לייגט זיך אויפען שכל (ביידע נקודות), אבער האט שוין איינער דאס דורך געטוהן? עס שיינט מיר ווי עס וואלט געדארפט זיין א מדובר בימים ההם ווען מען האט געצווינגען אידען צו דינען און מיליטער. יעדער האט דענמאלץ געוויסט וואס דאס מיינט, צו הרגענען און ווערען געהרגעט.
וואס איז דענמאלץ אויסגעשמועסט געווארען איז פשטות אנפארטשעניטלי נישט דא בכתב, ווייל אפילו א קלער (בכתב) פון נישט דינען און מיליטער, וואלט שוין געווען פארעכענט פאר א מורד במלכות און מען וואלט אזא רב געשטעלט צום געריכט, און אפשר אפילו פאר משפט צום טויט.
כ'האב אבער קיינמאל נישט געהערט דערפון רעדען, און עס איז זייער אינטרעסאנט צו וויסען צו מען קען עפעס מדייק זיין און ארויס שלעפען א ווארט דא און א ווארט דארט.
--
דאס איז לגבי זיין א סאלדאט. אבער וועגען התגרה באומות וואס זענען די גדרים? צו מעד א איד פון איין מדינה זיין א מתגרה באומות און א אנדערע מדינה, וואס איז דער שונא פון זיין מדינה?

עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז