יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

אזוי ווי עס איז יעצט געווען די יו"ט חנוכה ווי רוב רובו שרייבער נאשן זייער אינפארמאציע איבער די לעבן אין שאפן בזמן בית שני פון יוסיפון, איז מיר זייער וויכטיג פעסטצושטעלן דעם אמת איינמאל פאר אלעמאהל:

יוסף בן מתתיהו, אן אייניקל פון די חשמונאים, האט געשריבן אן היסטאריע ספר פון תקופה פון פאר און בשעת חורבן בית שני, - לכל הפחות אזוי טענה'ט ער. צי קען מען זיך פארלאזן אויף אים? אסאך פון זיינע מעשיות זענען זיך סותר מיט וואס חכמינו ז"ל שרייבן, און ער אליינס איז זיך אויך סותר עטליכע מאל, און בכלל צו האט ער געפעלשט אין כלל ישראל און געדינט ערליך דעם רומיש'ן פראפעגאנדע? אדער צי איז ער גאר געווען א צדוקי?

אויב עס איז געווען א היסטאריקער וועלכע איז געווארן אנגענומען סיי ביי די אידן און סיי ביי להבדיל די גוים אויף גאר א שטארקע פארנעם, וועט דאס זיין אן קיין שום ספק יוסף בן מתתיהו הכהן, אדער ווי אזוי די גוים רופן אים יוספוס פלאביוס. יוספוס איז געווען אן קיין שום ספק א געלונגענער און א טאלאנטפולער שרייבער, ער איז מצליח אריינצושלעפן זיינע ליינערס און זיינע מעשיות אדער דמיונות, ער איז אויסערגעווענדליך גוט אין אראפלייגן מעשיות וועלכע האט פאסירט אין זיינע תקופות, און אין תקופות פאר אים.

מ'קען טרעפן ראשונים וועלכע ברענגען אים נאך, אזוי ווי רש"י, תוס', רמב"ן, און מאירי. ער האט געשריבן זיינע חיבור אויף לשון הקודש, און צוליב די חשיבות וואס די יוונים האבן געגעבן צו זיין חיבור האבן זיי דאס איבערגעזעצט אויף יווניש, און פאר עטליכע הונדערט יאר צוריק האט מען דאס צוריק איבערגעזעצט אויף לשון הקודש.

א טיפע בליק אין זיין ספר וועקט אויף זייער שווערע שאלות, אסאך מאהל איז ער זיך סותר צווישן זיינע אייגענע ווערטער, אסאך מאהל איז דא סתירות צווישן זיינע ווערטער און חכמינו ז"ל, און בכלל פארציילט ער מעשיות וואס חז"ל דערמאנען אפילו נישט ברמיזא. אפאר מאהל פארקערט, חכמינו ז"ל פארציילן אונז מעשיות וועלכע יוסיפון ברענגט נישט אראפ און דערמאנט דאס בכלל נישט. עס איז בכלל נישט קיין ספק אז וואס חז"ל זאגן און פארציילן איז אמת ויציב, יעדע פרט איז פונקטליך און מער באגלייבט פון טויזענט עדים. וועקט זיך אויף די קשיא, ווי אזוי קען זיין אז דער 'טאטע פון אלע היסטאריקערס' זאל איגנארירן די מעשיות פון חז"ל, אדער גאר זיך סותר זיין מיט חז"ל?

מיר וועלן זיך בעיקר באצוען צו זיינע סתירות, און אויפ'ן שאלה צו איז ער בכלל געווען דער גרויסער העלד ווי ער וויל אראפלייגן, וועלן מיר פראבירן צו בארירן אויפן שפיץ גאפל.

היסטאריע אדער דמיונות?
מטבע הדברים, וואלט א חיבור אויף תקופת בית שני געדארפט ווען זיין פול מיט מעשיות און עובדות פון די פולע און גרויסע בתי מדרשים און חכמים וועלכע האבן געלעבט און געשאפט אין יענע תקופה און ארום זיי האט זיך כלל ישראל געדרייט. טויזענטער תנאים און צענדליגע טויזענטער תלמידי חכמים האבן געלעבט אין יענע תקופה, און עוסק געווען אין בייטאג און ביינאכט אין די הייליגע תורה און מחבר געווען און געשריבן די משניות. און יענע תקופה האבן געלעבט די 'אנשי האשכולות' וועלכע האבן געלערנט תורה ווי משה רבינו (תמורה טו:), גאר וויכטיגע תקנות זענען דאן נתקן געווארן, ווי למשל די י"ח דבר (מסכת שבת פרק א). די גרויסע תנאים זענען נישט געווען איינגעשפארט אין ביהמ"ד און נישט ארויסגעגאנגען פון דארט, נאר אדרבה, זיי האבן געפירט כלל ישראל און צומאהל דעם קעניגס פאלאץ (ווי למשל ביי שלומציון). די השפעה וואס חז"ל האבן געהאט אויפן ציבור איז געווען אסאך שטערקער ווי די השפעה פונעם קעניג, אפילו יוסיפון וועלכע בשיטה אגנארירט חז"ל קען נישט לייקענען די פאקט און שרייבט "דאס ליבשאפט פונעם פאלק איז צו די פרושים" (קדמוניות י"ג, י).

אבער ווי אינטערעסאנט איז ווי אזוי יוסיפון באשרייבט באריכות אויף פרייע פירער פונעם פאלק, אבער ווען עס קומט צו חז"ל, ווייסט ער נישט צו זאגן פון זיי, ער קען זיי נישט, חוץ פון געציילטע מאהל וועלכע ער דערמאנט זיי באונס ולא ברצון און בדרך כלל מיט א שטארקע ביטול.

דאס איגנארירן חז"ל איז גארנישט אזוי אומשולדיג, דאס ווייזט אויף א שטארקע שנאה און האס וועלכע יוסיפון האט געהאט קעגן חז"ל און די ערליכע אידן וועלכע האבן זיך מדבק געווען אין זיי. וועלכער איד ווייסט נישט צו זאגן פון די אנשי כנסת הגדולה וועלכע האבן געלעבט אין יענע תקופה? יוסיפון האט נישט קיין מושג ווער זיי זענען! צו ווייזט דאס אויף עפעס?
וועלכע חדר אינגל ווייסט נישט צו זאגן פון שמעון הצדיק וועלכע איז געווען באקרוינט מיט כתר שם טוב, כתר כהונה, און כתר תורה און איז געווען פון די ערשטע תנאים? גוט צוגעטראפן, יוסיפון דערמאנט אים נישט נאר אזוי בדרך אגב ווען ער רעדט פון זיין ברודער און זיין זוהן! צו ווייזט דאס אויף עפעס?

