מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שדופות קדים
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:58 pm

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדופות קדים »

מי יודע האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 1:40 pm
שדופות קדים האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 1:28 pm
האב איך געמיינט אז מ׳רעדט דא פונעם לעצטיגן אויפוואכונג פון טיילן כיבוד קל ביי מצוה טאנץ… לייכטע איבערבייס ווי ס׳איז מער באקאנט צווישן אונז… דאס איז דאך א געוואלדיגע זאך, וואס קען דען בעסער זיין פון האקן דינע רעפטלעך געפרעגלטע קארטאפל און קוקעריץ קערלעך נאכן אויפשפרינגן, אום צווייע אויפדערנאכט… אין א קאלטע ווינטער נאכט שיקט מען די קליינטשיקע וואס האלטן שוין טיף אינמיטן די ברומערייען צו ברענגן אביסל ווארימע טיי און פארעווע קאווע פונעם ספעציעלן טישל פאר די גרויסע טאטעס… און יעצט אין זומער איז דא קאלטע געטראנקן מיט שטיקעלעך אייז צו דערכאפן ס׳זעהל… פיינע נארהאפטיגע פרישע געשניטענע פרוכטן פון אלע סארטן זיך צו דערקוויקן… אַאַאַאַהההה…

האמיר נישט עכט וואס אריינצורעדן אין דעם נושא לטב או למוטב, אבער למעשה איז דאס איינס פון די צייטן ווען די פאמיליע טרעפט זיך צאם ביי איין טיש פארברענגן מיט א גוטן געמיט, טראץ וואס ס׳איז א געצווינגענע זאך אין א געוויסן זין, מאכט מען אבער דאס בעסטע דערפון, און מ׳רעדט ארום על דא ועל הא, ווען די ארבייטער פארשטייט זיך האבן אינזין צו דערמאנען יעדע עטליכע מינוט אז מארגן איז א געהעריגע טאג… און די וואס נעמען עס ערנסט פארשטייען נישט פארוואס ער מעג נישט אריינגיין מארגן א שטונדע צוויי שפעטער… און אזוי געניצט מען ביינאזאם ביז די בדחן הייבט אן דעם שוין אזוי לאנג געגאַרטן אשת חיל מי ימצא… און יעדער פאקט זיך צוזאם מיט ס׳געזונדל און מ׳גייט אהיים מיט א שמייכל אויפן געזיכט נאכן זיך אנוואונטשן איינער דעם צווייטן זיך צו טרעפן אויף שמחות כסדר געזונטערהייט…
די פאמיליע זיצט שוין באלד 5 שעה צוזאמען און מ'האט שוין אלע נייעס אויסגעדראשן, אין די שעות איז שוין ממש נישט געבליבן וואס צו רעדן
מ׳איז געזיצן ביים סעודה איינמאל, און יעצט ביים באטע מאכט מען א סך הכל… ביים טאנצן קען מען דאך נישט הערן היינטיגע צייטן גארנישט, ס׳בעסטע צייט צו הוסן ווי א בער אנע זיך זארגן אז עמיצער וועט זיך אויסדרייען קוקן…
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4564
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

וואס וואלט געווען ווען ביי מצוה טאנץ רופט מען אויס אלע פעטערס טאנצן, און איין פעטער בלייבט זיצן זאגנדיג: איך בין נישט קיין זיידע דא!
איז דאס ריכטיג?!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

צ/ק
מיין עלטער פעטער.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

נחוניא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:45 pm
וואס וואלט געווען ווען ביי מצוה טאנץ רופט מען אויס אלע פעטערס טאנצן, און איין פעטער בלייבט זיצן זאגנדיג: איך בין נישט קיין זיידע דא!
איז דאס ריכטיג?!
ניין. זיי נישט קיין משוגענער אז יעדער טאנצט גיי דו אויך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35935
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ניין.

אז מ'ווייסט נישט וואס מ'טוט, אדער טוט מען על דעת וכו' אדער טוט מען תשובה און מ'לערנט אביסל קליינע אותיות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4564
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מנחם נחום האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 4:04 pm
נחוניא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:45 pm
וואס וואלט געווען ווען ביי מצוה טאנץ רופט מען אויס אלע פעטערס טאנצן, און איין פעטער בלייבט זיצן זאגנדיג: איך בין נישט קיין זיידע דא!
איז דאס ריכטיג?!
ניין. זיי נישט קיין משוגענער אז יעדער טאנצט גיי דו אויך
איך וואלט געשריבן אזוי:
זיי נישט קיין נארמאלער. אז יעדער איז משוגע און טאנצט, גיי דו אויך...
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 4:26 pm
נחוניא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:45 pm
וואס וואלט געווען ווען ביי מצוה טאנץ רופט מען אויס אלע פעטערס טאנצן, און איין פעטער בלייבט זיצן זאגנדיג: איך בין נישט קיין זיידע דא!
איז דאס ריכטיג?!
ניין.

