סעלף דיפענס ע"פ תורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

סעלף דיפענס ע"פ תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

א שאלה:
וואס טוט זיך לגבי זיך לערנען SELF DEFENSE???

איז עס תורה'דיג?? (כחי ועצם ידי?)
איז עס פראקטיש??

אפשר איז עס נאר השתדלות?
אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ron Paul »

סעלפ דעפענעס איז כוחי ועוצם? ניין מיין ליבער
Im old but i don't kalech yet.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

נו אפשר הייבט מען זיך צו DEFEND-EN?
אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ron Paul »

ס'דא א חברה שומרים
Im old but i don't kalech yet.
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

ווען איינער שטייט קעגן דיך מיט א גאן אדער ער זאגט אז ער האט א גאן און טאמער דו וועסט עפעס טון וועט ער דיך שעדיגן,
וועסטו זיך דערוואגן צו רופן שומרים?
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אט אזוי - על פי הנ"ל ער האט פרובירט רופן
שומרים האט נישט גענטפערט
מאי איכא למימר?
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

מאן-יימר
איך פרעג דיר מן-יימר??

סע העלפט יא - פרעג נישט פון ווי איך ווייס
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

אז מלערנט זיך ביי א עקספיריענס טיטשער און מלייגט אריין אסאך שעות קען עס באווייזן.
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע:בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

;l;p-
שלעפשיץ האט געשריבן: מאן-יימר
איך פרעג דיר מן-יימר??

סע העלפט יא - פרעג נישט פון ווי איך ווייס
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
גוגל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע:אויף אייוועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוגל »

פאר א בעיסבאלל בעט וועט סעלפ דיפענס העלפען
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מאנ-יימער האט געשריבן: ווען איינער שטייט קעגן דיר מיט א גאן העלפט נישט קיין סאך דיין סעלף דעפענס.

חוץ אויב א גאן איז א חלק פונעם סעלף דיפענס.

אויב איך געדענק גיט, זאגט דער רמב"ן און די היינטיגע סדרה וישלח; לדורון, לתפלה ול מלחמה, להנצל בדרך מלחמה.
--

אייגענטליך מען קען זיך מיט martial arts זיך לערענען ארויס האקען א גאן פון איינער וואס האלט דאס.

דער פרובלעם איז נאר אז מיר זענען אידען און א נארמאלע טאטע וועט לכאורה נישט שיקען זיין זוהן זיך דאס לערנען.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 3:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

נו אפשר הייב מיר אן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אנטשולדיגט, כ'האב פאראכטען (צוגעשריבען) איידער כ'האב געזעהן די תגובה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

ספאסמן - איך האב גראדע געווארט איר זאלט זיך אנרופן
[מקצת שבחו בפניו] איר שיינט צו זיין א באזעסענער איד:wink:

וואס איז די טעם פ"וו איר שרייבסט "וועלעכע נארמאלער טאטע וכו'"
וואס איז נישט נארמאל דערפון?

אגב וואס נאך קענט איר צולייגן וועגן דעם נושא - מן הסתם ברויך עס וועהן אן אשכול פאר זיך
אבער אז מען רעד שוין - נו ווי האב איך געהאלטן?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען רעדט שוין וועל איך דערציילען, אז ווען איך בין געווען א קינד, געוואוינט און קראון הייטס, איז עטליכע מאל האבען מיר גוים געשלאגען נאר ווייל איך בין א איד. איין מאל האב איך באקומען א פאנטש און בויך פון א גוי, א צווייטע מאל איז א גוי מיר נאך געלאפען און פון שרעק בין איך אזוי שטארק געלאפען אז איך האב געקראסט ניו יארק עוועניו אן קוקען! כ'בין דענמאלץ געווען בערך 6 יאר אלט. א שוידער לויפט מיר דארך ווען איך טראכט וואס עס האט געקענט דאן פאסירען. כ'האב געהאט נאך צוויי פאלען און קראון הייטס און שפעטער אויך און בארא פארק.

בקיצור, איז געווען א אינגעל און מיין קלאס וואס האט געהאט א בלעק בעלט און קראדי. זיך אליין גיין לערנען איז נישט געקומען און באטראכט, אבער דעס אינגעל האט מיר אויס געלערענט עטליע מאווס, ספעציעל וויאזוי צו קענען הרג'נען א מענטש וואס אטאקירט דיר, כאטש ער איז א סאך שטערקער ווי דיר. איך האב ב"ה קיינמאל נישט פרובירט. אויך האט ער מיר גוט געלערענט וויאזוי מען היעט זיך פון פאנטשעס.