די זעלבע גורל טיילט אויך הלל הנשיא וואס אין זיין זכות איז די תורה נישט פארגעסן פון כלל ישראל (סוכה כ.), יוסיפון פילט פאר וויכטיג אים צו דערמאנען נאר אין איין זאץ, ווען ער צייכענט צו אז הלל האט נישט געוואלט שווערן טריישאפט פאר הורדוס.

פון בית שמאי און בית הלל, די זוגות, האבן דאך יעדע תינוק בן יומו געהערט, יוסיפון נישט! אזוי אויך גאר אסאך אנדערע גדולי עולם פון יענע תקופה ווערן בשיטה איגנארירט כאילו לא היה. פון די אנדערע זייט פארלענגערט ער ווי שטארק ער קען נאר אויף אנדערע מינדערוויכטיגע פערזאנען פון יענע תקופה. און נישט נאר אויף די פרייע קעניגן און פירער שרייבט ער וואס עס לאזט זיך נאר, נאר אויף זייערע קנעכט, ווייבער און הנאות שרייבט ער כאילו עס איז איינעם אינטערעסאנט. אפילו דאס אז הורדוס האט אין א יאגד געכאפט 40 חזירים (א גליק אויף זיין קאפ) פילט ער פאר וויכטיג צו שרייבן.

פון זיין שרייבן קען זיך בטעות שאפן א בילד כאילו אין יענע תקופה האבן נישט געלעבט קיין חכמים און די תורה האט ח"ו נישט געהאט קיין שום השפעה אדער כח אין כלל ישראל, כאילו מ'רעדט פון עפעס א ווילד-פרעמד פאלק וועלכע איז נישט געשטאנען ביים בארג סיני און מקבל געווען תורה שבכתב ובע"פ. ה"י.

כת הפרושים??
א חוץ פון זיין אגנארירן די גרויסע חכמים, איז ער נאך מוסיף חטא על פשע און ווען ער שרייבט שוין יא וועגן די חכמים שרייבט ער מיט א געוואלדיגע העצע און שנאה. ווי למשל ער שרייבט אן קיין בושה "ביי די אידן איז דא א כת פון מענטשן וועלכע טראכטן אז ווען עס קומט צו די תורה פארשטייען זיי דאס בעסטע, און דער אייבערשטער האט נאר זיי ליב, דאס זענען די פרושים" (קדמוניות יז ב). רח"ל. קודם כל פון ווי האט ער גענומען דאס חוצפה פון שרייבן אויף די חכמים אז זיי זענען געווען א כת? און לאמיר זאגן אז מ'וועט אים דן זיין לכף זכות אז ער האט זיך נישט גוט אויסגעדריקט, ער האט געמיינט צו זאגן אז זיי זענען געווען א קליינע גרופע פון מענטשן. דאס איז א שקר וואס יוסיפון אליינס איז מודה אז די פאקט איז געווען פונקט פארקערט. יוסיפון אליינס איז געצווינגען מודה צו זיין (קדמוניות יג י) אז די השפעה וואס די חכמים האבן אויפן פאלק איז אזוי שטארק אז אויב וועלן זיי זאגן עפעס אנטקעגן דעם כהן גדול אדער דער קעניג, וועט דאס גאנצע פאלק נישט פאלגן דעם כהן גדול אדער דער קעניג, נאר טוהן וואס זיי הייסן.

שנית כל, דאס אויסדרוק פון 'פרושים' געפינט זיך נישט אין ערגעץ אין חז"ל אלס אן אויסדרוק פאר די ערליכע אידן. אין משניות און אין גמרא ווערן די תלמידי חכמים און זייערע תלמידים אנגערופן 'חכמים' אדער 'חברים'. דאס אויסדרוק 'פרושים' איז א שפעט ווארט וואס די צדוקים האבן באטיטלט די חכמים, און עס האט געניצט חוזק צו מאכן פון די חכמים כאילו זיי האבן זיך אפגעשיידט פון כלל ישראל און העלפן נישט שלעפן דעם עול. אזוי אויך די ערשטע קריסטן האבן אזוי באטיטלט די חכמים ווען זיי האבן אטאקירט די חכמים.

אפילו עס איז יא דא געציילטע פלעצער אין חז"ל ווי עס ווערט יא דערמאנט דאס אויסדרוק 'פרושים', דאס איז נאר ווען חז"ל ברענגט נאך די ווערטער פון די צדוקים. ווי למשל אין די משנה פון מסכת ידיים ברענגט נאך די משנה אפאר וויכוחים צווישן חז"ל און די צדוקים, שטייט דארט אזוי,די צדוקים זאגן: נעמטס אן אויף ענק פרושים. אזוי אויך ווען די גמרא ברענגט נאך אז ווען א לץ, א שלעכטע הארץ און א בליעל האט אויפגעהעצט ינאי המלך קעגן די חכמים, האט ער געזאגט פאר ינאי: די פרושים האבן אויף דיר א שווערע הארץ.

אין מסכת חגיגה שטייט טאקע אז די קליידער פון עמי הערצים איז טמא פאר פרושים. אבער דארט מיינט עס די גרויסע מדריגה וועלכע טייל תלמידי חכמים פון יענע דור זענען געווען, אז זיי האבן זיך אפגעשיידט פון יעדע סארט חשש פון א חשש טומאה, אבער עס איז נישט געווען געווען קיין גרופע נאר א פאקט אז זיי געווען אפגעשיידט פון טומאה.

יוסיפון איז נאך אלץ נישט צופרידן, ער שרייבט עטליכע מאהל אז כלל ישראל איז געווען איינגעטיילט אין דריי: פרושים, צדוקים און איסיים. מיט דעם האט יוסיפון פארדרייט דעם אמת מיט'ן אויפהייבן די איסיים צו א גרויסע ציבור ענדליך צו (להבדיל) די חכמים. די פאקט איז אזוי אנדערש, אז די חכמים האבן אפילו נישט געפילט פאר וויכטיג זיי צו דערמאנען. עס איז דא וואס ווילן זאגן, אז דאס וואס די גמרא שרייבט אז די חיצונים פלעגן באדעקן זייערע תפילין מיט גאלד, אז דאס גייט ארויף אויף די איסיים. אבער פון צו מאכן פון זיי א גאנצע עסק כאילו זיי זענען געווען גאר א גרויסע טייל פון כלל ישראל, דאס איז זיכער א שקר וואס האט נישט קיין הענט און קיין פוס.

א חוץ פון דעם וואס ער פראבירט צו אריינשטיפן פאר'ן ליינער אין מוח, כאילו די חכמים זענען געווען נישט מער פון א דריטל כלל ישראל, און צוויי דריטל זענען געווען אפיקורסים. ווען אין מציאות האט דאס נישט אפילו קיין ברעקל פון אמת.