אז מ'ווייסט נישט וואס מ'טוט, אדער טוט מען על דעת וכו' אדער טוט מען תשובה און מ'לערנט אביסל קליינע אותיות.
טון על דעת איז די זאך!
און אז מ'וויל דווקא, קען מען זיך פארמאכן די אויגן.

אגב, איז שוין מסתם געווען אמאל א וויכוח איבער טאנצן ארום די חתן כלה ביי זייער מצווה טאנץ.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4564
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:48 am
farshlufen האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 4:26 pm
נחוניא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:45 pm
וואס וואלט געווען ווען ביי מצוה טאנץ רופט מען אויס אלע פעטערס טאנצן, און איין פעטער בלייבט זיצן זאגנדיג: איך בין נישט קיין זיידע דא!
איז דאס ריכטיג?!
ניין.
אז מ'ווייסט נישט וואס מ'טוט, אדער טוט מען על דעת וכו' אדער טוט מען תשובה און מ'לערנט אביסל קליינע אותיות.
טון על דעת איז די זאך!
על דעת וועמען?
עס איז א נייע זאך וואס האט נישט קיין שום מקור אויף יא!
יעדע משוגעת וואס ווערט איינגעבראכן דארף יעדער נאכטאנצן?!
יא. ווען איך מאך חתונה מיינע קינדער טאנץ איך על דעת קדשם פון די הייליגע צדיקים וואס האבן געוואוסט וואס עס מיינט מצוה טאנץ.
אבער א פעטער?! וואס פאר א מחותן איז ער צו טאנצן מצוה טאנץ?!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35935
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נחוניא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:33 pm
על דעת וועמען?
עס איז א נייע זאך וואס האט נישט קיין שום מקור אויף יא!
יעדע משוגעת וואס ווערט איינגעבראכן דארף יעדער נאכטאנצן?!
1) על דעת דעם רבי'ן ז"ל
2) א חסיד'ישער איד א ת"ח ועוסק בצרכי ציבור איז דען נישט געטאנצן?
3) הלואי בלויז אזעלכע זאכן נאך טאנצן [תרתי משמע].
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

נחוניא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:33 pm
כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:48 am
farshlufen האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 4:26 pm
נחוניא האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 4:45 pm
וואס וואלט געווען ווען ביי מצוה טאנץ רופט מען אויס אלע פעטערס טאנצן, און איין פעטער בלייבט זיצן זאגנדיג: איך בין נישט קיין זיידע דא!
איז דאס ריכטיג?!
ניין.
אז מ'ווייסט נישט וואס מ'טוט, אדער טוט מען על דעת וכו' אדער טוט מען תשובה און מ'לערנט אביסל קליינע אותיות.
טון על דעת איז די זאך!
על דעת וועמען?
עס איז א נייע זאך וואס האט נישט קיין שום מקור אויף יא!
יעדע משוגעת וואס ווערט איינגעבראכן דארף יעדער נאכטאנצן?!
יא. ווען איך מאך חתונה מיינע קינדער טאנץ איך על דעת קדשם פון די הייליגע צדיקים וואס האבן געוואוסט וואס עס מיינט מצוה טאנץ.
אבער א פעטער?! וואס פאר א מחותן איז ער צו טאנצן מצוה טאנץ?!
איך בין נישט מחולק מיט דיר אז עס קומט נישט אזוי.
מצווה טאנץ באלאנגט - חוץ פון חתן כלה מחותנים און זיידעס - בלויז פאר אנשים מכובדים בני תורה.
אבער אז מ'רופט אויס אלע פעטערס, דאן זיי דו נישט קיין יוצא מן הכלל, פארמאך זיך די אויגן, און טאנץ על דעת די וואס האבן יא געוויסט.
און חוץ מזה, אפי' מחותנים, נישט אלע ווייסן וואס מ'טוט, אבער מ'טוט על דעת וכו'.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
קליינווארדיין
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 11:13 am

Re: מצווה טאנץ כיבוד, ווער דארף עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינווארדיין »

אז מ’רעדט שוין
וואס מיינט טאנצן לפני הכלה?
מיטן פנים צו די כלה אזוי ווי מ’זעהט אלע ערלעכע אידען?
אדער (פאר פשוטי עם) טאנצן ארויף און אראפ מיט די אקסעל צו די כלה ?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”