויס גלייך אויף גלייך (50-50), וועט מען באשטימען דעם געווינער דורכ'ן ווארפן א מטבע, וואס ס'רופט זיך אויף ענגליש Coin Flipping , וואס דאס וועט אנטשיידן ווער איז ראה"ק און ווער איז וויצע ראה"ק.
אמענדמענט צעהן: די "קאין פליפ" קומט פאר אויף א פון-פריער-אפגעשמועסטער ארט, וואו איינע פון די מנהלים טרעפט זיך מיט ביידע קאנדידאטן. דער מנהל באשטימט וועלכער קאנדידאט איז "קאפ" און וועלכער איז "וויידל". דער מנהל ווארפט דעם קוואדער אויף א גלייכן אויבערפלאך, און וועלכער סימבאל ס'פאלט מיט'ן פנים ארויף, יענער איז דער געווינער.
אמענדמענט עלף: (מאשקע אמענדמענט) אין פאל די צוויי קאנדידאטן קענען זיך נישט - און ווילן זיך נישט באקענען - פערזענליך, קענען זיי אויסקלויבן סיי וועמען מחברי הקרעטשמע - וואס קענען זיך - אלס שליחים.
סעקשאן אכצן: קאנדידאטור רעכט
אמענדמענט איינס: א קאנדידאט קען נאר לויפן אויב איז ער א מעמבער פאר כאטש פינף חדשים.
אמענדמענט צוויי: דארף שרייבן לכה"פ 80 תגובות אין די לעצטע 6 חדשים.
אמענדמענט דריי: דארף באשטעטיגט ווערן דורך די מנהלים.
אמענדמענט פיר: עס איז נישט דא קיין טוירם לימיטס.
סעקשאן ניינצן: שטים בארעכטיגטע
אמענדמענט איינס: מוז זיין רעגיסטרירט לכה"פ 12 וואכן פאר די וואל פעריאד.
אמענדמענט צוויי: מוז שרייבן לכה"פ 12 תגובות אין די לעצטע 3 חדשים אפשניט.
אמענדמענט דריי: מעג נאר וואוטען מיט איין ניק, א דאפעלטע ניק וועט נישט גערעכנט ווערן.
אמענדמענט פיר: צוליב די פרייהייט פון די קרעטשמע מיטגלידער טוהן מיר נישט נאכגיין קיין דאפעלטע ניקס, אבער אויב באיזה אופן שיהיה וועט מען געוואר ווערן פון א דאפעלטע ניק, וועט סיי דער דאפעלטער ניק און סיי די ערשטע ניק ווערן אפגעהאלטן פון שטימען אין די קומענדיגע דריי וואלן.
אמענדמענט פינף: קאנדידאטן זענען שטים בארעכטיגט.
סעקשאן צוואנציג: די וואלן
אמענדמענט איינס: אין די וואל פעריאד קען יעדער שטים בארעכטיגטער אפגעבן זיין שטימע.
אמענדמענט צוויי: (זארעכפעפער אמענדמענט) נאר די וואס זענען אין די קבוצה שטים בארעכטיגטע , קענען שטימען, (שרייבן קען יעדער) דער קרעטשמע סעקרעטאר וועט צוזאם שטעלן די ענדגילטיגע קבוצה.
אמענדמענט דריי: יעדער האט רעכט צי פלליען די פיפט אמענדמענט פונעם אמעריקאנעם קאנסטיטאציע, מען מוז נישט שטימען.
אמענדמענט פיר: א שטים בארעכטיגטער וואס וועט צוליב א סיבה נישט קענען פערזענליך ערשיינען אין די וואל פעריאד, קען אפגעבן אן עבסענטי שטימע דורך שיקן א אישית צום קרעטשמע סעקרעטאר פון א וואך פריער.
סעקשאן איין און צוואנציג: געווינער
אמענדמענט איינס: דער געווינער איז ווער איז ציהט אן מיט 50% מערהייט.
אמענדמענט צוויי: אויב איז דא מער ווי 2 און קיינער ציהט נישט אן די נויטיגע שטימען, דארפן די צוויי העכסטע איבערלויפן, אכט געבן מ'זאל נישט פאלן...
אמענדמענט דריי: די ניק וואס קומט אריין צווייט, ווערט אויפגענומען אלץ א סגן ראש הקהל, וואס אין פאל דער ראש הקהל ווערט אפוועזענט פון קרעטשמע אויף א חודש צייט ווערט דער סגן 'ראש הקהל' .
אמענדמענט פיר: דער געווינער קען זיך נישט אנטזאגן פון זיין פאסטן.
אמענדמענט פינף: דער געווינער מוז זיך באלד אנטוהן דעם צילינדער הוט.
אמענדמענט זעקס: דער געווינער מוז זאגן א איינצוגס דרשה מינימום 200 קערעקטערס.