צדוקי אדער גאר א קריסט?

נאך א וואונדערליכע מעשה וועלכע ווערט נישט דערמאנט אין יוסיפון, איז דעם נס פון טרעפן א קריגל שמן כ"ה כסלו וואס דעריבער פראווענען מיר א יו"ט חנוכה פאר אכט טעג. ווען ער דארף מסביר זיין פארוואס די יו"ט חנוכה ווערט אנגערופן חג האורות אדער חג הנרות, ווערט ער אינגאנצן א תמים און ער שרייבט (קדמוניות יב ז) אז דעריבער הייסט חנוכה חג הנרות אדער חג האורות, איז צוליב דעם וואס די אידן זענען נאכאמאל ערלויבט געווארן צו גיין לויט זייערע רעליגיע און לויט זייער רצון, און עס איז געקומען אין אזא איבעראשונג ווי א בליץ אינעם העלן טאג. פון די נס פון טרעפן דעם פח שמן, פון די נס אז די ליכט האבן געברענט פאר אכט טעג, ווי וואונדערליך האט יוסיפון נישט געוואוסט און נישט געהאט קיין איינונג דערפון צו זאגן אדער פארציילן.

למעשה איז דאס נישט קיין שום חידוש אז יוסיפון פראבירט צו פארדרייען די נס חנוכה כלא היה, רוב רובו וואס יוסיפון האט געשריבן פון איידער זיין תקופה האט ער גענומען פון 'ספר חשמונאים'. ספר חשמונאים איז לויט רוב היסטאריקערס און פארשער'ס נתחבר געווארן אדורך א צדוקי צוליב עטליכע סיבות. קודם כל ווי איז די ספר נעלם געווארן? און עס ווערט נישט דערמאנט נישט אין משנה, נישט אין גמרא, נישט אין ערגעץ. ווי אזוי קען זיין אז אזא וויכטיגע היסטארישע ספר איז ווי נעלם געווארן אין דער ערד? און שנית, עס איז געווען א שטארקע איסור אין יענע צייטן צו שרייבן סיי וועלכע ספר חוץ פון חמשה חומשי תורה, אפילו די משנה און גמרא איז לויט רוב ראשונים געשריבן געווארן שפעטער, אין די תקופה פון די רבנן סבוראי (רש"י עירובין סב:, ריטב"א כתובות יט:, הקדמת סמ"ג) איז ווי אזוי האט אן ערליכער איד פשוט אנגעפיפן דעם איסור פון שרייבן סיי וועלכע ספר?

בדרך אגב, יוסיפון האט געהאט פול מער פון א שמינית שבשמינית גאווה, און געווען איבערגעפילט מיט גאווה שקר (אדער דמיונות). עטליכע דגמאות: ער שרייבט ברוב ענוותנתו "דאס אידישן פאלק טוט פרייוויליג באשטעטיגן אז איך שטייג פול איבער אין לערנען" (קדמוניות כ יא). אדער למשל שרייבט ער "איך האב פאראויסגעזאגט פאר אספסיינוס אז ער גייט ווערן דער קייזער". ער מאכט פשוט איין טעות, איינער האט טאקע פאראויסגעזאגט פאר אספסיינוס אז ער גייט ווערן קייזער, אבער דאס איז נישט געווען ער, נאר א צווייטער מיטן נאמען רבי יוחנן בן זכאי. (גיטין נו)
יוסיפון שעמט זיך נישט אז ער שרייבט לויב ווערטער אויפן אותו איש ימ"ש (קדמוניות יח). די קריסטליכע קירכע האט אסאך געבויעט אויף זיינע ווערטער, ווייל עס קומט פון א איד און ספעציעל פון אזא איד. דא שטעלט זיך שוין די גאר הארבע קשיא, ווי אזוי טרויט זיך א איד צו שרייבן דברי שיר ושבח אויף אזא קליפה? וואס די חכמים האבן גע'פסק'נט אז ער איז געווען א כישוף מאכער, א מסית ומדיח, א חוטא ומחטיא את הרבים און בנוסף צו אלע מעלות איז ער געווען א פשוטע ממזר על פי דת משה וישראל.

נאר אויב אזוי ווי אזוי האבן די ראשונים נאכגעברענגט זיינע ווערטער? לכאורה פון דעם קען מען זעהן אז מ'מעג יא לערנען זיינע חיבורים. אבער יעדער איז מודה אז קיינער קען קיינמאל נישט פארשטיין אפילו א הוה אמינא פון א ראשון, און ווער קען דען מסביר זיין זייערע פירושים וועלכע זענען אלע געשריבן געווארן מיט רוח הקודש? נאר עס איז אינטערעסאנט צוצוצייכענען א יערות דבש פונעם הייליגן רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל אויף פורים, ווי ער ברענגט א ראיה פון "הבייבל שלהם" כלשונו (ער מיינט מיט דעם די טמא'נער חיבור פונעם אותו האיש ימ"ש), און בנשימה אחת דערמאנט ער יוסיפון. וועט זיך דען איינער דאכטן אז וויבאלד דער הייליגע רבי ר' יונתן האט דאס אראפגעברענגט, מעג מען דען אפילו א בליק געבן דערין? ח"ו! נאר די גדולים האבן געהאט זייערע כוונות און מחשבות וואס קיינער וועט קיינמאל נישט קענען אנפאנגן צו פארשטיין.

מלשין כי ימלוך
יוסיפון איז געווען זייער געטריי צו די גויאישע קעניגן אין ארץ ישראל אייניקליך פון הורדוס, וועלכע האט זיך געהאלטן ווי דער ממשיך פון די מלכי בית חשמונאי. ווען יוסיפון שרייבט וועגן די אכזריות'דיגע רציחות פון יוחנן (ינאי, הורקנוס דער ערשטער) ווען ער האט גע'הרג'ט די חכמים, שרייבט ער די פאלק האבן מקנא געווען אין די הצלחות יוחנן אין זיינע מלחמות, זענען זיי אויפגעשטאנען קעגן אים (מלחמות א, ב). אזא לעכערליכע טענה קען נאר יוסיפון אויסטרעפן, און צו אלע זיינע מעלות זיך נישט שעמען צו שרייבן. וועלכע פאלק שטייט אויף קעגן זייער אייגענעם קעניג צוליב זיינע הצלחות אינעם שלאכט פעלד? וועלכע פאלק איז מקנא דעם קעניג ווען ער איז מצליח? די פשוטע דעת זאגט פונקט פארקערט, ווען דער קעניג איז מצליח איז יעדער שטאלץ מיט אים, ווען עס איז פארקערט ווערט אן איבערקערעניש ביים פאלק.

