דאס פארשטיי איך אויך נישט, וואטס די פוינט פון מאכען א כל הנערים?? טאנץ בכלל נישט!! איז עפעס א לחש אז אלע פעטערס און קאזנעס מיזען עס טיען אז די נייע קאפעל זאל האבן הצלחה?
מחותן האט געשריבן:
זייער גוט שמעלקע, אבער פאר דיר איז דא א בעסערע עצה, וועל דיר אויס די גראמען דארט ווי מען האט דיר די שענסטע אויסגעריעמט, און צינד א טעיפ דערפון איין מאל א וואך ביי דיר אין דערהיים, קענסטע עס אפילו מאכען פאר די רינגער פון דיין סעלפאון... די מיזט דאך נישט אויפהאלטן א ציבור אידן דערוועגן.
לענ"ד זאלסטו עס נישט מאכן פאר א רינגער אויף דיין פאון אויסער טאמער די לייגסט דיין טעלעפאן אויף ווייבערעיט ווען די ביסט אין מקוה... דער עולם וועט זיך אויסגליטשן...
במסכת כתובות, דף ט"ז עמוד ב': כיצד מרקדין לפני הכלה? בית שמאי אומרים כלה כמות שהיא ובית הלל אומרים כלה נאה וחסודה. ומאן יימר אז דאס גייט ארויף דוקא אויף זיידעס און מחותנים, און נישט סתם מסובין?
ובכמה ספרי חסידות מובאים ענינים גבוהים מאוד, וכן נהגו רבותינו מראפשיץ, צאנז, סיגעט, דינוב וכו' וכו' לערוך עבודה גדולה אצל ריקודין לפני הכלה, וכן הוא מנהג ישראל בכל מקומות מושבותיהם, נאר א חילוק, ביי חסידים מאכט מען מצוה טאנץ, און ביי ליטווישע טאנצט מען סתם אביסל לפני הכלה.
נאר, ווען דו קומסט מיט טענות אויף דעם וואס מען דארף מאכן ביי פעטערס און געשוויסטער א גאנצן בראטל און עס דארף פארנעמען א האלבע נאכט, בין איך 100 פראצענט איינשטימיג. מען דארף נישט אויסרופן אזוי לאנג פעטערס, מען דארף נישט אזוי לאנג טאנצן, און מען דארף איבערהויפט נישט טאנצן נאכאמאל מיט'ן חתן יעדער פעטער עקסטער. און די בעסטע עצה איז טאקע דאס, צו מאכן איין גרויסע כל הנערים, אזוי איז מען מקיים די מצוה, מאמר המשנה, מנהג וכו'.
אבער
מחותן האט געשריבן:
דאס פארשטיי איך אויך נישט, וואטס די פוינט פון מאכען א כל הנערים?? טאנץ בכלל נישט!! איז עפעס א לחש אז אלע פעטערס און קאזנעס מיזען עס טיען אז די נייע קאפעל זאל האבן הצלחה?
ביזט אזוי גערעכט מיט דעם (מחותן). איך האב אמאל געגראמט ביי א קאזין'ס חתונה אין א"י, און איך האב בכלל נישט געקענט דער אנדערע צד. ביים חתונה בין איך צוגעגאנגען צו איינער פון די ברידער און איהם געפרעגט וואס צו זאגען אויף יעדען. הייבט ער אהן, "חיים איז... משה איז... אויף יוסל זאלסטו זאגען...און יוסל איז אייביג גרייט... און יוסל..." בקיצור המעשה, איך פרעג איהם וואס צו זאגען אויף איהם אליין זאגט ער מיר, "עה ס'ז נישט וויכטיג, דער עיקר זאלסטו נישט פארגעסן פון די אנדערע, ובפרט יוסל זאלסטו גוט אראפלייגען..."
ווען איך האב אויסגערופען מצוה טענץ האב איך שטענדיג געמאכט די כל הנערים'ס איינס צוויי ווייל קיינער איז באמת נישט אינטרעסירט (אויסער דער נספד). איך האב אפילו אמאל באקומען א פסק פון איינעם ('יונגערמאן, פון וואו האסטו זיך אויסגעלערנט אזא זריזות?'), אבער דער מחותן איז דער צאלער און איהם האב איך יא אראפגעלייגט מיט שמאלץ.
מיין טאטע זז"ג מאכט ווי שנעל ס'ז מעגליך (ביי טייל האט ער געמאכט כל הנערים פון אלע פעטערס קאזינס משני הצדדים צוזאמען) און יעדער איז צופרידען אז מען קען אהיים פריער.
לגבי די פראגע פארוואס מען 'מוז' מאכען א כל הנערים, אויסער וואס ס'ז גאנץ מקובל און נישט צו טוהן אזוי זעהט אויס אויפפאלענד, איז דאס אויך א גוטע וועג פון מכבד זיין א משפחה מיטגליד (ובפרט טאמער איז געוועהן א טירחא צו קומען).
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

שקר_הדייעט האט געשריבן:
ובכמה ספרי חסידות מובאים ענינים גבוהים מאוד, וכן נהגו רבותינו מראפשיץ, צאנז, סיגעט, דינוב וכו' וכו' לערוך עבודה גדולה אצל ריקודין לפני הכלה, וכן הוא מנהג ישראל בכל מקומות מושבותיהם, נאר א חילוק, ביי חסידים מאכט מען מצוה טאנץ, און ביי ליטווישע טאנצט מען סתם אביסל לפני הכלה.במילא קודם, "עס איז נישט קיין מצוה, ענין, מנהג, גארנישט, גארנישט" איז אפגעפרעגט.