א שטיקעלע היסטאריע.

באקסינג הייסט א אידישער ספארט,
http://www.myjewishlearning.com/culture ... xing.shtml
ווייל א סאך טשעמפיענס זענען געווען אידען.

מיט איבער 200 יאר צוריק איז געווען א באקסינג טשעמפיען און ענגלאנד מיטען נאמען דניאל מענדוזא (תקכ"ד-תקצ"ו) Daniel Mendoza
http://en.wikipedia.org/wiki/Daniel_Mendoza
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7% ... 7%A1%D7%94
מען דערציילט אז די גוים און ענגלאנד פלעגען טשעפען די אידישע קינדער (פונקט ווי זיי האבען מיר געטשעפעט), און די קינדער האבען זיך געלערענט צוריק צו געבען. אזוי ארום פראקטאצירונדיג אויפען וועג צום חדר זענען זיי געוואויר געווארען אז זיי קענען אויך, און אזוי ארום איז "אויסגעוואקסען" אידישע באקסינג טשעמפיענס.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א יישר כח שלעפשיץ.

וואס איז נישט נארמאל דערפון?

די אידען הייסען The people of the book
הקול קול יעקב, והידים ידי עשיו.

א פרייער איד וועט זיך טשאטשקען מיט זייער זוהן,
My son the doctor
my son the lawyer

וועסט נישט הערען
my son the boxer

פארוואס נישט?

א פרומער איד וועט זיך טשאטשקען מיט זייער קינד:

מיין קינד א תלמיד חכם,
מיין קינד א יראת שמים,
מיין קינד א צדיק,
מיין קינד א בעל חסד,
מיין קינד א בעל מידות טובות, וכו'

דאס איז א נארמאלע טאטע.

אוודאי טאר מען קיין בטלן נישט זיין, און טאקע און וויליאמסבורג און בארא פארק (לדעתי) איז דא א סאך גאן'ס (לעגאלע). (כ'גיי נישט אריין און די גערעכטיקייט דערפון).

אבער דאס איז נאך אלץ א מרחק פון וואס מאיר כהנא הי"ד האט געשריגען:
Every Jew a twenty two
דאס מיינט אז יעדער איד זאל האבען א 22 קאליבער גאן,

דאס איז נישט אונזערע דרך, און קיין איין נארמאלע טאטע זוכט עס נישט פאר זיין קינד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

מען מוז נישט ארום גיין זיך טשאטשקענען מיט א זון וואס קען אביסל "מאווס" ווי מעזאגט

אבער אז די פארברעכן ראטע שטייגט, אפשר אביסל קענען זיך שלאגן מיט א בעיסבאל בעט איז נישט קיין עבירה

אן צייגן פאר קיינעם אז מע קען - זטילערהייט פאר זיך על כל צרה "שלא" תבוא ח"ו ל"ע ול"ע
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווען האבן מיר נאר דאס לעצטע מאל געזאגט "ולא נאמר עוד אלהינו למעשה ידינו"?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שלעפשיץ האט געשריבן: מען מוז נישט ארום גיין זיך טשאטשקענען מיט א זון וואס קען אביסל "מאווס" ווי מעזאגט

אבער אז די פארברעכן ראטע שטייגט, אפשר אביסל קענען זיך שלאגן מיט א בעיסבאל בעט איז נישט קיין עבירה

אן צייגן פאר קיינעם אז מע קען - זטילערהייט פאר זיך על כל צרה "שלא" תבוא ח"ו ל"ע ול"ע

עס איז א double edge sword

איינער וואס "מיינט" אז ער קען צוריק דערלאנגען, זוכט זיך שוין א פייט.

מו"ר הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט דערציילען אזא מעשה, פאסירט מסתמא און די יו"ד יארען.

געווען א ישיבה בחור, וואס האט זיך גיט געקענט שלאגען. איין מאל גייענדיג און מאנהעטען האבען אים גוים אטאקירט. זאגט ער פאר זיי, דאס איז נישט פעיר אז עטליכע שלאגען זיך מיט איינס.

האבען זיי ארויס געשטעלט איינעם און אים געטשעלנדזד אויף א duel
דער בחור האט עס אנגענומען. איז האט יענער ארויס גענומען א בעיסבאל בעט און אים געגעבען איבערען קאפ און אים נעבעך געהרג'עט.

עס איז געקומען פארען משפט, האט דער judge געזאגט אז:
the court is no place for revenge
און פריי געלאזט דעם שייגעץ.