נאכמער, אין זיין צווייטע ספר (קדמוניות י"ג, י) שרייבט ער זייער באריכות בפרטי פרטים וועגן אלע קעניגן במלכי הורקנוס, אבער פונעם אויבן דערמאנטע ווידערשטאנד איז נישט קיין זכר. דער אמת איז זייער פשוט, די צדוקים האבן אויסגעטראכט דעם אויפשטאנד אנצורייצן ינאי אז ער זאל אדורכפירן די שחיטה אויף די חכמים.

יוסיפון וועלכע האט געצויגן זיין אינפארמאציע פון צדוקישע ספרים, פראבירט מיט זיינע שטערקסטע כוחות אראפצולייגן כלל ישראל ווי א צוווילדעוועטער פאלק וועלכע פאלגט נישט קיינעם און טוט ככל העולה על רוחה, און קיינער טוט זיי נישט איינטיילן וואס צו טוהן, און אייגענטליך שעפט זייער חיות פון מלחמות און טיילן צרות פאר יעדעם. פארשטייט זיך אז די גויאישע היסטאריקערס באלעקן זיך די פינגער מיט די ווערטער, אבער די פאקט איז דאך אזוי אנדערש, כלל ישראל וועלכע איז געווען אינטערגעווארפן אינטער די חכמים און געפאלגט בלינדערהייט וואס די חכמים האבן נאר געהייסן (ווי ער אליינס איז מודה), איז געווען אזוי אנדערש פון די "טראבעל מעיקערס" וואס ער פראבירט אראפצולייגן.

ערליך אויף זיין וועג, לייגט אראפ יוסיפון די פאסירונג וועלכע האט פאסירט סוכות אין ביהמ"ק ווען דער קעניג ינאי (דער צווייטער- אלכסנדר) האט געגאסן די וואסער אויף זיין פוס אנטשטאט צו גיסן אויפן מזבח ביי ניסוח המים, און דער ערשטוינטע עולם האט פאר כעס און קנאות אים באשטיינערט מיט זייערע אתרוגים, פאר די חוצפה פון טוהן קעגן די חכמים ברבים אין ביהמ"ק. ינאי המלך וועלכע האט פארשטאנען וואס זיין פראוואקאציע וועט טוהן צום ערליכן עולם, האט שוין אנגעגרייט בזמן זיינע גואישע סאלדאטן, ווי נאר די עולם האט אנגעהויבן ווארפן זייערע אתרוגים האבן זיך די סאלדאטן א לאז געטוהן אויפן עולם און גע'הרג'ט 6000 אידן און זייער בלוט האט זיך געגאסן אויפן ערד פונעם ביהמ"ק. יוסיפון האט גאר א צווייטע בליק דערויף, ווי ער שרייבט אז די אידן האבן געמאכט א פלאן צו הרג'נען דעם קעניג בפרהסיא ווען ער שטייט אויפן מזבח, און ער איז אזוי נעבעך אומשולדיג אטאקירט געווארן אדורך דעם צווילדעוועטן עולם און איז געראטעוועט געווארן אין די לעצטע מינוט נאר דורך זיינע גואישע סאלדאטן. די גמרא דערמאנט שוין די פאסירונג, אבער דערמאנט נישט ביי וועלכע דאס האט פאסירט, יוסיפון אנדעקט ווער דער פראוואטאקירער איז געווען.

דער קעניג ינאי האט איבערגעדרייט דעם פאלק צו א ביטערע שונא, ווען ער זיך גערייצט מיט די אידישע געפילן און זיך אנגעפיפן אויפן תורה בריש גלוי, און האט גע'הרג'ט פון זיינע אידישע אינטערטאנען 50 טויזענט ערליכע אידן אין זיין קעניגרייך (קדמוניות י"ג, י"ג). פארשטייט זיך פאר יוסיפון איז ינאי געווען גערעכט, און ער האט נאך די העזה צו בארעכטיגן זיינע שענדליכע טאטן און דאס איז געקומען צוליב דעם וואס די ערליכע אידן האבן געמאכט א ווידערשטאנד אויף אים. זיין טענה קען מען זייער פשוט אפפרעגן, יוסיפון באווארפט יעדעם מיט מינדערוויכטיגע פאקטן און זייטיגע מעשיות אויף יעדע מלחמה און שלאכט וואס כלל ישראל האט נאר געהאט, אבער אויף די ווידערשטאנד וואס האט זיך געצויגן 6 יאר לויט אים, ווייזט ער נישט גארנישט, נישט קיין מעשה פון א שלאכט, קיין איין באשרייבונג פון א קריג, גארנישט. און עפעס זייער אינטערעסאנט, א ווידערשטאנד וועלכע צוהט זיך 6 יאר, ווייסט ער נישט פון קיין איין סאלדאט אדער געטרייע מענטש פאר ינאי וועלכע איז אויך געשטארבן אינעם שלאכט. פון די ערליכע אידן איז געשטארבן 50 טויזענט ווידערשטענדלער, אבער פון די אנדערע לאגער ווייסט מען נישט פון קיין פארלוסט.

די מסקנא איז זייער פשוט, די "ווידערשטאנד" איז קיינמאל נישט געווען, פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער, עס איז פשוט געווען א רעגירונג פון טעראר, און מארד. יעדער ערליכע איד וועלכע איז נישט געווען צופרידן ווי אזוי דער קעניג לאכט זיך אויס פונעם תורה (רח"ל) איז גע'הרג'ט געווארן, מענער ווי פרויען און קינדער.

אנדערש ווען די צדוקים זענען געזיצן ביים רעדל, וואס דעמאלס האט כלל ישראל נאר געליטן צרות צרורות, מלחמות איינס נאכן צווייטן, עקאנאמיע וואס איז געווען טיעף אין דער ערד. אינעם לאנד אליינס האט געהערשט א תוהו ובוהו, רציחות אין אלע גאסן, מענטשן האבן מורא געהאט צו גיין אויפן גאס אליינס אומ-באוואפנט. איז געווען די ניין גליקליכע יארן וואס כלל ישראל האט געהאט ווען די ערליכן שלומציון איז געווען קעניגן (שלציון-שלומית), און חז"ל מיט רבי שמעון בן שטח בראש האט געפירט די מלוכה אלע אנטלאפענע פון ארץ ישראל האבן זיך צוביסלעך צוריקגעקערט, די עקענאמיע האט געבליעט, די תפיסות זענען געווען ליידיג. די הערליכע תקופה לאזט אויס יוסיפון, ווען ער דערמאנט דאס שוין יא, ווערט די מלוכה ביטער אטאקירט, אפילו ער אליינס דארף מודה זיין אז די עקנאמיע און רואיגקייט וואס האט גערוהט און געבליעט אונטער שלומציון, איז געווען העכער פון אלע ערווארטונגען.

