יוכבד נולדה בין החומות, א אידישע מאמע, מיין בריוו # 2

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

יוכבד נולדה בין החומות, א אידישע מאמע, מיין בריוו # 2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

יוכבד נולד בין החומות, די אידישע מאמע, מיין בריוו # 2

פון צייט צו צייט כאפט מיר אן א תשוקה צו שרייבן דברי חיזוק, נעמליך מיר לעבן היינט אין אזא הסתר פנים, פון איין צד, ווערן ב"ה נתרבה אידישע דורות, אידישקייט בליהט, אבער פון דער צווייטער זייט, דער טשטוש המוחין פאראלעל מיט די טומאה וואקסט ליידער אויך און פולן שוואונג, און מענטשן ווארטן אויף אביסל חיזוק, א פערספעקטיוו. אביסל זיך צו קריסטיליזרן די מיינד.

ב"ה כ'האב געהאט די זכי' פארגאגאנגענע וואך אריין צו לייגן " מיין בריוו צו ר' נחמי '", וואס לויט ווי כ'האב צירוקגעהערט האט דאס זייער א סך מענטשן, ובפרט די באטראפאנע משפחה, זייער שטארק מחזק געוועזן. עלעך אצונד פרובירן, אין דעם זמן ווען מ'גייט אריין אין גלות מצרים ארויסצוברענגן נאך אביסל חיזוק פאר כלל ישראל,

אין דעם ארטיקל פרוביר איך אראפצומאלן וויזוי ס'האט אויסגעזען יעקב אבינו'ס אראפנידערן קיין מצרים, בעיקר פרוביר איך ארויסצוברענגן די כוחות פון א ''אידישע מאמע''.

בנוסף, האב איך צוגעלייגט נאך אפאר חיזוק ווערטער אויפן חשבון פון ר' נחמי'.

***
"כדרכי" צו שרייבן מיינע דיבורים אויף גראמען, עלעכעס דאס מאל אויך ארויפלייגן אויף גראמען אויף די ניגון פון ר' יו"ט ערליך זצ"ל "שלאף מיין קינד, מיין נשמה".

מיטן אויבערשטענס הילף.

***

אין א שטוב דער שענסטער
לעבן א פענסטער
זיצט יעקב אבינו אונזער פאטער

דאס הארץ זיך שוין אויסגעוויינט
יוסף איז נישט דא האט ער געמיינט
פון שאול תחתיה ער ווערט חלילה נישט פטור

שרח בת אשר
מיט איר שכל הישר
נעמט די פידל אין האנט

עוד יוסף חי
גיבטזו א געשריי
יעקב אבינו'ס צורה האט אויפגעשיינט

דער רבוש"ע צו אונזער פאטער יעקב
אין חלום טוט זיך באווייזן
צו פארן קיין מצרים זיי זיך נישט מעכב
ווען נישט דעם וואלסטע געדארפט גיין אין קייטן פון אייזן

יעקב אבינו איז מקריב קרבנות
לקל העונה
צו גיין קיין מצרים מאכט ער די ריכטיגע הכנות
בשמחה רבה לעשות רצון קונו

***

אויפן לאנגן וועג
שוין עטליכע טעג
ס'שלענגלט זיך א גאנצע שיירה

מאמעס מיט קליינע קינדער
שאף מיט רינדער
כביכול גייט מיט זיי מיט מעיקרא

שבטי קה עדות
מיט זייערע שיינע געביידעס
שפאנען אזוי הערליך און באשיידן

יעדער פלאגט זיך מיט יגיעא
צו האבן די זכי'
באדינען יעקב אונזער הייליגן זיידן

נאר יעקב'ס אויגן איז שטארק פארגלייזט
מ'דארף זיך זארגן פאר די הייליגע שרשים
ביז דער אויבערשטער וועט העלפן מעט ווערן אויסגעלייזט
וואס וועט זיין מיט די שעפעלעך, די צאן קדשים

ואת יהודה שלח לפניו להורות
נאך פאר מ'קומט אן אין מצרים אפילו
מ'דארף זיך שוין זארגן פאר די נייע דורות
אויפשטעלן חדרים אין בתי תפילה

***
יהודה גייט
פיל מיט פרייד
כלביא יקום וכארי יתנשא

סוף כל סוף
פון אים עט קומען די גאולה העתידה וואס מיר ווארטן שוין אזוי דערויף
ס'עט זיין אשרי עין ראתה

אבער יעקב'ס הייליגע מח
שוועבט נאך אלץ הויעך
באיכות ובכמות

א חדר איז נאך נישט גענוג
מ'דארף היטן די אינגלעך און מיידלעך נאך פון וויג
וואס וועט זיין מיט די בית יעקב די אידישע מאמעס

מ'קומט שוין אן בין החומות
מזל טוב הערט מען שרייען
יעקב אבינו וועקט זיך אויף פון זיינע חלומות
און טוט זיך גאר שטארק פרייען

יוכבד די מאמע פון אהרן און משה
אראפגעקומען אויף דער וועלט
דורך איר איז ארויסגעקומען די אומה הקדושה
דעם פעסטן פודאמענט האט זי געשטעלט

***

לאמיך ענק פארציילן
אביסעלע מיטיילן
אויף וואס מיינע ווערטער צילן

פון מצרים ביז כנען
אזא צווישן-שייד פארהאן
מ'קען עס מיט קיין ווערטער נישט אראפשפילן

נאר ווער האט די גבורה
אראפצושטעלן א חומה בצורה
אז די טומאה זאל נישט אריינדרינגען

ס'איז דאך ברור כחמה
דאסיז דאך יוכבד די אידישע מאמע
כאטש דאסיז אן אויפגאבע גארנישט קיין גרינגען