ער פלעגט עס נוצען אלץ א דוגמא און וויינען (כ'מיין ער האט געקענט דעם בחור) "וואלט ער נישט בעסער געטוהן און וואלט אנטלאפען, וואלט ער נאך היינט געלעבט".
--
ענליכעס האב איך ביי געוואוינט און בארא פארק.
איך בין געווען פארענט פון א חבר'ס הויז און זיך געשפילט. פלוצלינג איז א גוי א דארך געגאנגען און גערופען זיין ברודער "דערטי דזוא". זיין ברודער א היציגער האט צוריק גע'ענטפערט און זיי האבען זיך געגרייט פאר א duel.

דער איד (דער בחור) האט דערלאנגט פאר דעם גוי א געזונטער פאנטש און פנים און אים שטארק צובליטיגט דאס פנים, אבערדער גוי איז געווען מער געשולט, און אים דערלאנגט א קאפע אז ער האט זיך געזעהן מיט זיין עלטער באבע פון יסורים נעבעך.

עס זעהט מיר אויס (קיינער האט עס מיר בפירוש נישט געזאגט) אז ער איז קיינמאל שוין נישט צוריק געקומען פון "יענעם" קלאפ, און ער איז שוין לאנג נישט בין החיים.

עס איז נישט קיין חכמה און א קינדער שפיל.
--
מיין טאטע האט מיר געלערענט אז יענער הייבט הענט הייב די פיס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

SPUSMN האט געשריבן: מיין טאטע האט מיר געלערענט אז יענער הייבט הענט הייב דו פיס.


א שיין ווערטל!;l;p-;l;p-
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אמת ויציב, איך האב באלד פארשטאנען אז עטס וועטס פארשטיין אזוי ווי עטס האט פארשטאנען
אבער נישט דאס האב איך געמיינט

אז מען ויל אריינגיין טיפער אינעם ענין איז אזוי:
ערשטענס עט דיר יעדע טיטשער זאגן [מען ברויך נישט זיין קיין חכם עס צו פארשטיין]
אויב האסטו א שאנס צו הייבן פיס מה טוב ומה נעים


פארקערט - האב נישט מורא צו הייסן א "לאזער" ווייל דו קענסט נישט אדער ווילסט נישט פייטן
מען רעדט דא ח"ו אין פאל מען קען נישט הייבן פיס

ווי אויך אויב וויל יענער א חפץ/געלט וכדומה אוודאי געוויס גיב עם וואס ער וויל און טראג אפ
קיין שום ווערט איז נישט דא צו א מענטשענס לעבן - ד.ה. וויפיל דער שרץ זאל נאר ברויכן בוסטו נאכאלץ מער ווערט
טא גיב אהין דאס געלט און גיי אהיים.

מען רעדט דא אין א פאל וואס מען קאן ניט אהיימגיין ווי פארשטענדליך

צווייטענס כל:
איז דא נאך א פראבלעם (לענ"ד)
רוב סטיילס/פייטס/וועט"מ איז טראדיציאנאל

דאס הייסט עס ווערט אריינגעכאפט אביסל השקפה בתוך השיעור - ווער עס פארשטייט וואס איך מיין - וואס איך וואלט נישט געוואלט
שיקן מיין קינד, ווי אויך אני הקטן וואלט נישט געגאנגען צו אזא פלאץ

אבער נישט טראדיציאנאל - נאר צו קענען אוועקלויפן
פארוואזשע נישט?

ווי אויך גיבט עס אריין א קאנפידענס ווען מע שפאצירט דורך א גוי
אז דער גוי "שפירט" דאס עט ער מן הסתם ווייניגער זוכן זיך אנצוטשעפענען אין דיר ודפח"ח
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

האסט אמאל געהערט דעo אויסדריק "א גלות איד". מיר זענען און גלות; ניין?

א גלות איד גייט נישט ארום מיט גרויסע מוסקאלען און מיט שפיזיגע אויגען וואס שפריצען פונקען פייער און ווייזען גבורה. מען מעג זיין פיזיש שטארק, מען מוז עס אבער נישט ארויס ווייסען און עס אדווערטייזען.

היינטיגע צייטען, צו מיר ווילען יא צו מיר ווילען נישט, האבען מענטשען פארגעסען אז מיר זענען און גלות. (דער מדינה איז א סאך צו פארדאנקען).

מאיר כהנא הי"ד פלעגט באדוירען און זאגען "קענסט ארויס נעמען דעם איד פון גלות, אבער קענסט נישט ארויס נעמען דער גלות פונעם איד".