יוסיפון וועלכע האט גאר אסאך צו דערציילן אויף קעניגן וועלכע האבן געקעניגט אויף איין יאר, קען זיך נישט פארגינען א גוטע מעשה'לע, א שיינע פאסירונג, און א נאבעלע עובדה איבער די 9 גליקליכע יארן. לדוגמה: זי (שלומציון) כאפט זיך נישט וואס עס איז גוט אדער שלעכט (פאר די צדוקים), זי האט געברענגט אז די אלע ארגינעלע מלוכה פירער (די צדוקים) איז אין אזא ביטערע מצב אז זיי אליינס ווייסן נישט וואס זיי טוהן. זי איז ארומגערינגעלט מיט שונאים פון איר משפחה (רבי שמעון בן שטח און די חכמי סנהדרין) און זי לאזט איבער די קעניגרייך אן קיין פאסיגע מענטשן (צדוקים). אפילו מיט איר אומ-אחריות'דיגע פירערשאפט האט זי וואונדערליך מצליח געווען צו האלטן אויפן אחדות פונעם פאלק. (קדמוניות יג יז) . נאך עטליכע צוטאטן: זיי (די פרושים) האבן גערופן פאר אלע וועלכע זענען אנטלאפן פון ארץ ישראל זיך צוריקצוקערן קיין ארץ ישראל (קדמוניות ט"ז ב). זי איז טאקע געווען אויפן בענקל אבער זי האט זיך געלאזט פארפירן פון די פרושים (קדמוניות יג ט"ז). עס איז זיכער אז זיין קריטיק אויפן קעניגן קומט נישט פאר'ן פירן אזוי גוט די לאנד (אפשר קומט עס פון קנאה, ווי ער האט פריער געשריבן...), נאר פאר'ן ערלויבן די חכמים צו פירן די לאנד ווי אזוי זיי פארשטייען.
#שקרן פארענטפערט אנדערע שקרן

רוב היסטאריקער זענען געגאנגען אין יוסיפון'ס פיס טריט, און זיי נעמען אן דאס וואס ער שרייבט אז מרים החשמונאית איז געווען די מאמע פון הורדוס'ס קינדער, אזוי האט הורדוס באקומען דאס כבוד פון מלכות בית חשמונאי. די אמת'ע מעשה שטייט אבער גאר אנדערש אין חז"ל, אין די צייט פון הורדוס איז געווען טאקע גאר מסוכן צו דערציילן דעם אמת איבער זיינע קינדער, אבער יוסיפון האט דאך געלעבט פיל שפעטער. די גמרא דערציילט אז הורדוס האט געוואלט חתונה האבן מיט מרים צוליב איר יחוס, זי האט זיך אבער נישט געוואלט מטמא זיין אדורך חתונה האבן מיט א גוי, איז זי אראפגעשפרינגען פונעם דאך און אזוי זיך גענומען דאס לעבן, אבי נישט חתונה האבן מיט דעם גוי. הורדוס האט דאס זייער נישט געשמעקט, האט ער איר באהאלטן אין האניג כדי מ'זאל זאגן אז ער האט חתונה געהאט מיט איר און קיינער זאל נישט וויסן דעם אמת. (בבא בתרא ג: )

פארוואס האט זיך יוסיפון צוריקגעהאלטן פון זאגן דעם ריינעם אמת? ער האט דאך געלעבט 100 יאר נאך הורדוס, צו האט אים דער טויטער הורדוס דערשראקן? נאר די סיבה איז זייער פשוט, יוסיפון האט זיך גענומען פאר א שליחות צו גרויס מאכן הורדוס איז זיין משפחה ווי מער מעגליך. נאכמער, יוסיפון איז געווארן אויפגענומען אדורך אגריפס דער צווייטער (אן איר אייניקל פון הורדוס) צו באשרייבן זיין משפחה און פארשענערן די בליק וואס דער עולם האט געהאט אויף זיין משפחה. ער אליינס איז זיך מודה אז ער האט באקומען צוויי און זעכציג הסכמות אויף זיין חיבור פון אגריפס (חיי יוסף פרק ס"ה). שטעלט זיך די שאלה, וועלכע מענטש באקומט אן הסכמה אויף זיין חיבור 62 מאהל פונעם זעלבן מענטש? צו איז דען 1 מאל נישט גענוג? נאר אגריפס האט אים געהייסן פארבעסערן און טוישן פאקטן 62 מאהל ביז עס איז אים געפאלן דאס חיבור, און אים ערלויבט ארויסצוגעבן דאס חיבור אויפן גאס.

נאך א 'חשובע' פערזאן וואס האט זיכער נישט אינזינען געהאט די טובה פון כלל ישראל, און יוסיפון איז געגאנגען נעמען אן הסכמה אויף זיין חיבור, איז געווען טיטוס הרשע (חיי יוסף פרק ס"ה). דער זעלבער טיטוס וואס האט אריינגעשטאכן א שווערד אינעם פרוכת, דער זעלבער טיטוס וואס האט גע'הרג'ט און פארטריבן די אידן אין גלות אריין, פון אים איז יוסיפון געגאנגען נעמען אן הסכמה. צו זאגט דאס נישט עפעס אויף זיין חיבור?

אפילו די היסטאריקער וועלכע ווילן זיך באצוען אויף יוסיפון און עס איז זיי שווער צוליב די קשיות, און זיי ווילן ענטפערן אז יוסיפון האט מורא געהאט פון טיטוס, דעריבער האט ער געשריבן די שטותים והבלים, און עס איז נישט געווען במזיד נאר באונס. סיי ווי אזוי מ'וויל נאר אננעמען, וועט מען נאך אלס נישט קענען לייקענען די פאקט אז יוסיפון האט פארדרייט דעם אמת און געשריבן א פאלשע היסטאריע ביכל.

נישט נאר ער האט גענומען אן הסכמה פון טיטוס הרשע, האט ער נאך אויפגעהעצט די גוים אנטקעגן די אידן. ווען ער האט אראפגעלייגט אין זיינע חיבורים אז אגריפס איז באמת א וואוילער קעניג געווען, און ער האט נישט געוואלט מלחמה האלטן מיט די רומאים. נאר די אידן זענען געווען דער וועלכע האט אנגעדרייט די גאנצע מלחמה, און זיי האבן שטענדיג זיך פראבירט צו רייצן מיט די רומאים און קיינמאל נישט געוואלט אננעמען א שלום אפמאך צווישן די צוויי פעלקער. איבעריג צו זאגן אז די אנטיסעמיטישע ווערטער האט אנגעמאכט א שרעקליכן חורבן אויף כלל ישראל, ווען די רומאים האבן נקמה גענומען פונעם פארטריבענעם פאלק. און אפילו מ'זאל אננעמען אז וואס ער האט געשריבן איז געווען אמת, פארוואס האט דאס אויסגעפעלט צו שרייבן? וואספארא טובת הנאה האט ער געהאט אז די רומאים ווערן אנגערייצט אנטקעגן די אידן? און אפילו מ'וועט אננעמען אז טיטוס האט אים דאס געהייסן טוהן, צו מעג מען דאס טוהן צו פארקויפן די נשמה צום שטן צוליב תאוות הממון וכבוד?

