בענין הדלקה עושה מצוה וכבתה זקוק לה
דער מחבר אין סימן תרע"ג סעיף ג' שרייבט: הדלקה עושה מצוה לפיכךאם כבתה קודם שעבר זמנה אינו זקוק לה.
זעהט אויס אז דער מחבר האט געלערנט אז די צוויי מחלוקות אין די סוגיא
צו הדלקה אדער הנחה עושה מצוה און צו כבתה זקוק לה אדער אינו זקוק לה
זענען תלוי זה בזה, און מען דארף פארשטיין די שייכות
דער שפת אמת אין מס' שבת דף כ"ג ע"א פרעגט
אויף דאס וואס רש"י שרייבט דארט אין ד"ה אי הדלקה [עושה מצוה] וז"ל כדאשכחן במנורה
זעהט מען אז ביי הדלקת המנורה אין דער ביהמ"ק נעמט אהן רש"י מיט א פשטות אז הדלקה עושה מצוה
איז דאך שווער, ביי מנורה בביהמ"ק שטייט דאך תמיד, און מען פסקנ'ט דאך ביי די מנורה בביהמ"ק אז כבתה זקוק לה
אזוי ווי עס איז מפורש אין מס' מנחות דף פ"ח ע"ב נר שכבתה וכו' ע"ש פשיטא דהנחה עושה מצוה [לפי דער מחבר הנ"ל]
דער שו"ת ארץ צבי אז מעיקרא האט ער געהאלטען אז ערב שבת חנוכה אויב די חנוכה לעכט פארלעשען זיך ביהשמ"ש
וואלט געדארפט זיין מותר צו הייסען א גוי צו צינדען און מען איז נישט חושש וועגען שבות,
איי אין שליחות לגוי, מאכט דאס נישט אויס, ווייל סוכ"ס די לעכט ברענען ויוצא בזה
אבער למעשה האלט דער ארץ צבי אז עס איז א חילוק צווישען אין דער וואכען אדער ערב שבת
ווייל אין דער וואכען למ"ד כבתה זקוק לה קען מען אוודאי בעהטען א גוי צוריק אהן צו צינדען די חנוכה לעכט
ווייל אפילו א מעשה קוף בעלמא וואלט געווען גענוג, אזוי ווי ביי שחט ישראל רובה, וגמרו גוי אז עס איז כשר
און דא אויך דער עיקר ההדלקה האט דער איד געטוהן, וממילא אפילו א גוי קען צוריק צינדען עכ"ד
דארף מען אבער פארשטיין פארוואס לדידן בערב שבת חנוכה וואלט מען נישט געקענט אזוי זאגען?