שמעק_טאביק האט געשריבן:
שקר הדייעט, דער ענין איז א גרויסער, אבער א חלק פונעם ענין (אויסער די תיקונים למעלה) איז כדי משמח צו זיין די כלה. ביטע רעכן מיר אויס וויפיל כלות היינט דארפן דאס. זיי ווערן שוין מיד פון זיך אזויפיל אויפשטעלן אנכאפן דעם גארטל.
במחילת כבודך, ווען דו זאלסט יעצט רופן דרייסיג מענטשן טאנצן פארנט פון מיר, וואלט עס מיך גארנישט פרייליך געמאכט - על כל פנים ביז מען וועט מיך נישט מכתיר זיין בכתר האדמורו"ת...
נאר וואס דען, א שמחה פון חז"ל איז נישט קיין פשוטע שמחה בעינינו. למשל חז"ל זאגן אין שמחה אלא בבשר שלמים, אדער אין שמחה אלא ביין. צופעליג איך ווער פרייליך אויך פון א פיינעם פיצא און מאלטעד. אבער א שמחה עפ"י תורה קען מען נישט דעפינירן לויט'ן דעת בעל הבית, נאר די הייליגע חז"ל האבן דאס געקענט מדגיר זיין.
אויב חז"ל האבן געזאגט "מרקדין לפני כלה", קען מען נישט פרעגן "וויפיל כלות דארפן דאס". חז"ל האבן אונז געזאגט וואס די כלות דארפן.
און חוץ מזה זאגסטו דאך אליין אז דאס איז "אויסער די תיקונים למעלה".
מר. מחותן: איך בין נישט געווען אינדערהיים און איך ווייס נישט פון וואס דיין רבי האט גערעדט. אבער פון מיין ערשטע חתונה וואס איך געדענק פון די זיבן יאר -- וואס גייט שוין צוריק עטליכע צענדליג יארן -- האט מען אויסגערופן פעטערס.
פון ערגעץ האט דאס ר' חיים מענדל גענומען.
נאר וואס דען, אין יענע יארן האט מען געהאט איין צוויי חתונות א יאר. היינט בלי עין הרע ווען מען האט מער אין א חודש ווי אמאל אין א יאר, דארף דאס טאקע א תיקון. אבער דער תיקון איז נישט מבטל זיין, נאר מאכן קורץ און שארף. לדעתי טארן אלע פעטערס אינאיינעם נישט דויערן מער ווי 3-4 מינוט די גאנצע מעשה. אקעי, העכסטנס 5 מינוט.

לאמיר דיר עס מסביר זיין, עס איז באמת נישט קיין נפק"מ צים דיסקאשען צי די ווייסט יא אדער נישט וואס מיינע רבי'ס האבן געזאגט, און צו ביסט יא אדער נישט געווען אינדערהיים, און וופיל יאר די ביסט יא אדער נישט, עס אירעליווענט צו די נושא.
די פאקט איז, 1}אויב קוקט מען מיט שכל זעט מען אז עס איז א ארויסגעוואפענע זאך ווייל עס איז נישט דא קיין גרעסערע ליצנות ווי מאכען א כל הנערים, ווייל נען ווייזט אס די מצווה טאנץ איז א עול און מען זיכט עס צי מאכען שנעל און פטור ווערען דערפון, קיין כיבוד איז עס זיכער נישט...
2}אויב קוקט מען פון א תורה שטאנפוקט זעט מען אזא אזא מנהג איז קיינמאל נישט געווען, דערפאר איז איבריג צו מאכען א כל הנערים ענדערש עס אינגאנצן אויסלאזן.
לעולם יהא אדם האט געשריבן:
אלע אנדערע משתתפים ווערן אויפגערופן מיטן חסידישן יעמוד מיט דעם זענען מיר יוצא ידי שניהם אלע גייען ארויס צופרידן והכל על מקומו יבא בשלום
לעולם יהא אדם האט געשריבן:
מ'ואלט לענ"ד איינפירן אז די מחותנים אליין מיט די חתן וכלה גראמט מען אויס כדת וכהלכה, און דעטס-אל די אלע אנדערע משתתפים ווערן אויפגערופן מיטן חסידישן יעמוד מיט דעם זענען מיר יוצא ידי שניהם אלע גייען ארויס צופרידן והכל על מקומו יבא בשלום
מחותן, איך בין מי אייך, אבער דארפסט נישט גיין אזוי ווייט. אז מען זאל זאגן בקיצור א ווארט צוויי אויף יעדן פעטער, און דערנאך טאנצן אלע לפני הכלה, ודי בזה, וואלט נישט געווען אזוי געפערליך.
מסכים, אבער זאג, וואס איז די מעלה פון אזא מצווה טאנץ? ווער האט הנאה דערפון? וועם טוט מען א טובה דערמיט?
שלעפשיץ האט געשריבן:
אויב עלן אלע מצוה טענץ נעמען נאר 45 מינוט פון ווי על איך נעמען פינקיס ווארעמע גראמען?
פון די 'אקערמאן' חתונות ודומיהן.