#פאלשע באשולדיגונג, ליגענטס און בלבולים.

אנצוהאלטן ווייטער זיין מנהג צו באשמיצן די ערליכע און בארימען די נישט-ערליכע, שפינט ווייטער יוסיפון זיינע חלומות און ער האקט זייער שטארק אנטקעגן דער גענעראל וועלכע איז געווארן אויפגענומען אדורך די חכמים, יוחנן פון גוש חלב, ווען ער לייגט אים אראפ מיט גאר שווארצע און מיאוסע פארבן. אפילו ער אליינס שרייבט אז רבן שמעון בן גמליאל איז געווען מיט יוחנן א ידיד נפש (חיי יוסף פרק ל"ח), האלט ער זיך נישט צוריק פון באשמיצן ווען ער קען נאר דעם יוחנן פון גוש חלב.

ווי למשל, יוסיפון באשולדיגט אים אין נישט מער און נישט ווייניגער אז ער האט פארברענט די אוצרות פון האלץ, און שפייז וואס מ'האט אוועקגעלייגט פאר'ן באלאגערונג. יוחנן איז געווען גאר ווייט פון אזעלכע מעשים כרחוק מזרח ממערב, אדברה, ער האט אייגענטליך אוועקגעלייגט און פראבירט צו באשיצן אט די אוצרות. ער האט במשך צוויי יאר, ביז דער בריון שמעון בן גירא איז אריינגעקומען אין שטאט, אוועקגעלייגט און געזאמעלט אוצרות פון האלץ און שפייז על כל צרה שלא תבוא. יוסיפון אליינס שרייבט אז יוחנן האט צוזאמגענומען געלט פאר די מלחמה, אבער יוסיפון באשולדיגט אים אז יוחנן האט גע'גנב'ט די געלט פאר זיך.

צוליב די טויזענטער יארן וועלכע איז שוין פארלאפן זייט דעמאלס, איז זייער שווער צו פארטיידיגן יוחנן און אים אינגאנצן ריינוואשן פון די אלע חטאים, עוונות ופשאים וואס דער יוסיפון פראבירט ארויפצושמירן אויף אים. אבער איין זאך קען מען יא זאגן, עס איז דא א מאמר החכם וואס זאגט: זאג מיר ווער דיינע חברים זענען, וועל איך דיר זאגן ווער דו ביסט. אז מ'זעהט ווער דער חבר פון יוחנן איז געווען (רבן שמעון בן גמליאל) און מ'זעהט ווער די חברים פון יוסיפון איז געווען (טיטוס הרשע, אגריפס, און יעדער וואס האט נאר פיינט אידישקייט), בלייבט נישט קיין צל של ספק ווער איז גערעכט, ולמי החותמות והפסולים.

יוסיפון אליינס שרייבט אז די שנאה פון יוחנן אויף אים איז געווארן שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג (פשוט, ווייל דאס פאלשקייט פון יוסיפון איז געווארן מער אנטפלעקט יעדן טאג), און יוחנן האט געבעטן פון רבן שמעון בן גמליאל אז ער זאל מיר אפזאגן פון מיין שטעלע אלס קריג פירער פון דרום טייל ארץ ישראל. רבן שמעון בן גמליאל האט אבער נישט געוואלט און ער האט נישט מסכים געווען צו וואס יוחנן האט געבעטן. אלס הכרת הטוב, האט יוסיפון זיך ערלויבט אריינצוווארפן עטליכע גוטע ווערטער אויף רבן שמעון בן גמליאל, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, שרייבט ער אזוי: דער שמעון (אזוי שרייבט מען אויף א תנא וועלכע האט געקענט מחיה מתים זיין?) איז א קינד פון די פרושים, און ער איז א קליגע מענטש, און ער האט פארשטאנען אז מ'טאר נישט אוועקשיקן אזעלכע געלונגענע מענטן ווי מיר. (חיי יוסף ל"ח) דאס איז א בפירושע סתירה צו זיין שנאה קעגן די חכמים און די ערליכע אידן, און ספעציעל קעגן רבן שמעון בן גמליאל, וואס ער האט אים געוואלט איינשפארן אין תפיסה (חיי יוסף מ')

זיינע באשולדיגונגס און מלשינות קעגן די חכמים און זייערע מיטהעלפער ענדיגט זיך נישט דא, עס גייט ווייטער. ער שרייבט: די פרושים זענען געווען זייער הארטנעקיג קעגן די קעניגן, ווען גאנץ כלל ישראל האט געשוואוירן טריישאפט צום רומישן קייזער און צו קעניג הורדוס, האבן די פרושים נישט געוואלט שווערן טריישאפט און געווען גרייט אפילו צו טוהן וואס זיי האבן נאר געקענט אנטקעגן די רומשיע קייזער. די ווערטער אפילו עס וואלט ווען געווען אמת, טאר דאס בשום אין אופן נישט ווערן דערמאנט אדורך א איד, חוץ פון שפיכות דמים און רציחה וועט דאס גארנישט אויפטוהן. ווי אזוי דארף דאס די רומישע קייזער באטראכטן? ווי אזוי קענען די אידישע חכמים זיך שטעלן פארן קייזער און בעטן פאר זייערע אידישע ברודער וועלכע ווערט אונטערדרוקט אונטער די רומישע נעגל?
יוסיפון איז געגאנגען גאר ווייטער פון סתם מלשינות, ער האט פשוט אויסגעטראכט שקרים אויפן חשבון פון אונזערע הייליגע חכמים. ווער עס קוקט נאר אריין אין גמרא וועט גראד זעהן ווי אזוי די חכמים האבן אייביג געוואלט שלום מאכן מיט עשיו, זיי האבן זיך קיינמאל נישט געזיכט צו קריגן מיט די גוים, ספעציעל נישט אין יענע תקופה. ווי אזוי קען קומען א איד, מזרע אברהם יצחק ויעקב, און שרייבן אזעלכע לגיונות אויף די חכמים, די חכמים האבן געזיכט וואס צו טוהן און געווען גרייט צו טוהן וואס אימער קעגן די רומאים? ווי אזוי נעמט א איד די אחריות פון צו לייגן די חכמים אין אזא סכנה?
און נישט גענוג וואס ער מיט זיינע חברים די צדוקים זענען געווען שולדיג אינעם חורבן בית שני, וואלט זיך געוואלט איינעם דאכטן אז די שילד געפילן האט אים געגעסן ביים הארץ און ער האט פראבירט זייענדיג א מקורב לבית המלכות, זייענדיג א נאנטע חבר פון טיטוס, עפעס א טובה צו טוהן פאר די אידן וועלכע זענען געווען אזוי צושלאגן און פארפיייניגט? אז מ'זעהט ווייטער זיין לעבן ווערט מען געוואר א נעכטיגן טאג! עס איז אים קיינמאל נישט בייגעפאלן צו בעטן עפעס פאר זיינע ברודער, בשעת זיי זענען געזיצן און געקלאגט אויפן חורבן, האט ער געהאט א לעבן אין טיטוס'נס פאלאץ.