מיר האבען אבער א גאנץ אנדערע מהלך און דרך.

איך מוז שוין גיין; זאלען אנדערע מסביר זיין מיינע ווערטער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

נו פאר דעם האב איך אייך דאך געפרעגט אויב סע איז א פראבלעם מיט'ן זיך לערנען
ווען איר וועט האבן מער צייט קענט איר מאריך זיין
הגם איך פארשטיי פיין וואס איר ברענקט ארויס.

און נאכאמאל איך רעד נישט פון ארום גיין מיט גרויסע מוסקלען וכו' וכו'
איך גיי נישט איבער זאגן נאכאמאל, אבער איך מיין איין נקודה

COMING HOME ALIVE
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'בין סורפרייזד. כ'האב עקספעקטעד אויף צו עפענען דעם אשכול און זעהן כאטש א בלאט צוויי פון מימינים ומשמאילים און אזא השקפהדיגע ענין, אבער - גארנישט! מען ווארט אז איך זאל עפעס זאגען.

טאקע דערפאר וויל איך נישט זאגען, איך האב נישט קיין רעכט צו זאגען. וואס צו זאגען פעלט נישט, אבער צו זאגען עפעס אויס געהאלטען איז שוין נישט אזוי פשוט. הלואי ווען מען ברענגט א בעל השקפה ווי הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל צום טיש צו זאגען אונז תורהדיגע השקפה. מיין קעפעלע איז צו קליין, און וואס איך זאג און וועל זאגען איז נאר בתורת שמועסען, ארויף צו ברענגען דער נקודה אדער יענער נקודה; דעטס אלל. מיין מיינונג איז נישט מאסגעבענד, איך בין מבטל מיין דעת פאר גרעסערע ווי מיר, און אוודאי פאר אנגענומענע גדולי ישראל.

בתורת שמועסען דארף מען פארשטיין און דער וואכעדיגע סדרה, וואס איז געווען דער וויכוח צווישען יעקב אבינו און שמעון ולוי? פארוואס האט יעקב אבינו זיי נישט צוריק גע'ענטפערט?

וויאזוי איז מען צוגעגעגאנגען צו דער ענין פון סעלף דיפענס און משך פון אלע דורות?

איז שומרים אן אויסגעהאלטענע זאך? דער ערשטע שומרים און אמעריקע איז דאכט זיך מיר שוין געווען מיט ניינציג יאר צוריק דא און ניו יארק, מיט דער נאמען טאקע פון "שומרים"; אבער עס איז נישט געווען א רעליגיעזע ארגאניזאציע, אירע מעמבערס זענען געווען פרייע אידען.

דער JDL האט פרובירט זיי נאכמאכען; און אונז אלע געדענקען אז דער JDL איז געווען א אפגעפרעגטע ארגאניזאציע. היינט איז שומרים א נארמאלע זאך; ווער האט עס גע'כשר'ט? אוודאי איז דא גרויסע חילוקים, אבער דער נקודה הפנימית איז דאכט זיך מיר דער זעלבע.

נאכדעם דארף מען וויסען די היסטאריע פון "כאפץ אים", וואס דאס האט אפגעשטעלט (מסתמא) 99 פרוצענט פון געוואלדטאטען פון גוים אויף אידען און די געגענטען באוואוינט שטארק מיט אידען. די גוים פלעגען זאגען אז די אידען האבען א magic word "האפטצים", וואס איינמאל זיי גיבען עס א געשריי איז דער גוי א געכאפטער. דארף מען וויסען וואס זאגט די תורה צו דעם אויך.

נאכאמאל; שמועסטס עס אויס. איך וועל אויך פרובירען זיך באטייליגען עד ידי מגעת.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 12:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

אין א אשכול וואס איז מאיזה סיבה נכונה פארמאכט געווארן, האב איך געהאט דאס געשריבן:


דער תהילים איד האט געשריבן:
Ron Paul האט געשריבן: און ווען א גוי ברעכט זיך איין אין דיין הויז וועסטו אים אנהאקן די ביינער, וועסט נישט לויפן צום שענקעל פאר א תהילים.

לכאורה מעג מען א גוי אנהאקן די ביינער, אבער פון סקווערער רב ז"ל איז דא א מעשה, אז אין סקווירא שטעטל האט מען אנגעהאקט א גוי וואס האט געמאכט צרות, ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער געזאגט "אט דאס מיינט ציונות!"

עס איז אפשר געווען א הנהגה לחומרא, אבער דער באדייט איז זייער שטארק.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”