כאטש איר גוף איז אריין קיין מצרים
מיט אלע זיבעציג נפשות צעזאמען
דאך איז זי געבליבן ווי א מויער צווישן די מצריש'ע טמאים
ווייל דאס זענען די כוחות פון א אידישע מאמען

נאר די תורה וואס זי האט איינגעזאפט ביי יעקב אין חדר
בצל כנפיך יחסיון
נאר דאס האט זי ווייטער אין אירע קינדערליך איינגעפלאנצט כסדר
און אויפגעצויגן א משה רבינו מיט אהרן הכהן

***

והימים האלה
ווען מיר זענען לקינו בכפילא
אויף א בריק פון בלוט האט געזאגט דער הייליגער דברי חיים

וועט מען קומען קיין אמעריקא, עם-ריקא
אזא איבעא ממש א תיקו
א צעמישעניש שוין באלד ארגער ווי אין מצרים

די צדיקים וואס זענען פארבליבן
ווען מ'האט אונז קיין אמעריטשקע פארטריבן
זענען שוין כמעט נישט דא שוין

און די מנהיגים וואס זענען נאך ב"ה פארהאנען
זיי בעטן זיך ביים רחום וחנון
מ'האמער נישט קיין כח, על מי עזבת את אלו הצאן

אבער ברוך השם אשר לא הסיר
תפלתו וחסדו מאיתי
א אידישע מאמע ווי א קיסר
אין א אידישע שטוב א שומר גאר א גוטע

זי לייגט אראפ א חומת אש
די שעדליכע גאס און די בייזע השפעות צו בלאקירן
צום השם מלך גאות לבש
מיט הייסע תפילות טוט זי פארפירן

הייליגע באשעפער גיב מיר ליכטיגע קינדער
ונהיה אנחנו וצאצאנו
אויפשטעלן שיינע דורות ס'עט זיין ממש א וואונדער
ווען מ'עט גיין קעגן משיח צדקינו

***

טייערע מאמעס
זייטס שטאלץ מיט ענקערע אויפגאבעס
וואס כביכול האט ענק געשאנקן

האלטס אייך ווייטער שטארק
און גיבטס אכטונג אויף די קליינווארג
אין שמעלץ טאפ חלילה נישט ווערן דערטראנקן

אונזער זיידעס און באבעס פון גן עדן
טוען זיך מיט אייך דערקוויקן
אבער קיינער ווייסט נישט, קיינער קען נישט אנטשיידן
מיט וואסערע שכר כביכול וועט ענק דערקוויקן

בזכות נשים צדקנות נגאלו
ועיתידן להיגאל
און ענקער זכות וועלן מיר בקרוב גיין קיין ירושלים אלע
צוזאמען גאנץ כלל ישראל

***

א ווארט צו ר' נחמי':

וידע כל פעול כי אתה פעלתו
ר' נחמי' ווען די זיצט אין גלות צווישן די ווענט די קאלטע
ויאמר כל אשר נשמה באפו
נאר דער באשעפער ווייסט וויפיל נשמות דו האסט געראטעוועט, הייליגע נשמות וואס זענען שיעור געווארן אפגעווישט פון די מאפע

צו ראטעווען א אידיש קינד ס'איז דאך ממש קריאת ים סוף
אבער ווי א נחשון בן עמינדב, ר' נחמי' בוזט אריינגעטאנצן גאר טיף
מיט מסי"נ ממש צום יוצר המאורות
א דאנק דיר איז ב"ה צירוקגעברענגט געווארן שיינע ליכטיגע דורות

היינט בעט כלל ישראל כלל ישראל פאר דיר
הייליגער באשעפער עפען אים אויף דעם אייזערנעם טיהר
בזכות נשים צדקניות עתידין להיגאל
זאל כביכול באווייזן דעם נס, יעדער זאל ווערן נתפעל

און מיר בעטן השם אלוקי, אלוקי ישראל
טאטע לייז אונז שוין אויס, ווייל דער מצב איז דאך אזוי ביטער, ענג און שמאל
מיר זאלן שוין זוכה זיין לחזות בנועם השם ולבקר בהכלו
ומלכותו בכל משלה


מיט דאנק, וואסערפאל
לעצט פארראכטן דורך וואסערפאל אום מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 9:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

הערליך שיין. ישלם ה' פעלך ותהי משכרתך שלימה.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

WOW!!!!!!!!!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6096
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

הערליך.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שיין
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

אויסערגעווענליך!!! ס'האט מיך גאר שטארק באנומען!
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

ידיד האט געשריבן: אויסערגעווענליך!!! ס'האט מיך גאר שטארק באנומען!

גם אני מצטרף
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע:דארט ווי דער באשעפער הייסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלץ האקער »

באמת א הארציגן ישר כח
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
http://www.ivelt.com/forum/download/fil ... &mode=view
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35829
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כמי"ם קרים על נפש עיפ"ה, ישר כחכם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

farshlufen האט געשריבן: כמי"ם קרים על נפש עיפ"ה, ישר כחכם.

גוווט!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך האב אוועק געלייגט דעם אשכול צו ליינען אין א רואיגע מינוט און אט דאס האב איך יעצט געטון.

וואס איז שייך צו זאגן, דאס איז עפעס נישט נארמאל גוט. ארויס פון יעדע גדר.

איך דמיון אין מיין מח ווי די מוזיק שפילט אונטער און איך ליין די ווערטער. איך ווער ממש צופידעלט.

יישר כח!! שרייב נאך און נאך!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”