#תמצית הדבר

מ'דארף זייער נזהר זיין ווען מ'ליינט זיינע חיבורים צו עס איז נישט סותר מיט א מאמר חז"ל, צו מיינט ער נישט זיין פערזענדליכע כבוד, און צו איז ער זיך סותר מיט זיינע אייגענע ווערטער. ווייל סתם אזוי צוצולייגן צו א סיפור פון חז"ל, אדער פאר א שיינע מעשה קען ער אפשר גוט זיין, אזוי ווי מיר האבן שוין פריער געזאגט אז רש"י ברענגט אים נאך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29853
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדאוונע! געליינט און געקוואלן!

#מיר-האפן-איר-פארבלייבט-דאהי
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

הערליך שיין

מיר האבן גראדע א אשכול אויף אונזער וועלטעל וואס בארירט די נושא
יוסיפונ'ס אפענע סתירות מיט חז"ל
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7236
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הערליך שיין און טיף
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12742
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואוי, שוין דעם צווייטן ארטיקל אין דעם זעלבן טאג, ס'איז א נחת צו ליינען אייער שריפט.

לעצם הענין איז טאקע אינטרעסאנט וואס מיט אים איז געווען.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אומגלויבליך!!!

חברה, מיר האבן אריינבאקומען דא א פיינעם העכטל...

בלייב'זשע נאר דא, מיר באלעקן זיך מיט דיינע ווערק!
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע:איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

איז נישט מעגליך אז די יונים ווען זיי האבן עס איבער געשריבן האבן זיי עס ארום געבאבערט אין געלאזסט נאר וואס זיי האבן געוואלט
איפה פייוויש?
דא בין איך
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט דא. למעשה זעהט מען אז די רמ"א און נאך אסאך האבן יא אנגענומען זיין ספר אלס אויטענטיש. וואס איז טאקע פשט? האבן זיי נישט געהאט אלע בענדער צו וואס?
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

שוין זייער זייער לאנג נישט געזען אזא בקיאות אין היסטאריע!
יישר כח.
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3380
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

רבייוד איך האב נישט כוח מאריך צו זיין, די קוקסט אן די ספר מיט א פאלשן בליק, די קוקסט מיט א שפאקטיוו פון אמעריקא פון צוויי טויזנט יאר אלט! פוגאר אן אנדערע סארט angle, דיין פערספעקטיוו איז אינגאצען פאלש, די פארגעסט איז דאס לעבן דעמאלטס איז געווען אנדערש, די אינטערעס איז געווען אנדערש.

מ''עןמיינען אז יוסיפון האט געלערנט גמרא אין ער האט בדווקא באשלאסען נישט צו שריבען די מעשיות, ער איז געווען אסאך פריער, ער האט געשירבען וואס עס האט עם אינטערסירט, ניין ער איז נישט געווען "א כולל יונגערמאן" אין הלל'ס ישיבה, ער איז געווען א זעלבסשטעניגער סאלדאט, וואס האט אנגעקוקט חז"ל, אזוי ווי רוב אינטערנעט שרייבען קוקען היינט אן די עדה החרדית.

די שטעלסט אוועק כאילו מען האט די צוויי מקורות פון היסטאריע חז"ל און יוסיפון, אבער ח"ו חז"ל איז נישט היסטאריע, חז"ל האבן געקליבען וואס איז וויכטיג לדורות, זיי האבן ארויסגעברענדט פאר אונז וואס איז הייליג, זיי לאזן אונז וויסן דער בליק ווי אזוי א תורה'דיגע אויג האט געקוקט אויף די חורבן, אדער אויף די פילע מחלוקת'ן דעמלאטס. יוסיפון קוקט עס אבער אן מיט פליישיגע אויגן.

איין דוגמא, אונז ווייסן טיטוס האט אויפגעגעבן ווען ער האט געזען ווי די חומה זינקט.
חז"ל לערנען אונז אז דאס איז געווען סי' פון הימל!
יוסיפון געבט עס צופארשטיין ע"פ הגיון, פון די פילע טונעלן, מען האט געגראבן אונטער די חומה.

אלע דינע פונקטן זענען פיין ווי אזוי די ברענגסט אראפ, אבער ווען די לייגסט אין פערספעקטיוו, און די קוקסט פון די ריכטיגע angle, וועסטו קומען צו די זעלבע מסקנא וואס רש"י איז געקומען: "יוסיפון איז מער וועהניגער פארלעסליך".

געדענק, ווען יוסיפון וואלט געלעבט היינטיגע צייטן ואלט ער געהאט א בלאג אויף גוגל, ער וואלט נישט געזיצן אין כולל! אין ממילא.... ער וואלט געווען ביזי מיט פאליטיק... נישט מיט וואס עס גייט אר אין די עדה החרדית, און אויף זיי וואלט ער מסתמא אויך וואס צו זאגן...

די קוקסט אן "הלל", צוויי טויזנט יאר שפעטער, ער האט אנגעקוקט הלל, ווי די קוקסט אן רבי טובי' ווייס.
פארשטייסט?
ע"כ
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע:ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

יישר כח,
הערליך באשריבן און קלאר צולייגט אלע טענות קעגן אים.

למעשה דאס וואס דו שרייבסט דא איז ווארט ביי ווארט פון דעם לעגענדארן היסטאריקער הרב יצחק אייזיק הלוי ראבינאוויטש פון האמבורג אין זיין ספר 'דורות הראשונים' און בשיטתו איז אויך געגאנגען הגה"צ ר' אביגדור מילער און זיין ספר 'עם סגולה' וואס מיט די טענות ווייזן זיי אויף אז ער איז געווען פון די חיצונים ווי זיי רופן אים, נישט ממש א צדוקי.

