UPS vs FedEx vs USPS
דער עולם ווערט געבעטן צו זאגן זייערע אנאליזן און שאצונגען באזירט אויף עקספיריענס, איבער וועלכע קוריער קאמפאני איז בעסער אין פרייז, שנעלקייט, פריינטליכקייט, סערוויס אא"וו.
ואני יתחיל ראשון, מיט פרייזן;
איז באקאנט אז UPS איז עטוואס טייערער מיט יעדן פעקל. פעדעקס און USPS זענען בארלייפיג די זעלבע רעיטס, געוואנדן אינעם טייפ פון שיפפינג סערוויס. פעדעקס גראונד' איז ביליגער אבער נעמט גאנץ לאנג. די הויפט מעלה פון USPS איז אז זיי געבן דיר פארשידענע שיפפינג אפשענס און פרייע באקסעס, אויב ביסטו נישט אינדערהיים קענסטו גלייך גיין צו דיין לאקאל פאסט אפיס עס אויפ-פיקן והעסק סגור. איך האב אקאונטס ביי אלע דריי, פעדעקס האט א סיורטשארזש וועכענטליך אויב נוצטו זיי וואס שטייט נישט ארויסגעשריבן קלאר אין זייער אגרימענט, מתחילה בין איך געווען זייער בייז דערויף איך שפעקוליר נאך צו דיספיוטן.
שנעלקייט;
כאב באשטעלט עפעס (קיין ברוקלין נ"י) פון צוויי באזונדערע קאמפאניס וואס ביידע זענען באזירט אין ניו ג'ערסי, דער וואס האט געשיקט מיט UPS איז דער פעקל דא געווען דעם אנדערן אינדערפרי 11 אזייגער, ד"ה ניטאמאל קיין 24 שעה פונעם באשטעלן. דער וואס האט גענוצט פעדעקס, האט פעדעקס 'גאראנטירט' דעם אנקום פונעם פעקל צו מיר נישט ווינציגער ווי גאנצע 6 טעג דערנאך, אויף 4:30 נאכמיטאג! (פעדעקס האט אויפגעפיקט דאס פעקל פונעם קאמפאני דאנערשטיג מיטאג, און אנקום צייט איז באשטימט אויף דינסטאג נאכמיטאג!!!) די סערוויס וואס יענער האט גענוצט איז 'עקספרעס סעיווער', איך בין נישט באקאנט פונקטליך.
אזוי אויך פולע באשטעלונען פון מידדל און וועסטערן סטעיטס ווערן שנעלער געליפערט מיט UPS ווי מיט פעדעקס, אפילו פון אזוי-ווייט ווי קאליפארניע באקום איך פעקלעך פון UPS אין בלויזע 2-3 טאג, בעת מיט פעדעקס אין 4-6 טעג.
און בכלל, UPS טרעקלעך ווערן געזען דא ממש אויף יעדן צווייטן בלאק בעת פעדעקס ווערט געזען איינס אויף א צען בלאקס, דאס הייסט אז UPS האט פול מער ארבייט ביי אונז אין געגענט.
פריינטליכקייט;
די לאקאלע UPS דרייווערס זענען אין אונזער געגענט זייער פריינדליך, איך בעט זיי אפטמאל א פעקל פאר מיר, אויב איך גיי דורך דעם טראק, ער גיבט מיר עס מיט א שמייכל, ווי אויך ענטפערט ער אויף יעדן פראגע נארמאל. מיט פעדעקס האב איך נאכנישט אויספרובירט, אבער זיי זעען אויס גאנץ פריינדליך אין קאמפעריזן צו UPS.
סערוויס;
מאנכע טענה'ן אז ביי UPS קענען אנקומען צעקוועטשטע פעקלעך בעת ביי פעדעקס היט מען אויף יעדן פעקל באזונדער. אבער איך פערזענליך האב דאס נאכנישט בייגעוואוינט.
אויף די קאסטומער-סערוויס קען איך נישט קאמענטירן, ווארום כ'אב נאכנישט געהאט עפעס ספעציעלע עקספיריענס מיט קיין איינס.
יעצט לאזט הערן אייער מיינונג ביטע שעהן.