היע"פ
יישר כח
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שאינו יודע האט געשריבן: היי יאר דארף איך למזל טוב אליין צאלן די היע"ט אין מיין דירה, וואלט איך געוואלט אז דער פעטער זאל זיך משתתף זיין מיט די שמחה, ווייסט איינער וואס מען דארף האבן, און ווי מען גיבט זיך איין פאר היע"פ?
יישר כח
בן בוזי האט געשריבן: דער היעפ פראגראם עפנט זיך בשעטומ"צ דעם קומענדיגער נאוועמבער 19 למספרם און וועט לויפן ביז אינמיטן מארטש (עס פלעגט לויפן ביז מעי אבער זיי האבן עס פאראיאר געשניטן), צו געניסן פון דער פראגראם דארף מען באצאלן פאר הייצונג (space heat), און מען דארף זיין פאראנטווארטליך עס אליינס צו באצאלן צו דער קאמפאני, פאר shared meters באקומט מען נישט.
דער היע"פ פראגראם איז בעיקר צוטיילט אויף צוויי, 1) רעגולער היע"פ 2) עמערדזשענסי היע"פ.
רעגולער היע"פ, איז א סומע געלט (וואס וועט היי יאהר מסתמא זיין בערך $485, און צומאל איז אויך דא א באזונדערע "סאפעלמענט", וואס דער רעגירונג לייגט צו נאך געלט -שפעטער אינעם ווינטער), מען דארף איינגעבן דערפאר אן אפליקאציע און עפ"י רוב קען מען דאס טוהן ביי איינע פון די פילע "אוטריטש'ס".
די וואס געניסן פונעם פ.ס. פראגראם דארף נישט איינגעבן קיינע אפליקאציעס נאר באקומען דאס "אוטאמאטיש" (פארשטענדליך איז אז דער אגענטור דארף זיין באוואוסטזיניג דאס איר זענט פאראנטווארטליך צו צאלן דעם ביל, אין אנדערע ווערטער זאל שאינו יודע מודיע זיין די אגענטור אז ער איז שוין היינט אן אייגנטימער פון א גאז ביל...), געווענטליך געבן זיי דאס ענדע דעצעמבער אדער אנהייב יאנאוואר.
עצה טובה קמ"ל, אויב זענט איר אנגעוויזן אויף די היעפ געלט, דאן איז שוין גרינגער איינצוגעבן א געהעריגע פ.ס. אפליקאציע וועלכע וועט אייך בייהילפיג זיין דורכאויס דער גאנצער יאהר און אויך אינעם היעפ סעזאן, דער פראצעדור איז גרינגער בפרט אז מ'קען היינט אפעלירן פאר פ.ס. אנליין.
ע"כ וועגן רעגולער היעפ.
תמהואומר האט געשריבן: מאכן אן אגרימענט מיינט:
אויב למשל דו ביזט שולדיג 1500 דאלער קענסט אריינרופן און בעטן אז דו ווילסט מאכן אן אגרימענט, דאס איז א אפמאך אז דער חוב וועט באצאלט ווערן במשך .... חדשים, זיי וועלן דיר זאגן וויפל דו דארפסט געבן פאר א דאון פעימענט, לאמיר זאגן א הונדערט צווי הונדערט דאלער, און יעדע חדוש פערציג פופציג דאלער
פאבליק אסיסטענט, [וועלפעיר], איז די לעצטע אפשן, אדער בעסער אינגאנצן נישט
בן בוזי האט געשריבן: אז דו קענסט נישט צוזאמענשטעלן פיר וואכן פעיסטאבס דאן איז אמערדזשענסי אסיסטענס נישט געמאכט פאר דיר, רוף צוריק און בעט א פיינענשעל סטעיטמענט