עס איז אבער וויכטיג צו באמערקן, אז אפילו לשיטתם איז ער באגלייבט. זייער גאנצע מהלך היסטאריע איז אויך געבויעט אסאך אויף יוסיפינ'ס רייד ווען ער דערציילט במסיח לפי תומו.

פון די אנדערע זייט, די פאקט אז אזויפיל פון אונזערע גדולים וקדושים ברענגען אים אראפ און פרובירן אים צו פארענטפערן, ווייזט יא אויף עפעס צו בארעכטיגן די פארענטפערערס.

א לענגערע אפהאנדלונג וועגן אלע צדדים, בעיקר אים צו פארענטפערן איז געלאפן אין 'דער בלאט' די פארגאנגענע יאר אונטער דעם קאלום 'די היסטאריע פון תקופת בית שני' דורך 'שי"ק'. דער קאלום איז דער לענגסטער פארזעצונג אינעם בלאט און לויפט שוין זינט דער בלאט האט אנגעהויבן ערשיינען.

יישר כח עני וועי. ביטע זיי ממשיך. עס איז נאך אפן א ברייטער באדן צו דעבאטירן וועגן אים און די היסטאריע פון יענע תקופת בכלל.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת_הבורא »

להוי יודיע ספרים ה"ק ברענגן אראפ פון יוסיפון צווישן זיי איז דער בני יששכר און חדישי מהרצ"א
ער איז געווען א סאלדאט ביי די רומער און ער האט נישט געקענט שרייבן אלעס, וועגן טוטס איז דער בני יששכר מסביר אז יוסיפון איז גערעכט אז ער האט געשריגן מען זאל נישט פארברענען, נאר זיין כוונה איז געווען א שפיל ספאסט דאך נישט אז ער איז דער וואס האט פארברענט דער בית המקדש האט ער געשריגן כאלו ער וויל נישט ווי מ'זאגט דארט איז דא אייער קיינער זאל זיך נישט וואגן, אזוי זאגט דער בני יששכר און חדישי מהרצ"א.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3380
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

במח"כ, אין האב נישט געזען דעם דורות ראשונים, און נישט דער עם סגולה.
אבער איך האב הנאה, אז מיין מיינונג -עכ"פ לגבי דעם - איז נישט קרום.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איטשע האט געשריבן: במח"כ, אין האב נישט געזען דעם דורות ראשונים, און נישט דער עם סגולה.
אבער איך האב הנאה, אז מיין מיינונג -עכ"פ לגבי דעם - איז נישט קרום.

איך האב פארשטאנען אז "גלייכגילטיג" ווענדעט זיינע רייד צום פותח האשכול. בין איך אומגערעכט?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

גלייכגילטיג האט געשריבן: א לענגערע אפהאנדלונג וועגן אלע צדדים, בעיקר אים צו פארענטפערן איז געלאפן אין 'דער בלאט' די פארגאנגענע יאר אונטער דעם קאלום 'די היסטאריע פון תקופת בית שני' דורך 'שי"ק'. דער קאלום איז דער לענגסטער פארזעצונג אינעם בלאט און לויפט שוין זינט דער בלאט האט אנגעהויבן ערשיינען.

יא, יענער ארטיקל איז א מייסטער ווערק, כאטש וואס איך בין כמעט זיכער אז עס נאכגעשריבן פון ערגעץ, דאך בין איך נייגעריג אויב דער שרייבער וועט ארויסגעבן א בוך דערפון, עס איז העכסט אינטערעסאנט און קלאר געשריבן.
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע:ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

אויפריכטיג,

מיט ביידע פון דיינע תגובות בוסטו גערעכט און אויפריכטיג.

יא, איך האב געוואנדן מיינע רייד צום פותח. און יא, עס וועט אי"ה זיין דערפון א בוך ווי עס קוקט אויס- עיין בילקוט עונג שבת (אויב געדענק איך גוט) ווי עס האט לעצטענס אנגעהויבן צו לויפן די פארזעצונג פון אנהויב.

דער קעפל ליינט זיך בערך אזוי: אויסצוגן פונעם ספר 'תולדות עם ישראל' וואס שטייט פארן גיין צום דריק. הערות ווערן אנגענומען ביים מחבר הרב שמואל שלמה טעלער.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דאס איז פיינע נייעס.

וואו קען מען באקומען דעם ילקוט?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

גלייכגילטיג האט געשריבן: דער קעפל ליינט זיך בערך אזוי: אויסצוגן פונעם ספר 'תולדות עם ישראל' וואס שטייט פארן גיין צום דריק. הערות ווערן אנגענומען ביים מחבר הרב שמואל שלמה טעלער.


יעצט אז דו האסט געברענגט דעם נאמען פונעם בוך, האט מיר אויפגעבליצט אין קאפ, צי עס איז נישט איבערגעזעצט פונעם ספר "תולדות עם עולם".
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

הרינו מקבל את ... ממי שאמרו.

הערליכער ארבעט! זייער רייך.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ פארן גאר שיינעם און אינהאלטסרייכען מאמר.

דער תירוץ אויפען קעפל פון אשכול (ווי אנדערע האבען שוין ארויסגעברענגט) איז 'נישט דאס און נישט דאס נאר ערגעץ אינדערמיט'.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

אין דער איד איז יארן צוריק געלאפן א פארזעצונג
יוסף בן גוריון א פאררעטער אדער העלד? עפעס אזוי
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33584
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך בין נאך אנדעסיידעד לגבי יוסיפין... אבער לגבי ממי_שאמרו קענעך זאגן מיט א זיכערקייט... ער איז מאסיוו!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: איך בין נאך אנדעסיידעד לגבי יוסיפין... אבער לגבי ממי_שאמרו קענעך זאגן מיט א זיכערקייט... ער איז מאסיוו!!!


thanks, my pleasure
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: איך בין נאך אנדעסיידעד לגבי יוסיפין... אבער לגבי ממי_שאמרו קענעך זאגן מיט א זיכערקייט... ער איז מאסיוו!!!

איי סעקאנד דעט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איך בין נישט קיין גרויסער קאמפלימענטן טיילער כידוע ..... אבער דאך דעם 'מי שאמרו' מוז איך גראטולירן!! געוואלדיג

בנוגע דעם ארטיקל אין בלאט, כ'האב עס נישט געזעהן, אבער לויט ווי כ'שטעל זיך פאר נעמט ער זיינע ארטיקלען פון דעם ספר 'תולדות עם עולם' פון הג"ר שלמה הכהן ראטנבערג, זיבן בענדער!! אויף תולדות ימי הבית שני ותולדות התנאים ואמוראים, דער קונץ פון דעם ספר איז ער האט אויסגעמישט חז"ל מיטן יוסיפון אינאיינעם.....
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”